גראפאלאגיע

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

גראפאלאגיע

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יולי 02, 2013 7:43 pm

אין לוח הציבור אין בארא פארק לויפט לעצטענס וועכענטליך א קאלום וואו ליינער שיקן אריין זייערע שריפטן, און א גראפאלאג מיט'ן נאמען הרב אהרן דירענפעלד ענטפערט יעדן לויט יענעם'ס שריפט וואס זיין מהות איז, מידות, מהלך המחשבה אד"ג. כ'לייג עס דא ארויף מיט'ן נומער פונעם יענעם גראפאלאג, איז עס מסתם אקעי. מ'קען באקומען דאס בלעטעל אין אימעיל.

CaptureK.JPG
CaptureK.JPG (87.01 KiB) געזען געווארן 1124 מאל
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 02, 2013 8:00 pm

אפשר להוסיף:
מ'זעהט אז דער בחור איז א בן עולם הבא, ווייל ער איז רגיל אין "אשרי"...
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 10:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8407 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג יולי 02, 2013 8:14 pm

און איך זע לויטן גראפלאגיסט שריפט אז ער איז א סקעם ארטיסט
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:06 pm
האט שוין געלייקט: 3726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4197 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יולי 02, 2013 8:19 pm

:)

מיינסט צו זאגן זיין 'סגנון', ווייל די שריפט איז נישט זיינס, סיז פון א טייפערייטער
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 02, 2013 8:24 pm

פון זיין טיטל "הרב" לערן איך אז ער איז א מוסמך להוראה.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 10:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8407 מאל

הודעהדורך DotCom » דינסטאג יולי 02, 2013 9:02 pm

א יאר צוריק וואלט איך נאך אפשר געגאנגען צו אים, היינט האביך תהילים כולל, איך בין שוין געקאווערט.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יולי 23, 2013 7:43 pm

Capture09.JPG
Capture09.JPG (103.83 KiB) געזען געווארן 1024 מאל
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך שרגא » דינסטאג יולי 23, 2013 9:52 pm

עס איז דא א טערמין וואס איך האב א נאמען געגעבן "די קאר עפעקט" (קענסט עס גוגלען, וועסט גארנישט טרעפן...)

כ'האב עס גענוצט ווען איך האב אמאל געוואלט מסביר זיין וויאזוי באמת קען מען טרעפן דעם גאנצן מהות פון דעם מענטש אין יעדע זאך וואס א מענטש טוט. וויאזוי ער רעדט, וויאזוי ער גייט, און, פונקט אזוי אויך, לויט וויאזוי ער שרייבט. אויב זאלסט אנהייבן גוט אנאליזירן בלויז איין באוועגונג, קענסטו אויך ארויסלערנען א גאנצע טוץ מיט כאראקטערן און נאטורן, און טייל וועלן זיין צוגעטראפן אין פינטל און אנדערע וועלן זיין אריינגעשטופט בדוחק מיט פשעטלעך און וועלן נישט קלעבן אויף יענעם.

צו געבן אן עקסטרעמע ביישפיל האב איך גע'טענה'ט אז אפילו אויב מען זאל דיר בלויז ווייזן א מענטשנ'ס קאר, וואלסטו געקענט דערפון ארויסלערנען און מעגליך צוטרעפן אן א שיעור זאכן.
פארשטייט זיך מען דארף קוקן פארזיכטיג און יעדע קלייניגקייט קען טוישן דעם בילד און אים לייגן אין אן אנדערע קאטעגאריע, אבער לאמיר אנכאפן עטליכע ביישפילן צו געבן די איידיע: אויב עס איז אן אויפרייסערישע קאר, א בעל גאוה, זוכט אטענשאן. א טייערע קאר, א קלוגער ביזנעסמאן. זויבער, א מסודרדיגער מענטש. עס גלאנצט, א מפונק (אדער א טונקעלער). א מיני ווען, פארהייראט מיט קינדער. א פיצעלע קאר, סינגל. א סמארט קאר, א גיק, סינגל. א הייבריד, אן ענווייראמענטאליסט (און אפשר א וועגעטעריאנער). א פיק-אפ טראק, א שווערער ארבעטער. א הויכע מאפלער, א יונגאטש. א געלע קאר, מסתמא א לעבעדיגער טיפ. אויב האט ער סיי וועלכע סטיקער, קענסטו שוין זיכער וויסן זיין גאנצע אידעאלאגיע.
דאס איז נאר ווען מ'זעט בלויז די קאר, ניטאמאל פון אינעווייניג, וואס קען זאגן נאך הונדערט זאכן.

שוין אפגערעדט אויב זעט מען אים אויך פארן אפילו בלויז איין מינוט, קענסטו וויסן נאך טויזנט זאכן. פארט ער זומער מיט אפענע פענסטער, א קארגער. ווינטער מיט אפענע פענסטער, א צעהיצטער. הויכע מוזיק, ווענדט זיך וועלכע דזשאנער. פארט און סטאפט אן קיין סדר, א צעמישטער. טעילגעיט, א נערוועזער. טוישט כסדר ליניע הין און צוריק, אן אומראציאנאלער פארשוין. מאכט בלינקערס א האלבע מייל פריער, אן ערליכער בירגער. מאכט נישט קיין בלינקערס, א חסיד. שווארצע פענסטער, א קילער חסיד. (אקעי, ס'נאר א דזשאוק...) וכו' וכו' וכו', כאפסט די נקודה.

און דאס אלעס ווייסטו איידער דו האסט בכלל געהערט, געליינט אדער אפילו געזען דעם פנים און מין פון דעם מענטש.

דאס איז די "קאר עפעקט". דאס הייסט יעדע סארט זאך פון מענטש, אפילו בלויז זיין קאר, קען דיר אוודאי געבן הינטס און צומאל גאנץ גוט העלפן צוטרעפן נאטורן פון א מענטש, אבער פונקט ווי ביים קאר איז אסאך זאכן טאקע מסתמא גאנץ קרוב אל האמת אבער אנדערע זאכן און דקדוקים זענען ווייט פון זיכער, און עס ווענדט זיך אפט בלויז אין די פארטייטשונג פונעם אנאליזירער און גארנישט מער. אין בעסטן פאל איז עס א שיינע געס באזירט אויף די אויסגעשפרייטע שטיקלעך פאזל ואס מען זעט פאר זיך, אבער איז זייער ווייט פון קענען צושטעלן א קלאר בילד.

בקיצור, אויב זאגט דיר דער גראפאלאג ביסט אויסנאם קלוג, פריי דיך נאכנישט. און אויב ער זאגט דיר האסט א שלעכט הארץ, רעג דיך נאכנישט. סך הכל טראכט ווי ער וואלט געקוקט אויף דיין קאר און פרובירט צוטרעפן ווער עס איז דער דרייווער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שרגא אום דינסטאג יולי 23, 2013 10:00 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 736 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יולי 23, 2013 9:58 pm

שרגא... איי לאוו/לייק יו
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יולי 23, 2013 10:07 pm

אבער כ'זעה נישט אינגאנצן דעם צושטעל. האסט אנגעכאפט דעם קאר אפעקט. ערשטענס אז איינער קויפט א קליינע קאר איז עפעס א קונץ צו ארויסלערנען אז ער האט נישט א גרויסע פאמיליע? און ווען איינער דרייווט א הייבריד קען ער זיין פשוט זיין א ליבעראלער סנאב וואס וויל דיר פשוט מאכן טראכטן ווי פראטעקטיוו ער איז אויף די ענווייראמענט, אבער ווען קיינער זעהט נישט איז ער בעצם גארנישט אזוי ''גרין'', דאס הייסט ער האט דיר געפאפט, ער איז נישט דאס למעשה. דער גראפאלאגיסט זאגט אבער לשיטתו וואס דו ביזט באמת, די שריפט קען מען נישט פאפן
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך שרגא » דינסטאג יולי 23, 2013 10:39 pm

זר, איי לייק יו טו...
קודם האסטו גענומען די מער פשוטע משלים, אבער כ'האב אויך געברענגט ווי מ'קען זען נאטורן. אבער אפילו נישט, עס איז טאקע נישט "קיין קונץ" ארויסצולערנען פון א קליינע קאר אז ער האט נישט קיין קינדער, אבער פונקט אזוי איז נישט "קיין קונץ" ארויסצולערנען ווען דו זעסט איינער טוט שטארק אריינדרוקן מיט זיין פעדער ביים שרייבן אז ער איז א נערוועזער. די פוינט איז געווען, ביידע געבן אנצוהערן א געוויסע זאך. און די קאר איז נאך אפשר א מער זיכערע זאך ארויסצולערנען דערפון.

אויב דער הייבריד האט געטון דעם אקט פון קויפן א געוויסע קאר נאר כדי יענעם צו ווייזן, ווייזט דאס דען נישט גענוג אויף א גאנצע סארט כאראקטער וואס קומט געוענליך באגלייט פון נאך א רייע נאטורן. ווידער קענסטו אייביג פארטייטשן זאכן. דער גראפאלאג מוז אויך פארטייטשן. מיינסט טאקע אז יעדער וואס הייבט אן אביסל אריינצו ביים אנהייבן א נייע שורה איז קארג? אפשר איז פונקט געליגן אויף יענע זייט זיין הייסע קאווע און דעריבער האט אים זיין האנט אויטאמאטיש געשטופט זיך צו אפרוקן אביסל דערפון? און מיינסט אז ווען "די אותיות פלאנטערן אריין איינס אין אנדערן" מוז יענער טאקע האבן "א מוראדיגע אינערליכע ענערגיע", אפשר האט ער זיך פשוט געיאגט צו כאפן דעם לעצטן מנין שחרית? יו געט די פוינט.

די שריפט קען מען נישט פאפן, אבער ביים אנאליזירן די שריפט קען מען זיך שוין איינמאל פאפן. די מעגליכע סיבות פארוואס יענער מאכט א קרומע ץ' אדער א לאנקע ק' קענען האבן מער נאטירליכע אדער פסיכאלאגישע זאכן שטעקן אונטער דעם ווי די צאל אותיות. פונקט ווי ביי א קאר.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 736 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג יולי 23, 2013 10:50 pm

שרגא האט געשריבן:די שריפט קען מען נישט פאפן, אבער ביים אנאליזירן די שריפט קען מען זיך שוין איינמאל פאפן. די מעגליכע סיבות פארוואס יענער מאכט א קרומע ץ' אדער א לאנקע ק' קענען האבן מער נאטירליכע אדער פסיכאלאגישע זאכן שטעקן אונטער דעם ווי די צאל אותיות. פונקט ווי ביי א קאר.

דערפאר וועט א פראפעסיאנעלער גראפאלאג קיינמאל נישט אפמאכן דעם מהות פון א מענטש באזירט אויף איינס אדער צוויי פאקטארן, נאר אויף א גאנצע רייע וואס ווייזן אין א געוויסע ריכטונג, כידוע לכל בר בי גרפולוגיה דחד יומא. ומהאי טעמא קען מען זיך נישט לערנען גרופולוגיא בלויז פון ליינען עטליכע ביכער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7684 מאל

הודעהדורך שרגא » מיטוואך יולי 24, 2013 10:22 am

הרב יאיר האט געשריבן:דערפאר וועט א פראפעסיאנעלער גראפאלאג קיינמאל נישט אפמאכן דעם מהות פון א מענטש באזירט אויף איינס אדער צוויי פאקטארן, נאר אויף א גאנצע רייע וואס ווייזן אין א געוויסע ריכטונג, כידוע לכל בר בי גרפולוגיה דחד יומא.



דאס הייסט אז אנשטאט קוקן נאר אויף איין זאך אדער אות וואס איז ווייט פון זיכער ארויסצולערנען דערפון, קוקט מען אויף צוואנציג זאכן, וואס יעדע פון זיי באזונדער זענען נישט זיכער, און אזוי קומט מען צו א החלטה? נאכאמאל, איך זאג בכלל נישט אז עס ליגט נישט עפעס דערין. אויב איינעמ'ס שריפט איז אויסנאם שיין און גראד און מסודר און אייניג, וואלט איך טאקע געווען גאנץ איבערצייגט אז ער איז נישט קיין צעפלויגענער טיפ מענטש, אבער זאג איך אז פונקט אזוי ביי א קאר וועט מען אויך זען לויט א קאר ואוס געט א שטארקע סטעיטמענט איין כאראקטער פון דעם מענטש. און זיכער מער וואלט איך געזען נאכ'ן זען איין שורה "וואס" דו שרייבסט, ווי איידער "וויאזוי" דו שרייבסט. אבער דער שריפט-אנאליזירער קען דערפון נישט ארויסנעמען קיין גאנצע אדער אפילו האלבע בילד.

און לאמיר נעמען למשל די שטיקל וואס "זר זהב" האט דא צוגעברענגט. "דער סך הכל פון דאס אלעס איז אסאך ענערגיע, א אומבאגרעניצטע רצון אנצוקומען מיט זיין השפעה אויף אלע זייטן און פארעכטן די וועלט. ער איז א חכם אין זיינע געדאנקען זענען געלונגענע און אויך זיין כח איז גרויס, ער איז אבער נישט גענוג אמתדיג מיט זיך און נישט גענוג געדולדיג מיט די ריאליטעט ארום אים וואס דאס האלט צוריק פון אים צו ערגרייכן אין שפירן סיפוק און הצלחה".

העלאאא? איינער קען מיר זאגן דא פליז זאגן די גרויסע חכמה און אנאליז וואס יענער גראפאלאג האט דא געזאגט? איז דאס נישט א פיינער ביישפיל פון דעם "פארער עפעקט"? אמת'דיג, וועלכער מענטש וואלט געזאגט נאך אזא אנאליז "עה, עס שטימט נישט געהעריג. איך האב דאך נישט קיין ענערגיע?" אדער "איך? א חכם און מיינע געדאנקען זענען געלונגענע? לגמרי נישט!", "איך בין נישט גענוג אמת'דיג מיט זיך? אוי, זאגט ער גוט! ווער נאך ווי איך אליין ווייסט וויפיל מאל בין טאקע אזוי נישט אמת'דיג מיט מיר אליין!", "אה, און דאס טאקע האלט מיך מסתמא צוריק פון ערגרייכן און שפירן סיפוק און הצלחה".

און דאס איז שוין א גראפאלאג וואס איז שוין אזוי קאנפידענט, אזוי בארימט (און מסתמא אזוי תמימות'דיג) אז ער איז גרייט ארויסצושטעלן זיינע אנאליזן פאר'ן פאבליק...
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 736 מאל

הודעהדורך שרגא » מיטוואך יולי 24, 2013 10:37 am

יאיר האט געשריבן:ומהאי טעמא קען מען זיך נישט לערנען גרופולוגיא בלויז פון ליינען עטליכע ביכער.


נאר וואו קען מען זיך יא לערנען? אויב נישט פון ביכער, קומט אויס אז עס איז נישטא קיין איין "אמעריקאנער-געלערנטער גראפאלאג", ווייל ווי ווייט איך ווייס קען מען זיך דאס נישט לערנען אין קיין איין אוניווערזיטעט אין גאנץ אמעריקע. דאס אליין זאגט נישט עפעס? (אפילו יידיש זענען דא עטליכע וואס געבן לעקציעס דערין...) סארי טו סעי, אבער גראפאלאגיע ווערט באטראכט ווי נאך איינע פון די געשמאקע סודא-סייענסעס וואס טוען סתם פארדרייען א קאפ פאר מענטשן.
נאר ביים אידישן עולם איז עס פיל מער אויפגעכאפט, קודם צוליב די פארשטענדליכע סיבה (פונקט ווי שמאלץ און ענערדזשי הילינג וכדומה זענען אויפגעכאפט), אבער צווייטנס מסתמא ווייל פונקט אין ארץ ישראל איז דאס יא א שטארק-אויפגעכאפטע פעלד וואס אסאך געבן זיך אפ דערמיט. אבער זיי וויסן אז ישראל איז טאקע ממש די איינציגסטע לאנד אויף דער וועלט וואו מען געט זיך אפ מיט גראפאלאגיע אויף אזא גרויסן פארנעם. איז דאך עס אויטאמאטיש אויך ביי די פרומע, און פון דארט אימפארטירט געווארן צו די אידישע אמעריקאנער ברודער, וועלכע קוקן אויף זיי ב"ה מיט אפענע אויגן און געבן זיי שיין צו לייזן. זאל זיי וואויל באקומען. ווי לאנג זיי געבן נאר חיזוק און זאגן אז מען האט גאר אסאך ענערגיע, איז דאך זיכער זה נהנה וזה נהנה.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 736 מאל

הודעהדורך פרישער » מיטוואך יולי 24, 2013 12:03 pm

נאך איין מייזל אז דער דירענפעלד שרייבט נישט נאר מיט א טייפרייטר, אבער אזוי צי אזוי וואלט איך געזאגט אז ער זאל נעמען דעים ערשטען פיפציגער אין זיך גיין אינטערזיכען, ווייל עס קען זיין אז ער שרייבט קרימע יודעלעך וואס דעיס מיינט אין גאפעלאקיש פאריקט
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 10:40 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1069 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך יולי 24, 2013 12:20 pm

@שרגא. דו זאגסט זייער גוט און ריכטיג, און איך זעה נישט ווי אזוי מען קען זאגן אנדערש, ווי אזוי דען האט מען אויסגעפיגורט דעם ענין פון גראפאלאגיע, אויב נישט אויף דעם וועג וואס דו שרייבסט?
די אלע ביכער וואס זענען דא אויף דעם האבן דאך אויך געשריבן גראפאלאגן וואס האבן אריינגעטראכט אסאך אין דעם, און זענען אויפגעקומען מיט די פשוטע זאכן אז די נאטורן פונעם מענטש עפעקטן זיין וועג פון שרייבן, ופשוט הוא.
און נאך א נקודה איז אז זיי קענען זאגן אויך זאכן וואס זיי זעען בכלל נישט אויפן כתב, נאר דאס זענען זאכן וואס קענען מער/ווייניגער אריינפיטן אין יעדן מענטש.

און דאס איז אויך שטארק נוגע ביי די אלע חכמים ומקבלים פון ארץ ישראל. מענטשן ווערן פארגאפט פון זיי, "ער האט דאך ממש צוגעטראפן וואס איך בין און וואס איך האב געטוהן", אבער דער אמת איז אז מיט אביסל חכמה קען דאס יעדער טוהן, ווען ער זעהט א פעשער מענטש קומט אריין זאגט ער גלייך, איך זעה אז דו ביזט אביסל געפאלן אין תאוות אכילה, וכן הוא ביי אנדערע תאוות, מען דארף נישט זיין דער גרעסטער אויבער חכם צו זאגן זאכן פאר א מענטש וואס פיטן אריין אין אים, פלאס די זאכן וואס פיטן אריין ביי יעדן מענטש.
נאך א זאך פארשטיי איך נישט וועגן די פארגאפקייט פון די חכמים. וואס האב איך פון דעם אז יענער זאגט מיר פונקטליך ווער איך בין? איך ווייס דאס אליין אויך. אויב קען ער העלפן מיט א גוטע עצה הרי טוב, אבער סתם צו זאגן זאכן וואס קיינער האט נישט געוואוסט נאר ער, וואס האב איך דערפון?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2027
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 4337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3971 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 24, 2013 2:14 pm

קודם, מענטשן גלייכן דאס צו הערן. זיכער צו מאכן אז מען נארט זיך נישט..
און נאכדעם זענען דא מענטשן וועלכע "האבן זיך אליינס נישט ארויס", זיי זענען נישט קלאר מיט זייער טבע. און זיי האבן ליב ווען איינער קלארט עס זיי אויס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14972
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17830 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » מיטוואך יולי 24, 2013 5:41 pm

דער גראפאלאגיסט מאכט עס ווי א באזונדערע חכמה אז ער דעקט אויף אז דער בריוו שרייבער איז א בחור..
דער רעדאקטאר שיקט אים א טעקסט אז יענער האט באצאלט דעי און דעי פרייז!
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 858 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך יולי 24, 2013 11:22 pm

שרגא, איך גיי נישט דא געבן א שיעור אויף גראפאלאגיע, סיי ווייל איך האב נישט די צייט, און סיי ווייל איך בין נישט גענוג באקאנט דערמיט. אבער צו ענטפערן דיינע טענות:
א.
שרגא האט געשריבן:
הרב יאיר האט געשריבן:דערפאר וועט א פראפעסיאנעלער גראפאלאג קיינמאל נישט אפמאכן דעם מהות פון א מענטש באזירט אויף איינס אדער צוויי פאקטארן, נאר אויף א גאנצע רייע וואס ווייזן אין א געוויסע ריכטונג, כידוע לכל בר בי גרפולוגיה דחד יומא.

דאס הייסט אז אנשטאט קוקן נאר אויף איין זאך אדער אות וואס איז ווייט פון זיכער ארויסצולערנען דערפון, קוקט מען אויף צוואנציג זאכן, וואס יעדע פון זיי באזונדער זענען נישט זיכער, און אזוי קומט מען צו א החלטה?
יא, אויב א מענטש זאגט א ליגנט איינס-צוויי מאל מיינט נאך נישט אז ער איז א ליגנער, אויב ער זאגט צוואנציג ליגנטס מיינט יא. ה"ה איז דער חילוק אויב א מענטשנ'ס שריפט האט צוויי סימנים פון א ליגנער אדער צוואנציג.
נאכאמאל, איך זאג בכלל נישט אז עס ליגט נישט עפעס דערין. אויב איינעמ'ס שריפט איז אויסנאם שיין און גראד און מסודר און אייניג, וואלט איך טאקע געווען גאנץ איבערצייגט אז ער איז נישט קיין צעפלויגענער טיפ מענטש, אבער זאג איך אז פונקט אזוי ביי א קאר וועט מען אויך זען לויט א קאר ואוס געט א שטארקע סטעיטמענט איין כאראקטער פון דעם מענטש. און זיכער מער וואלט איך געזען נאכ'ן זען איין שורה "וואס" דו שרייבסט, ווי איידער "וויאזוי" דו שרייבסט. אבער דער שריפט-אנאליזירער קען דערפון נישט ארויסנעמען קיין גאנצע אדער אפילו האלבע בילד.

פליז. עס זענען פארהאן עטליכע הונדערט זילבערנע אדעסיס אין וומסב"ג און ב"פ, ווילסט מיר זאגן אז די אלע יונגעלייט האבן סיי וואספארא ענליכקייט אויסער אז זיי זענען חסידישע אידן? א גראפאלאג דארף דאך קענען אריינגיין אין די נשמה פון דעם מענטשנ'ס נאטורן. פון א קאר קענסטו נישט זען אויב א מענטש האט געהאט א שווערע יוגנט, פון א שריפט דארפסטו יא קענען זען. און פון זען איין שורה וואס יענער שרייבט קען מען, אודאי, געווענליך גארנישט זען, לכה"פ אויב עס רעדט זיך איבער א נייטראלע זאך.
איך קען נישט דעם גראפאלאג וואס ז"ז האט געברענגט, מעגליך אז ער טויג נישט. א פראפעסיאנעלער גראפאלאג דארף קענען זאגן פיל פיל מער ווי דעם.
שרגא האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:ומהאי טעמא קען מען זיך נישט לערנען גרופולוגיא בלויז פון ליינען עטליכע ביכער.


נאר וואו קען מען זיך יא לערנען?
איש מפי איש און דורך פראקטיצירן, אזוי ווי כמעט יעדע חכמה וואס מען וויל גוט פארשטיין און קענען פראקטיצירן. עס איז נישט גענוג צו וויסן די בעיסיק כללים.

אויב נישט פון ביכער, קומט אויס אז עס איז נישטא קיין איין "אמעריקאנער-געלערנטער גראפאלאג", ווייל ווי ווייט איך ווייס קען מען זיך דאס נישט לערנען אין קיין איין אוניווערזיטעט אין גאנץ אמעריקע. דאס אליין זאגט נישט עפעס? (אפילו יידיש זענען דא עטליכע וואס געבן לעקציעס דערין...)
גוגל graphology courses וועט ארויפקומען טויזנטער רעזולטאטן.
סארי טו סעי, אבער גראפאלאגיע ווערט באטראכט ווי נאך איינע פון די געשמאקע סודא-סייענסעס וואס טוען סתם פארדרייען א קאפ פאר מענטשן.
נאר ביים אידישן עולם איז עס פיל מער אויפגעכאפט, קודם צוליב די פארשטענדליכע סיבה (פונקט ווי שמאלץ און ענערדזשי הילינג וכדומה זענען אויפגעכאפט), אבער צווייטנס מסתמא ווייל פונקט אין ארץ ישראל איז דאס יא א שטארק-אויפגעכאפטע פעלד וואס אסאך געבן זיך אפ דערמיט. אבער זיי וויסן אז ישראל איז טאקע ממש די איינציגסטע לאנד אויף דער וועלט וואו מען געט זיך אפ מיט גראפאלאגיע אויף אזא גרויסן פארנעם. איז דאך עס אויטאמאטיש אויך ביי די פרומע, און פון דארט אימפארטירט געווארן צו די אידישע אמעריקאנער ברודער, וועלכע קוקן אויף זיי ב"ה מיט אפענע אויגן און געבן זיי שיין צו לייזן. זאל זיי וואויל באקומען. ווי לאנג זיי געבן נאר חיזוק און זאגן אז מען האט גאר אסאך ענערגיע, איז דאך זיכער זה נהנה וזה נהנה.

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם וואס עס איז נישט קיין סייענס, איך גלייב אין אסאך זאכן וואס מען קען נישט אויפווייזן סייענטיפיש לדוגמא, פילאזאפיע. פאקטיש זענען פארהאן אזעלכע וואס ווילן אויך עקסקלודן פסיכאלאגיע פון סייענס. די עיקר שאלה איז אויב למעשה קען מען עפעס זען דערפון. מיין עקספיריענס צייגט אז יא. און דו ביסט דאך אליין מודה אז עס זענען דא געוויסע זאכן וואס זענען גרינג צו זען אויף א שריפט, איז דאך מסתבר אז איינער וואס איז מער אויסגעריבן דערין קען זען מער דקות'דיגע זאכן וואס אן עוורעדזש מענטש כאפט נישט אויף. איך זאג נישט אז איך גלייב אין יעדע זאך וואס גראפאלאגיע גיבט אן אז מען קען זען, צב"ש פיזישע מחלות, אבער באטראכטן א שריפט פון סיי וועמען איז זיכער פיל מער עפעקטיוו ווי באטראכטן דעם יעניגנ'ס קאר.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7684 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:01 am

יאיר האט געשריבן:איך זאג נישט אז איך גלייב אין יעדע זאך וואס גראפאלאגיע גיבט אן אז מען קען זען, צב"ש פיזישע מחלות, אבער באטראכטן א שריפט פון סיי וועמען איז זיכער פיל מער עפעקטיוו ווי באטראכטן דעם יעניגנ'ס קאר.

גראדע מיין איך אז דאס איז מער אנגענומען, למשל אין דייעגנאזירן פארקינסאנס, ווי די מינדעסטע טויש אין מאטאר סקילס זעט זיך ערשט אן אינעם שריפט, ווי אויך אין נאך ניוראלאגישע דייאגנאסיס.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7335 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:19 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איך זאג נישט אז איך גלייב אין יעדע זאך וואס גראפאלאגיע גיבט אן אז מען קען זען, צב"ש פיזישע מחלות, אבער באטראכטן א שריפט פון סיי וועמען איז זיכער פיל מער עפעקטיוו ווי באטראכטן דעם יעניגנ'ס קאר.

גראדע מיין איך אז דאס איז מער אנגענומען, למשל אין דייעגנאזירן פארקינסאנס, ווי די מינדעסטע טויש אין מאטאר סקילס זעט זיך ערשט אן אינעם שריפט, ווי אויך אין נאך ניוראלאגישע דייאגנאסיס.

איך רעד פון אזא סארט זאך ווי אז א לאך אינמיטן אן אות צייגט אויף א הארץ פעלער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7684 מאל

הודעהדורך שרגא » מיטוואך יולי 31, 2013 4:03 pm

שוין, קומען מיר שוין צו א סך הכל. דו ביסט מודה אז עס איז נישט קיין סייענס (און אגב, אויף דיין ראיה אז איך זאל גוגלען graphology courses און זען די רעזולטאטן, וואלט איך דיר געבעטן צו גוגלען UFO courses און וועסט מסתמא אויך זען אסאך רעזולטאטן... איך האב גערעדט פון נארמאלע קורסן, און קיין איין איינציגע קאלעדזש אין אמעריקע געט עס נישט.), איך בין מודה אז עפעס דארף מען קענען זען דערין, נאר איז יעצט דער חילוק אז דו האלטסט אז די מומחים זעען באמת אסאך דקות'דיגע זאכן דערין, אריינגערעכנט למשל ווי דו זאגסט איינעמ'ס שווערע יוגנט, ווידער איך האלט אז נישט און עס איז פשוט זייער אייגענע אינטערפרעטאציע, וואס איז אדער יא אדער נישט אמת. איך וואלט געוואלט דו זאלסט שיקן דיין שריפט צו די פינף גרעטסע גראפאלאגן, און קום מיר זאגן די רעזולטאטן. פארשטייט זיך אויב זיי רעדן געהעריגע דיטעילס, נישט פארוואסערטע זאצן וואס קענען שטימען אויף אכציג פראצענט מענטשן.

לאמיר נעמען פאר א משל דעם שריפט וואס ר' זר האט די ערשטע געברענגט דא:
gra1.jpg
gra1.jpg (28.67 KiB) געזען געווארן 744 מאל


דער גראפאלאג האט געשריבן אז "דאס איז אן ערוואקסענער בחור ואוס עס איז אים זייער שווער צו קאנצענטרירן זיין מוח". אויסער מיין פראגע וויאזוי יענער קען לויט די שריפט זען אז יענער איז א בחור און האט נאך נישט געהייראט קיין פרוי, בין איך נייגעריג צי די זעלבע שריפט קען נישט ברענגען אן אנדערע גראפאלאג צו זאגן אז "יענער קען זיך מוראדיג קענצענטרירן זיין מוח". אפשר נישט, אפשר איז דאס זייער קלאר דא, אבער איך בין נישט קאנווינסד. דאס וואס ער שרייבט אז "יענער האט נישט די כללים וויאזוי מען גייט זיך אום מיט מענטשן", דאס וואלט מיר גראדע יא אויסגעקוקט צו זיין אמת. אבער אוודאי קען איך זיין ראנג און די ספעיסעס קען האבן גאר אן אנדערע סיבה ואוס ער און איך ווייסן נישט. און דאס וואס ער זאגט צום סוף אז "ער איז א לב טוב, אלעמאל גרייט צו העלפן א צווייטן", האלט איך קלאר אז עס איז פונקט פארקערט, ער איז א מענטש וואס וועט זיך ארויסדרייען ווען מעגליך פון העלפן אנדערע, ער איז א ריכטיגער שלי שלי שלך שלך שלך. גיי ווייז מיר איבער אנדערש?
נאר למעשה זאגסטו אז דיין עקספיריענס זאגט אז מען זעט יא דערין, ממילא האב איך מער רעספעקט פאר דיין מיינונג. נאר איך האב אויך רעספעקט פאר די פיל אנדערע ואוס זאגן זיי האבן א פארקערטע עקספיריענס.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 736 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:59 am

Capture43.JPG
Capture43.JPG (94.02 KiB) געזען געווארן 672 מאל
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל


גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט