באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

הודעהדורך סופר ומונה » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:07 pm

באנקסי איז א פסעוודאנים פאר א גראפיטי-קינסטלער פון ענגלאנד, וועלכער איז בארימט מיט זיינע סאטירישע גאסן-קונסט און סובווערסיווע עפיגראמען וואס קאמבינירן טונקעלן הומאר מיט גראפיטי, געמאלן אין אן אייגנארטיקן שאבלאנען טעכניק. זיינע מאלערייען נעמען צומאל אריין די אומגעבונג, און מאכן אן איינדרוק ווי זיי פאסן אריין אין דער סצענע.

זיינע מאלערייען ווערן געמאכט אומלעגאל, און ער דארף כסדר אויסמיידן די פאליציי. טייל פון זיינע ווערק זענען פארקויפט געווארן פאר צענדליקער טויזנטער דאלארן.

באנקסי געפונט זיך איצט אין ניו-יארק, אין אויף זיין וועבסייט שטעלט ער כמעט יעדן טאג ארויף זיינע פרישע מאלערייען.

א אידישע פירמע איז געווען אין די נייעס די וואך, נאכדעם וואס באנקסי האט אנגעפירקלט דעם הינטערשטן טיר פון אירס א טראק, און די פירמע האט באקומען אן אנבאט צו פארקויפן דעם טיר פאר $75,000.
בילד
דער טיר פון דעם טראק

נאך גראפיטי קונסט-ווערק פון באנקסי:


בילד

בילד

בילד

בילד

באנקסי האט געמאכט ניין גראפיטי ווערק אויף דער ישראל-פאלעסטינער סעגרעגאציע וואנט אין יהודה ושומרון.

בילד

בילד

בילד
באניצער אוואטאר
סופר ומונה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 280
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 623 מאל

הודעהדורך גוטע פינטעלך » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:18 pm

ווי איז די בילד מיט די אויפשריפטען וועגן געטא?
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:53 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:25 pm

South Bronx
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9808 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9455 מאל

הודעהדורך גוטע פינטעלך » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:43 pm

איך האב געקלערט עס איז פאסיג פאר ווילאמסבורג, נאר וואס דען באנקסי האט זיך קודם דורך גערדט מיט יששכר כ"ץ ער האט עם מבטיח געווען אז די טויערן פון די געטא זענען שוין אויפגעבראכען, מער וועט קיינער נישט זיין 'סטאוק' דארטען....
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:53 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 6:20 pm

נישט צו גלייבן, אין October 13 דהאי שתא האט דער בחור ארויסגעשטעלט זיינע סחורה צו פארקויפן אין די איסט זייט פונעם סענטרל פארק אויף א טישל ציווישן אלע art טישלעך בתוך הבאים פאר א נישטיגע $60 א שטיקל. עולם גולם נישט וואוסענדיג פון וואס דער מדובר איז (און נישט כאפנדיג א בליק אויף די חתימה) שפאצירט דורך אין די מאסן און לאזט די מצב לויפן. סוף טאג, שוין נאכן אראפהאנדלען, לייזט ער א ס"ה פון $420 . אויף זיין וועבסייט לאזט ער מעלדן די חסידים אז דער טיש איז שוין פערטיג, נישטא וואו צו לויפן.

דערמאנט מיר די מעשה מיט Joshua Bell אין די וואשינגטאן די.סי. metro station

דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1201 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:16 pm

איך וואלט יא געכאפט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5625
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7672 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2535 מאל

הודעהדורך דייטל » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:03 pm

ווי גיבסט דאס אז מען זאל אים נישט אויפכאפן ? אפשר האבן די פאליציי געמאכט א יד אחת מיט זיינע געשעפטן ? כ'טראכט נאר..
דייטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:30 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:15 pm

דייטל האט געשריבן:ווי גיבסט דאס אז מען זאל אים נישט אויפכאפן ? אפשר האבן די פאליציי געמאכט א יד אחת מיט זיינע געשעפטן ? כ'טראכט נאר..

דא האסטו
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_2013-11-11-22-13-29-1.png
Screenshot_2013-11-11-22-13-29-1.png (58.92 KiB) געזען געווארן 4695 מאל
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1201 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:17 pm

ועוד אחת
בייגעלייגטע פיילס
ipadheartbanksy-177-1.jpg
ipadheartbanksy-177-1.jpg (31.3 KiB) געזען געווארן 4695 מאל
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1201 מאל

הודעהדורך דייטל » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:55 pm

פיין כעלעמער

איך כאפ שוין, ער ארבעט מיט סטענסילס,סאו די גאנצע מעשה נעמט אים אפאר סעקונדעס.
דייטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:30 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 6:03 pm

א גוטע ידיד האט רעקאמענדירט די דאקומענטרי פילם Exit through the gift shop, איבער סטריט ארטיסטן בכלליות און בפרט באנקסי. ער איז אויך די פראדוצירער פון די פילם. די פילם צייגט די ארבייט און ווערק פון אפאר באקאנטע סטריט ארטיסטן. עס איז אינטערעסאנט און גאנץ פאני.

די פילם טוט אויך ברייט דעקן די סטריט ארטיסט פון לאס אנדזשעלעס Thierry Guetta - a. k. a. Mr. Brainwash.. ער איז געווארן א סטריט ארטיסט נאכן זיך דרייען און פילמען פאר לאנגע יארן די גרויסע סטריט ארטיסטן. ער האט אנגעהויבן מיטן אנפירקלן די ווענט מיט א סטענסיל-סטייל בילד פון זיך. ער האט געמאכט א ריזיגע גאלעריע עפענונג אין 2008 וואו ער האט געלייזט א מיליאן דאלער אין די ערשטע פאר טעג דורכן פארקויפן זיינע קרעפ (אין מיין אפיניאן).

א טייל פון זיין ארט איז פשוט נעמען א בילד און צולייגן עפעס א קלייניגקייט ווי לדוגמא א שווארצע פינטל. וואס איך האב ארויס גענומען פון דעם איז אז ארט איז נישט דוקא שיין ביי קאנצענזוס, נאר עס גייט ביי דעם אויך אן די כלל פון beauty is in the eyes of the beholder. עס איז נישט דא קיין כללים דערביי אזוי ווי אנדערע חכמות. א נער'ישע ווינט קען מאכן א שטיקל פלעסטיק בעג מיט דריי סטיקערס דערויף ווערד א מיליאן דאלער. והיינו טעמא ד'מאדערן ארט.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2809
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7241 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6386 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 6:11 pm

א לינק צו די פולע מאווי.
http://www.dailymotion.com/video/xtua7w ... _lifestyle
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9808 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9455 מאל

הודעהדורך סופר ומונה » מיטוואך אפריל 16, 2014 10:00 pm

א פרישע מאלעריי וואס איז אנגעבלעך פון באנקסי איז איצט אין די נייעס. אין דעם בילד טוט דער קינסטלער אפשפעטן פון צוגעבונדנקייט צום סמארטפאן, און ווי דאס צעשטערט אמתע מענטשלעכע קשרים.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20140416_215728.jpg
IMG_20140416_215728.jpg (110.32 KiB) געזען געווארן 4420 מאל
באניצער אוואטאר
סופר ומונה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 280
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 623 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:01 pm

ווידעראמאל איז "באנקסי" אין די נייעס, דאס מאל צוריק אין לאנדאן. א באנקסי גראפיטי אויף א בילדונג אין עססעקס לאנדאן האט ארויסגערופן בייז בלוט ביי טייל וואס פארשטייען נישט קיין חכמות און געזען דעם שטיקל קונסטווערק אלס ראסיסטיש און באוואויגן די שטאט טאטעס פטור צו ווערן פון איר איבערנאכט. אינדערערפרי ווען די טעלעפאנען האבן אנגעהויבן צו טרומפייטערן אין די לאקאלע שטאטראט אפיסעס האט זיך ארויסגעשטעלט אז נישטאמאל האבן זיי, די באהיטער פון די שטאט געהאט אן אנונג אז דא רעדט זיך נישט ווייניגער פון א "באנקסי". זייער אנטווארט צו די רעפארטער? "ס'גייט אונז אן אין די לינקע פיאטע ווער באנקסי איז, ראסיזם האט דא נישט קיין פלאץ". גיי זיי מסביר קונסט פאר א שטאטישע ארבייטער. "אויב שמעקט אים", זאגן זיי, "זאל ער צוריקומען און אויפצייכענען עפעס וואס אונז פארשטייען אז ס'פאסט זיך".
בייגעלייגטע פיילס
banksy-mural-clacton-on-sea-horizontal-gallery.jpg
banksy-mural-clacton-on-sea-horizontal-gallery.jpg (71.37 KiB) געזען געווארן 4176 מאל
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1201 מאל

Banksy

הודעהדורך פידלער » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:14 am

מען האט געכאפט באנקסי!

http://nationalreport.net/banksy-arrest ... -revealed/
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 426
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:22 am

חח ביסט אויך געפאלן פאר די הואקס וואס איז געגאנגן וויירל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5625
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7672 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2535 מאל

הודעהדורך פידלער » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:32 am

איך אויך האט געשריבן:חח ביסט אויך געפאלן פאר די הואקס וואס איז געגאנגן וויירל.


Yes. I didn't realize it was a hoax.
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 426
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:35 am

איך האב געליינט ביז די פיסקא אז מען האט ביין עם געטראפן טויזענטער פאלשע דאלארן ,יעדער מיט א טראפ שכל פארשטייט אז א ארטיסט וואס דרייט מיליאנען מאכט זיך נישט שמוציג די הענט מיט פאלשע וואלטן צו מאכן נאך אפאר פרוטות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5625
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7672 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2535 מאל

הודעהדורך פידלער » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:37 am

איך אויך האט געשריבן:חח ביסט אויך געפאלן פאר די הואקס וואס איז געגאנגן וויירל.


I see that one of the commentors is saying that the hoax is a hoax. According to this commentor, Banksy's lawyer is putting out these "hoax" articles trying to regain some of Banksy's mystery. Now who to believe?
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 426
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:43 am

באנסקי פארשטייט צו PR פונקט אזוי גוט ווי צו ארט. די מער ער איז די נייעס די מער וועליו זיין ברענד איז ווערד.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9808 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9455 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:43 am

איך אויך האט געשריבן:איך האב געליינט ביז די פיסקא אז מען האט ביין עם געטראפן טויזענטער פאלשע דאלארן ,יעדער מיט א טראפ שכל פארשטייט אז א ארטיסט וואס דרייט מיליאנען מאכט זיך נישט שמוציג די הענט מיט פאלשע וואלטן צו מאכן נאך אפאר פרוטות.

זיי פארענפערן שפעטער אז דאס איז זיכער אויך געווען ארט שטיקער, נישט געמאכט פארן געלט באנוץ. (מיר איז די אוטענטישקייט פון די נייעס געווען פארדעכטיגט גלייך פון אנפאנג, זעהנדיג אויפן קעפל א בילד פון טעד קרוז..)
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1201 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:03 pm

נאך פון באנקסי
בייגעלייגטע פיילס
FB_IMG_1424098764317.jpg
FB_IMG_1424098764317.jpg (23.54 KiB) געזען געווארן 3920 מאל
FB_IMG_1424098771709.jpg
FB_IMG_1424098771709.jpg (23.25 KiB) געזען געווארן 3920 מאל
FB_IMG_1424098759547.jpg
FB_IMG_1424098759547.jpg (42.69 KiB) געזען געווארן 3920 מאל
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1027 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1429 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:49 am

באנקסי טראגט אייך אויף א קורצע (2 מינוט) עקסקלוסיוו ווידיאו טאור!
http://www.banksy.co.uk/index5.asp
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2298 מאל

אין "עזה" אפירגעקומען, דער באנסקי!

הודעהדורך בן נריהו » זונטאג מערץ 01, 2015 12:26 am

א פיינע אנטיסעמיט, דער באנסקי, שיינט ער צו זיין.
26artsbeat-banksy2-articleLarge.jpg
26artsbeat-banksy2-articleLarge.jpg (86.55 KiB) געזען געווארן 3779 מאל
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

הודעהדורך נופת צופים » מאנטאג מערץ 02, 2015 9:23 am

דא האסטו זיין ווידיא וואס ער האט געמאכט וועגן עזה. ער טענה'ט ער איז אנגעקומען דארט דורך די טונעלן פון עגיפטן. יא, אן אנטיסעמיט שיינט ער צו זייןyoutube]http://youtu.be/3e2dShY8jIo[/youtube] .o]
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 740 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל

נעקסט

גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט