הדסים האט געשריבן:כ'האב געזעהן די ערשטע 3 עפיזאדן אויף נעטפליקס, איך האב שוין נישט קיין כח צן קוקן ווייטער.
ווי אזוי מאכט מען אזא פאלשע לעבנס שטייגער? ס'איז נישט חסידיש, נישט אידיש, נישט גויעש.
I can't, Sorry
berlbalaguleh האט געשריבן:איש חזון: נאר דער וואונדער איז וואו זיי האבן געקענט טרעפן אן אלטע פרוי וואס רעדט אזויפיהל ניבול פה. און האט אזא שמוציגן פיסק...!
berlbalaguleh האט געשריבן:קיווע עקט אויך זייער גוט אלס טשאלמער בחור. מיט די באגרעניצטע השגות וואס די טשאלמערס האבן...!
אויך דער וועג פון די תנועות וואס ..."ליפא"... מאכט. דאס האלב שאקלען זיך איז געוואלדיג פאר א חילוני'שן אקטיאר...!
די גאנצע סעריע איז זייער שטארק רעאליסטיש. אפשר נישט אזוי דראמאטיש. און דער חידוש איז אז אלע אקטארס זענען חילונים...!
אויף שלום שטיסל האביך זיכער געמיינט אז ער איז א מאה שערים'דיגער איינוואוינער. און דער נייער אקטאר וועלכער שפיעלט..."נחום" דער פעטער פון קיווע איז גאר א ספרדי. און ר'האטציך אויסגעלערנט רעדן אידיש...!
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דו פארשטייסט צו עקט? קען זיין דו האסט נישט ליב וויאזוי ער עקט, אפשר פשוט איז זיין קערעקטער נישט גענוג ציענד פאר דיר..
בכל אופן. קיווע עקט אראפ זיין טייל סאליד גוט. קיווע האט אן ארטיסטיש טאטש צו זיך, א קריסטאל דורכזיכטיגער נשמה. א קינדערישער ריינקייט.
ער איז א שטארקער טאלאנט.
קאצקע ציקער האט געשריבן:דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דו פארשטייסט צו עקט? קען זיין דו האסט נישט ליב וויאזוי ער עקט, אפשר פשוט איז זיין קערעקטער נישט גענוג ציענד פאר דיר..
בכל אופן. קיווע עקט אראפ זיין טייל סאליד גוט. קיווע האט אן ארטיסטיש טאטש צו זיך, א קריסטאל דורכזיכטיגער נשמה. א קינדערישער ריינקייט.
ער איז א שטארקער טאלאנט.
ער מאכט נאך א קערעקטער וואס איז כמעט נישט בנמצא
ישעיה האט געשריבן:איז דא ערגעץ די שטיסל סעריע אויף גוגל דרייוו אדער דראפבאקס?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
היהודים באים איז צוריק, שטיסל איז צוריק, געלויבט דער פון אויבן אז מ'האט דערלעבט, גילי מאד בת ציון הריעי בת ירושלים!
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט