יומענס אף ניו יארק

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

יומענס אף ניו יארק

שליחה דורך הציץ ונפגע »

"אויב זענט איר אדורכגעפארן די ברוקלינער נעווי יארדס נעכטן מיטוואך ביינאכט, וואלט איר געזען אן ערוואקסענעם מענטש וויינען אין א ליידיגן פארקינג לאט". די ווערטער האט ברענדאן סטענטאן געפאוסט אויף זיין בלאג פאריגע וואך דאנערשטאג בייטאג. ווער איז ברענדאן סטענטאן און פארוואס האט ער געוויינט אין א ליידיגן פארקינג לאט אין דעם ברוקלינער נעווי יארד? ברענדאן סטענטאן איז דער פאטאגראפירער און בלאגירער פון יומענס אף ניו יארק (מענטשן פון ניו יארק). סטענטאן איז געווען 25 יאר ווען ער האט זיך געטראפן אן א שטאך ארבעט. ארויס פון קאלדעזש איז ברענדאן געווארן א באנד טרעידער אין שיקאגא. נאך דריי יאר, האט זיין פירמע אים אפגעזאגט צוליב עקאנאמישע שניטן וואס זיי האבן געמאכט. סטענטאן איז געקומען אויף ניו יארק און, זייענדיג ארבעטסלאז, האט ער באשלאסן אנצונעמען א פראיעקט ווי ער וועט פאטאגראפירן מענטשן פון ניו יארק און ווען ער וועט האבן 10,000 בילדער וועט ער דערפון מאכן א מאפע פון ניו יארק סיטי. ער האט אנגעהויבן כאפן די בילדער און זיי ארויפגעשטעלט אויף א פעיסבוק גרופע וואס ער האט גערופן Humans of New York. כאטש ער האט נישט געהאט קיין שום פריערדיגע ערפארונג אין פאטאגראפיע האבן זיינע בילדער אויסגעקוקט גאנץ פראפעסיאנאל.

נאך בערך א יאר פון לייגן בלויזע בילדער האט סטענטאן אנגעהויבן האבן שמועסן מיט די מענטשן וועם ער האט פאטאגראפירט. און סטענטאן האט אנטדעקט אז יעדער מענטש איז אן אוצר מלא, א כאראקטער פאר זיך. סטענטאן האט אנגעהויבן צוצולייגן קורצע זאצן צו די בילדער וועלכע ער האט ארויפגעלייגט אויף פעיסבוק - געווענטליך ציטאטן פון די מענטשן וועמענ'ס בילד ער האט געכאפט. דאס האט גאר שטארק אויסגענומען ביי מענטשן און ביז א קורצע צייט האט זיין פעיסבוק פעידזש אנגעהויבן באקומען טויזענטע לייקס. היינט צו טאגס האט סטענטאן איבער א מיליאן נאכפאלגער אויף סאציאל מידיא, און דער 29 יעריגיער פאטאגראפירער איז א סאציאלער-מידיא שטערן.

זיין הצלחה איז געווען אזוי שטארק, אז הונדערטער ספינ-אפס פון זיין בלאג זענען ארויסגעקומען. עס איז אפילו דא א יומענס אף צפת פעיסבוק פעידזש! סטענטאן האט אויך מיט די יארן פארמולירט אפאר פראגעס וועלכע זענען געצילט ארויסצוברענגן אין קורצע זאצן די טיעפסטע געפילן פון א מענטשן, א שטייגער ווי "ווען דו קענסט ווען געבן ראט פאר א גרויסע גרופע מענטשן, וואס וואלט דאס געווען?" און "וואס איז געווען די טרויעריגסטע צייט פון דיין לעבן?" סטענטאן האט אנטדעקט אז מענטשן זענען גרייט זיך אויפצועפנען פאר א פרעמדן מאן מיט א קאמערא ווי פאר זייערע נאענסטע פריינט.

נאך דריי יאר פאטאגראפירן טויזענטע ניו יארק מענטשן האט סטענטאן באשלאסן צו פובליצירן זיין אייגענעם בוך. גרויסע פובליצירערס האבן אים אפגעזאגט. אפאר האבן געטענהט אז פאטאגראפיע אינטערעסירט נישט קיינעם. אנדערע האבן געהאלטן אז וויבאלד דער בוך אפעלירט נאר צו ניו יארקע איינוואוינער איז דאס נישט אינטערעסאנט פאר אן אינטערנאציאנאלען פובליצירער. איין פובליצירער, סט. מארטין'ס פרעסע, האט יא אנגענומען צו דרוקן דאס בוך. דאס איז געווען א קלוגער שריט פון זייער זייט וויבאלד דער בוך האט באקומען אזויפיל ווי 30,000 ארדערס נאך בעפאר עס איז אפילו געווען צו באקומען!

פאריגע וואך מיטוואך ביינאכט האט ברענדאן סטענטאן געעפנט די ניו יארק טיימס און איז ערשטוינט געווארן צו זען ווי זיין בוך איז אנגעקומען צו זיין דער נומער 1 ניו יארק טיימס בעסטסעלער, איבערנעמענדיג אפילו דאס פלאץ פון ביל אריילי'ס בעסטסעלער "דאס הרגענען פון יעזוס"! דאס האט איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען פאר דעם בוך, און אין זיין ווילדסטען חלום האט סטענטאן זיך נישט פארגעשטעלט אז ער וועט אנקומען צום ערשטן פלאץ אין ניו יארק טיימס.

סטענטאן האט אויך במשך די לעצטע פיר יאר אפגעהאלטן פארשידענע אינדיגאגא אפיעלס ווי ער האט אויפגעטריבן געלט פאר פארשידנארטיגע צדקה צוועקן, פון קויפן א הינטל פאר אן ארעמער אינגל, ביזן אויפטרייבן 300,000 דאלער פאר הוריקעין-סענדי געשעדיגטע. מיט אזא ריזן נאכפאלגערשאפט האט סטענטאן די כוח ארויסצוצוען קליינע סכומים פון טויזענטע מענטשן און אזוי ארום שאפן אסאך געלט.

אבער אזא פאפולעריטעט קומט נישט אן קיין נעגאטיוויטעט. און צום באדויערן האט די נעגאטיווע שטריך פון HONY, ווי זיינע פענס רופן אים, אויך ארויסגערופן נעגאטיווע שטריכן אויף די חסידישע קאמיוניטי פון ניו יארק. ומעשה שהיה כך היה:

בילד
I came upon these two on the sidewalk. They were having a conversation. “Excuse me,” I said, addressing the girl: “I’m sorry to interrupt, but is there anyway I can take your photo?”

"Why would you want my photo?" she asked.
"Because you look beautiful," I said. And she did. She was Sudanese. There is a very distinct beauty among people from the Sudan, and she was filled up with it. Suddenly the man cut in:
"I was just telling her she was beautiful," he said.

Naively, I assumed I had just walked up on one stranger giving a compliment to another. I wanted to capture the moment. “Let me take your photograph together,” I said. The man seemed reluctant, he started smiling nervously and inching away. But the girl called him back.

"Come take a picture with me," she said. Encouraged by her attention, he returned. She put her arm around him, and I took the photo.

As I examined the photos on my camera, the man started whispering to the girl. She answered him in a loud voice: “I told you! I’m not that kind of girl.” She seemed agitated now. Finally sensing that I had misread the situation, I stepped between them. The man began hurrying down the sidewalk.

When the man left, the girl’s demeanor changed completely. She seemed shaken. Her eyes were tearing up. “He just offered me five hundred dollars to go out with him,” she said. “And then when I said ‘no,’ he offered me one thousand. Why does this always happen to me?”

"It happens a lot?" I asked.

"All the time," she said. "I’m sorry I’m getting emotional. I just can’t go out of my house without this kind of thing happening. I have a son. I’m a mother. I would never degrade myself like that. I just don’t understand why this keeps happening."

"Do you mind if I tell this story?" I asked.
"Please," she said. "Tell it."

Let’s hope this man, and all men, realize the emotional damage they are inflicting on the women they try to buy. In the meantime, feel free to SHARE.


נאך אפאר טויזענט קאמענטס אויף פעיסבוק, האט סטענטאן אראפגענומען דאס בילד פון זיין פעיסבוק פעידזש, שרייבענדיג אז ער טוט דאס צוליב די בקשה פון די משפחה. פרויען'ס-רעכטן-גרופעס האבן קריטיקירט סטענטאן פארן אראפנעמען דאס בילד פון פעיסבוק, כאטש ער האט עס געלאזט אויף זיין סייט.

די פארווערטס האט געבעטן סטענטאן זיי צו ווייזן זיינע אידישע מענטשן פון ניו יארק, אבער סטענטאן האט זיי צוגעשיקט א נעבעכדיגע סכום פון פיר בילדער. זייענדיג א שטענדיגע יומענס אף ניו יארק נאכפאלגער, האב איך געמאכט א שטיקל קאלעקציע פון אידישע יומענס אף ניו יארק, אט זענען א טייל פון די אידישע בילדער (קאפירייט רעכטן, ברענדאן סטענטאן):

557812_381081748632598_749418784_n.jpg
557812_381081748632598_749418784_n.jpg (84.55 KiB) געזען געווארן 6349 מאל


428588_259337640807010_1206950461_n.jpg
428588_259337640807010_1206950461_n.jpg (65.96 KiB) געזען געווארן 6349 מאל


425775_381126125294827_1779227129_n.jpg
425775_381126125294827_1779227129_n.jpg (46.18 KiB) געזען געווארן 6349 מאל


391471_352455388161901_506596083_n.jpg
391471_352455388161901_506596083_n.jpg (61.01 KiB) געזען געווארן 6349 מאל


פורים אין קרוינהייטס:
(ליינט פולקאמע דעסקריפציע אויף סטענטאן'ס בלאג)

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר