פילמען מיט אידישע געשיכטעס

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2308 מאל

פילמען מיט אידישע געשיכטעס

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

ענליך צו יידל'ס אשכול איבער ביכער, קלער איך פון עפענען אן אשכול איבער פילמען מיט אידישע געשיכטעס.
געווענליך ווען א פרישער אשכול הייבט זיך אן וועבן אין קאפ, וויל איך ס'זאל זיין מיט א שלימות, און דעריבער בלייבט עס ביים וועלן. איך האב אזוי א זאמלונג פון עטליכע אשכולות אין דרעפט וואס ווארטן אויף א גואל וקרוב. דעריבער טאנץ איך יעצט אריין, און לאמיר האפן אז יאנקל און הוגה וועלן מיר קומען צוהילף כדרך שבאו לעזרת ר' יידל באשכול הנ"ל.

1. די וועלט באקאנטע פילם fiddler on the roof_(film).
דאס איז א מוזיקאלישער פילם (ס'אנטהאלט אסאך געזינגעריי), א קלעסיק פון איבער 40 יאר צוריק. קוקט אין אשכול 'משכילים און משכילישע ביכער' איז דא א שמועס דערוועגן.
ס'איז געבויעט אויף א בראדוועי שפיל מיט'ן זעלבן נאמען, און געשריבן לויט די ווערק פון שלום עליכם, א וועלט באקאנטער אידישער שרייבער פון די פריע ניינצן הונדערט יארן.
די געשיכטע איז איבער אן ארעמען מיליכיגער מיט'ן נאמען רבי טובי', וועלכער לעבט מיט די ירידת הדורות מיט זיינע 3 אומפארהייראטע טעכטער. די עלטסטע טאכטער וועמען ער האט געהאט אין פלאן חתונה צו מאכן מיט א רייכן קצב אן אלמן, וועלט זיך אויס מאטל אן ארעמער שניידער. זי קומט כאטשיג בעטן רשות. די 2טע טאכטער האט חתונה מיט א אידישער יונג א קאמוניסט א רעוואלוציאנער, און די דריטע האט גאר חתונה מיט א גוי.
ס'איז א געשמאקע און העכסט אינטערעסאנטע פילם, ס'האט באקומען עטליכע אקאדעמישע אויסצייכונגען (3 אסקערס און נאך).
מ'קען עס קריגן און מאוסטלי מוזיק אין בארא פארק.
אדער קוקן אויף יוטוב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Hdm2CKLiJ6Q[/youtube]

2. אויך א באקאנטע פילם מיט'ן נאמען yentl.
די הויפט שפילערן איז א אידיש קינד מיט'ן נאמען בארברא סטרייסענד, א וועלט בארימטע אמעריקאנער אקטיארען, א טאכטער פון ארטאדאקסישע עלטערן.
ס'איז א מוזיקאלישער פילם געבויעט אויף א פלעי מיט'ן זעלבן נאמען, וועלכע איז באזירט אויף די ווערק פון אייזיק באשעוויץ-זינגער, א אידישער שרייבער, א נאבל פרייז געווינער.
די געשיכטע איז איבער א בת יחידה, א טאכטער פון א תלמיד חכם, וואס האט זיך פארגלוסט צו גיין לערנען אין ישיבה. דעריבער האט זי זיך פארשטעלט ווי א בחור, און געפארן אין ישיבה אריין.
די מעשה גייט ווייטער, דער גביר האט איר אויסגעוועלט פאר אן 'איידעם' און זי דארף זיך דערמיט ספראווען, שפעטער פארציילט זי פאר איר חברותא דעם אמת. ס'ענדיגט זיך ווי זי פארט קיין אמעריקא, ווייל דא קען אפילו א פרוי זיין א רב.
אן אטעם פארכאפנדע געשיכטע, און ס'האט באקומען עטליכע אקאדעמישע אויסצייכענונגען.
טרעילער:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=pL5_ErSq9EM[/youtube]

3. the chosen
געבויעט אויף די ווערק פון חיים פאטאק. מער איבער אים קענט איר ליינען אין יידל'ס אויבנדערמאנטע אשכול.
די געשיכטע איז איבער א זון פון א רבי וואס באקומט א מאדערענעם חבר צוליב וואס ער האט אים צו'מזיק'ט בטעות ביים שפילן באל אין פארק. דאס איז גורם אז ער זאל פארלאזן זיין טראדיציע און גיין שטודירן אין קאלעדזש.
זיין פאטער דעם רבי'ן לייגן זיי אראפ זייער אינטעלעגענט, אויך פירט ער טיש פאר חסידים, ס'איז גאנץ געשמאק.
טרעילער:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yqudmZ5H3iw[/youtube]

4. א פילם מיט'ן נאמען a stranger among us
א געשיכטע מיט א רבי וואס האט אדאפטירט א מיידל א בעלת תשובה, און זי הרג'ט א היימישער בחור א דיאמאנט סוחר.
די פאליס דעפארטמענט שיקט אראפ א פרוי א דעטעקטיוו, און זי פארליבט זיך אינעם רב'ס זון.
ס'איז גאנץ א שוואכע קוואליטעט פילם, אבער דאך אינטערעסאנט.
טרעילער:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=z6DPM0a3Vp0[/youtube]

5. אושפיזין
א ישראלישער פילם. די הויפט שפילער איז א בעל תשובה א שומר תורה ומצות. די פילם איז ממש א היימישער פילם, נאר העכסט פראפעסיאנאל.
די געשיכטע איז איבער אן ארעמען פארפאלק וואס זענען קינדערלאז, די פרוי נוצט זיין טייערן אתרוג אלס לימון זאפט פאר א סאלאט. אנשטאט ווערן אין כעס לויפט ער אין וואלד מאכן התבודדות, און בזכות האמונה ווערט ער געהאלפן מיט א קינד.
מען קען עס זען אויף יוטוב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UgiCDDGdnv4[/youtube]

די 5 געדענק איך אויף דער מינוט.
פילמען מיט אידישע כאראקטערן איז דא אסאך. צוויי וואס קומט ארויף אויפ'ן זכרון איז lucky number slevin מיט די וועלט בארימטע אקטאר מארגען פרימען און ברוס וויליס. די פילם האט א אידישער רעפארם ראביי מיט זיין זון. נאך איינס איז Inside man א הייסט פילם מיט דענזעל וואשינגטאן, דער בארימטער שווארצער אקטיאר. די פילם איז געשפילט אין ניו יארק און איז איבער א באנק רויבעריי וואס דער פיאנער פון די רויבעריי איז גאר א איד וואס קומט אפנעמען פארלוירענע פארמעגנס פון זיינע עלטערן קאנפיסקירט דורך די נאציס (עפעס אזוי). דר. בען פון analyze this און analyze that איז אויך א כמו איד, געשפילט דורך בילי קריסטאל, וועלכער האלט א רעקארד פאר'ן האוסטן די אסקאר אווענט פאר 9 מאל. .
דאס איז אויסער די באקאנטע האלאקאוסט פילמס, וואס איבער דעם איז שוין דא א באזונדערן אשכול, א שטייגער ווי:
Schindler's list
טרעילער:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=dwfIf1WMhgc[/youtube]

The pianist
טרעילער:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=u_jE7-6Uv7E[/youtube]

Life is beautiful
טרעילער:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=16RZHqCIy9M[/youtube]

Jacob the liar
קוקט דאס גאנצע אויף יוטוב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TrETJiLpKIA[/youtube]

און נאך.
ומאראנצןזאפט תנא ושייר. לייגט צו וויפיל ס'גייט, יישר כח.

[center]ברידערלעך טייערע די קרעדיט איז פאר ר' יידל'ען. איך האב נישט קיין אנונג וויאזוי מלינקט, און הגם יאנקל האט מיר געשיקט אינסטרוקציעס אין אישי, בין איך פויל זיך צו לערנען.
יידל האט אריינגעפאקט און געמאזלט און דער אשכול להנאתכם ולטובתכם, גענצליך שלא על מת לקבל פרס פארשטייט זיך...
וויאזוי שטייט נאר דארט שלי ושלכם שלו הוא, ענד די קרעדיט איז אלל היס.
גאד בלעס יידל, ענד מעי גאד בלעס די יונייטיד ענד בילאוויד פרענדס אוו קאוו שטיבל!
[/center]
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.

דער אשכול פארמאגט 154 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר