מיין ראש השנה'דיגע געוויין

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל

מיין ראש השנה'דיגע געוויין

שליחה דורך יאיר »

ווער ווייסט דען נישט דער באקאנטער מאמר פון אר"י ז"ל אז איינער וואס פארגיסט נישט א טרער אין די ימים נוראים איז ר"ל נישט מזרע ישראל. אלס בחור, הארט איידער איך בין נחמץ געווארן פון גרשום שלומ'ס ביכער, האב איך גענומען די סארט ענינים מיט'ן פולסטן ערנסטקייט. ס'טייטש, אויב איך בין נישט מזרע ישראל קומט דאך אויס אז מיינע קינדער וועלן זיין קינדער פון גויים, און אויסער דעם וואס זיי זענען אלע פגומים, וועט דאך ארויסקומען אלע שרעקליכע מכשולות וואס איך האב בשתיקה געזען אין שו"ת דברי יואל בענין הזרעה מלאכותית.

שוין פון ווען מ'האט אנגעהויבן בלאזן שופר ראש חודש אלול האט מיר געקלאפט דאס הארץ אז איך מוז זען צו פארגיסן אפאר טרערן. סליחות איז אדורך גאנץ רואיג, קוים וואס כ'האב געהאט צייט זיך מיטצוכאפן מיט'ן בעל תפילה און אין די זעלבע צייט אינזין האבן אביסל עברי טייטש, ווי אויך זיכער מאכן צו האלטן מיינע ציין גאנץ. איך האב אלס אפגעשטיפט די פאר טרערן אויף די עכטע הייליגע טעג.

עס איז אנקומען ערב ראש השנה, אלעס איז שוין זייער שרעקעדיג, איך האב זיך מצייר געווען וואו מען גרייט אן דעם הויכן וואגשאהל וואו אלע מיינע עבירות וועלן ווערן אפגעוואויגן, ווער ווייסט, אפשר וועלן די טרערעלעך איבערוועגן דאס וואגשאהל?

קומט אן ראש השנה, דער חזן צוזינגט זיך ביי ברכו, און עס גייט א געשמאקער מעריב. דערנאך קומט אן אויסגעצויגענער לדוד מזמור. קיין פלאץ פאר טרערן האב איך דערווייל נישט געטראפן. דער אויסגעצויגענער ישא ברכה איז גראדע געווען גאנץ א שיינע קאפ שטימע, אבער נישט אויף צום וויינען. דעם נעקסטן פרימארגן שטיי איך אויף פארטאגס כדי די קליינע מייזעלעך (מזל'עך) זאלן חלילה נישט איינשלאפן. איך האב זיך באקוועם געמאכט אויף רעקליינער מיט'ן תהלים, אבער וואו וואס ווען איז מיין מזל שוין געווען אינמיטן א טיפער חלום, און ווען כ'האב זיך געוועקט איז שוין געווען זייגער אכט. מיט איין אטעם לויף איך אין בית המדרש זיך א טובל טון. די קלארין אין די מקוה וואסער האט גראדע היבש געציפט, און פון אזויפיל רייבן די אויגן האט זיך ארויסגעכאפט א טרערעלע, אבער כ'האב גאנץ גוט געוואוסט אז נישט דאס האט דער הייליגער אר"י געמיינט. ער וויל די ריעל סטאף, ס'זאל זיך גיסן נאטורליך. נישט די געפעלשטע טרערן וואס מ'קען קויפן אין גראסערע איינגעפאקט אין א זיפ לאק בעג ווי די צען ברעקלעך.

הכלל, כ'שטעל זיך דאווענען. פסוקי דזמרה פארט גאנץ געשמירט, מ'איז דאך צוגעוואוינט דערצו. קיין גרויסע התעוררות האב איך נישט געשפירט. איך האב אוועקגעלייגט די הייסע טרערן אויף די ראש השנה'דיגע דאווענען, דאס אומגעווענליכע. דארט עפנט זיך דאס הארץ. ס'איז געקומען צו המלך, אופס, עפעס א שאקל האט זיך געטון אין מיין הארץ, אבער ביי דעם איז עס געבליבן. דערנאך איז געקומען שמונה עשרה און כ'האב געוואוסט אז כ'מוז אנהייבן ארבעטן. אבער א צוטומלטער בין איך געשטאנען און נישט געוואוסט וואו איך דארף וויינען. ביי כל הרשעה כולה כעשן תכלה? ביי ועולתה תקפץ פיה? ובכן צדיקים יראו וישמחו? קיין שום חלק אין די ראש השנה'דיגע דאווענען האט מיר נישט מעורר געווען. אומזיסט האב איך געזוכט די וואכנדיגע פשוט'ע שמונה עשרה. אה, דארט וואלט איך געקענט פארגיסן טייכן טרערן. רפאינו, מיין פעטער יאנקל וועלכער איז נישט געזונט, דאס קליין קינד וואס ליידט נעבעך פון קענסער און האט נאך אפילו נישט קיין נאמען, ברך עלינו, מיין פאטער זאל זיך נישט אזויפיל מוטשען, ראה בענינו, מיין מגיד שיעור זאל מיר אויפהערן רודפ'ן, שמע קולינו חוס ורחם עלינו. דאס גאנץ בית המדרש וואלט דאך געווארן פארפלייצט פון מיינע טרערן.

קומט ענדליך אן די הויכע שעמענעסרע. ווער איך פארפלאנטערט אין דעם קליר'ס פיוטים, עס דרייט זיך מיר די צינג אין א שנעלער געלויף מיטצוכאפן דעם באן וואס ווערט געטריבן דורך עלטער זיידעס וואס זאגן שוין די זעלבע תפילות, אין דעם זעלבן טאג, אויפ'ן זעלבן פלאץ, פאר עטליכע און דרייסיג יאר. און איך פרוביר צו טראכטן שנעל וואו איך קען וויינען. אפד מאז? אנסיכה מלכי? קוים וואס כ'פארשטיי די ווערטער.

דער באן פארט ווייטער, טפסרי טופסיו יטפסו בקול, שנאני נשק ינשקו בקול. איך ווייס נישט וואס מען וויל פון מיין לעבן האבן. וואו אין דער וועלט דארף איך וויינען. אפילו ביי ונתנה תוקף האב איך אויך נישט פונקטליך געוואוסט פארוואס איך דארף וויינען דארט. בסך הכל איז עס א שיינע דעסקריפציע פון דעם בית דין של מעלה אין היינטיגן טאג, מ'זאגט נישט קיין שום בקשה. ניטאמאל ביים אויסשרייען ותשובה ותפילה וצדקה בעט מען עפעס, סתם אזא מעלדונג אז ווער ס'האט נישט קיין איבריג געלט אדער צייט צו דאווענען קען אויך תשובה טון און מכפר זיין די עבירות. והראי', ס'קומט צו אין קצבה ברעכט דער עולם אויס אין היליכיגע געזאנגען און ס'דערקענט זיך קוים אז א מינוט צוריק האט מען געשריגן און געוויינט און פארפירט.

מען האלט שוין ביי כתר, איך זאג מיט פלייס די אש אש אש אין א ציה, עס זעט זיך מיר שרעקעדיגע פייער צינגען וואס רינגלען ארום דעם כסא הכבוד, איך זינג אפילו מיט ויו-ו-ו-שר יליצו, בעדינו חיות אש. דערנאך קומען די כסא'ס, איך זאג אלעס אפ ערליך, נישט אויסלאזנדיג קיין איינס. ווען דער חזן האט געצויגן מיט'ן אי-ה-ה-ה האב איך אפילו אריינגעכאפט אלע דריי תפילות פאר רוח הקודש, פרנסה בריוח, און גוטע קינדער. אבער איך ברעך זיך קאפ וואו איך קען כאטש זיך מאכן ווי איך וויין, ווי די ספרים הק' שרייבן אויב מען האט נישט קיין ברירה. פון וויינען אליין האב איך שוין אינגאנצן אויפגעגעגעבן.

מלך עליון, די קאפעליע זינגט שיין און בא'טעמ'ט. עס שפירט זיך ווי א ליל ששי קומזיץ. דערנאך ציט מען אויס די פיס און דער חזן שטעלט זיך אפזאגן די ובכן'ס, ביז איך וועק זיך אויף פון א הילכיגע געזאנג, "ובכן צדיקים!" עס דאכט זיך מיר אז כ'האב פארבלאנזשעט אינעם שמחת תורה אריין.

מיין איינציגע האפענונג איז געווען די אבינו מלכינו'ס, אה דארט וועט זיכער זיין עפעס צו בעטן. איך גרייט זיך מיט אן ערנסטקייט, איך חזר איבער די נעמען צו אינזין האבן ביי שלח רפואה שלימה לחולי עמך, ביי מלא אסמינו מברכותיך גרייט איך זיך אינזין צו האבן די קעבינעטס זאל שטענדיג זיין פיל מיט אייער קיכל און די פרידזשידערס מיט הערינג, ביי קרע רוע גזר דיננו האב איך געוואוסט אז כ'וועל נישט קענען צופיל אינזין האבן, ווייל כ'דארף צולייגן קאפ צו צאמכאפן די 'רוע' מיט'ן 'גזר' כדי מיינע אלע אנשטרענגונגען זאלן נישט גיין לאיבוד צוליב איין נארישקייט.

אבער בעיקר האב איך זיך געגרייט אויף די טרערן וואס וועלן פליסן, כ'האב זיך באוואפנט מיט א שאכטל טישוס. גענומען אן אלטן מחזור אריינצוקוקן דערביי, וואס כ'האב ספעציעל מיטגעברענגט כדי אז ווען ס'כאפט מיר אן א התעוררות זאל איך נישט דארפן פארפלעקן מיין שפאגל נייער מחזור המפורש מיט מיינע זאלציגע טרערן. און כאטש כ'האב עס נישט געוואלט מודה זיין, האט מיין הארץ געטאנצט פון פרייד אז איך וועל שוין ענדליך קענען פארלאזן א טרער, ווי אלע ערליכע אידן.

"המברך את עמו ישרא-א-א-אל, בש-א-א-א-א-אלו-ו-ו-ם!"

"א-א-א-א-א-א-א-מן!"

איך שטיי און ווארט מ'זאל אנהייבן די אזוי געגארטע אבינו מלכינו'ס, אבער צו מיין אומאנגענעמע איבערראשונג, הייבט דער חזן אן:

"י-אי-אי תג-ד-ל ויתקדש, אה הוי אוי אוי... שמיה רבא!"

דער גאנצער עולם זינגט מיט פרייליך, טייל נעמען שוין אראפ דעם טלית פון קאפ. און איך שטיי און איך קען נישט פארשטיין וואס קומט פאר. איך געב אזא ווינק צום שכן מיט א פארוואונדערטער מינע, ווייזנדיג מיט'ן פינגער אויפ'ן הימל ווי צו זאגן, "וואס איז מיט'ן אבינו מלכינו?!"

מיין ערפארענער שכן ווייזט מיר צו מיט געדולד אויף די קליינע אותיות העכער דעם אבינו מלכינו "כשחל בשבת אין אומרים אבינו מלכינו".

איך האב מער נישט געקענט פארנעמען די אנטוישונג. די גאנצע פרעשור פון ראש חודש אלול ביז יעצט האט זיך אנגעזאמלט ווי א קנויל אין מיין האלז דראענדיג מיר צו דערשטיקן. איך בין ארויסגעלאפן אינדרויסן און אויסגעבראכן אין א יאמערליך געוויין. די טרערן האבן זיך געגאסן ווי פון א קוואל. און מיט א ביטערקייט האב איך זיך געטרייסט אז הגם דער אר"י הקדוש האט לכאורה נישט געמיינט אזא סארט געוויין, האב איך סוף כל סוף פארגאסן אפאר טרערן אויף ראש השנה. כאטש איך דריי זיך ארום מיט ספיקות ביז'ן היינטיגן טאג צו מיינע קינדער זענען פגומים אדער נישט.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר