בלאט 1 פון 1

פילם "נח"

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 4:47 pm
דורך יאנטעף
דער אידישע פילם דירעקטער דארען אראנאווסקי (דירעקטער פון בלעק סוואן) ארבעט שוין צוויי יאהר אויף זיין פילם "נח", די מעשה פון נח און די מבול, מיט א באדזשעט פון 130 מיליאן דאללער, און באקאנטע אקטיארן ווי ראסעל קראו, דזשעניפער קאנעללי, עממא וואטסאן, און נאך.

עס איז נאך אלץ נישט זיכער ווי אזוי די פילם וועט ווערן געשניטן, און ווי אזוי די מעשה וועט אראפגעגעבן ווערן. פון איין זייט וויל דער דירעקטאר אז עס זאל זיך האלטען נאנט צו די טראדיציעס פון די תורה און להבדיל די קאראן, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען אין א פילם אריינפילן אסאך דעטאל'ן וואס איז נישט דא אין די תורה ממילא מוז מען נוצן די פאנטאזיע.

א באריכט די וואך דערציילט אז אראנאווסקי ווייסט נאך נישט ווי אזוי צו ענדיגן די פיינעל ווערסיע פון די פילם, און אז טעסט סקרינינגס פון די פילם האבן געברענגט "באזארגענדע רעזולטאטן". עס איז געוועהן א סקרינינג אין ניו יורק (פאר אידן), אין אריזאנא (פאר קריסטן) און אין קאליפארניע (פאר א געמישטע אוידיענץ). ביי אלע דריי סקרינינגס זענען די רעאקציעס נישט געוועהן צו גוט.

אויך איז דא באריכטען אז עס איז דא א מחלוקת צווישן די סטודיא (פאראמאונט) און דער דירעקטאר. די סטודיא וויל אז די פילם זאל זיין ווי מער נאנטער צו די מעשה פון די תורה, אבער אראנאווסקי וויל נעמען ברייטערע לייסענס, צו קענען נוצן ארטיסטיק קריעיטיוויטי.

דער פילם איז באשטימט ארויסצוקומען אין מארטש 28, 2014.

בילד
ראסעל קראו ווי נח