אמאליגע עראטישע שער-בלעטער

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

אמאליגע עראטישע שער-בלעטער

הודעהדורך ראובן » מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 9:46 pm

פילע האבן זיך שוין זיכער אמאל באגעגנט מיט די שער-בלעטער פון אמאל וועלכע פארמאגן בילדער וועלכע קענען אנגעקוקט ווערן ווי "פריצות" לויט די היינטיגע השגות. אבער מיר ווייסן אז גדולי ישראל האבן געדרוקט אזעלכע שער-בלעטער, און קיינער האט נישט געזען קיין חסרון דערין. די סיבה דערפאר איז פשוט, די בילדער זענען נישט אגעקוקט געווארן ווי שמוץ – ווי היינטיגע סימפליסטישע מענטשן וואלטן געטראכט, נאר ווי שטיקער קונסט וואס זייער אנוועזנהייט אויף א שער-בלאט איז בבחינת זה א-לי ואנוהו.

עס איז אייביג אינטערעסאנט צו זען נאך א שער-בלאט וואס גייט אריין אין דעם זשאנער, און זיך אנשטויסנדיג אין א פרישן עקזאמפלאר וואס איך האב נאך נישט געזען פריער, האב איך געקלערט אל תמנע טוב מבעליו און מזכה זיין דעם עולם דא.

דאס איז די ערשטע זייט פון אן "ארבעה טורים", געדרוקט אין יאר 1540 (שנת ה' אלפים ש'), געמאלן דורך האנס האלביין דער אינגערער. (אינטערעסאנט אז עטליכע פנימ'ער זענען צענזורירט געווארן, אבער די דדים האט קיינער נישט צוגערירט.)

1.JPG
1.JPG (101.56 KiB) געזען געווארן 2595 מאל


זעט דא פאר נאך איבער דעם ענין:
http://seforim.blogspot.com/2008/03/we- ... sions.html
http://seforim.blogspot.com/2010/12/mod ... -past.html
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=19616
http://onthemainline.blogspot.com/2011/ ... er-of.html
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8714 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 1:06 pm

נישט אייביג איז עס אזא גרויסע מציאה וויבאלד טיילמאל האבן דאס די גוי'אישע דרוקער צוגעלייגט מדעתם. עס איז אבער וואר אז אין אנדערע פעלער (ווי לדוגמא אין די רמ"ע מפאני'ס פאל) איז דער מחבר זיכער געווען באוואוסטזיניג וויאזוי דאס שער בלאט זעט אויס און האט נישט מוחה געווען. (כמדומה לי אז אין מאחורי איז פאראהן אן אשכול איבער דעם
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 1:53 pm

איך האב נישט געברענגט דעם שער-בלאט ווי א "באווייז", נאר דא אין קונסט איז כדאי אז אזעלכע אינטערעסאנטע ארטיסטישע שער-בלעטער זאלן פארמאגן א באזונדערן אשכול.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8714 מאל

הודעהדורך diff » דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 2:14 pm

כמער איש ולויות" מאי כמער איש ולויות? אמר רבה בר רב שילא כאיש המעורה בלוייה שלו
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 296 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 4:12 pm

איך האב נישט געזאגט אז עס נישט קיין "באווייז", נאר אויף אייער ווערטער "מיר ווייסן אז גדולי ישראל האבן געדרוקט אזעלכע שער-בלעטער, און קיינער האט נישט געזען קיין חסרון דערין" האב איך רעאגירט אז נישט אלץ איז עס אזא מציאה. והא לן והא להו ולא פליגי.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 4:43 pm

אויב חז"ל האבן געהאט א פראבלעם מיט בגדי צבעונין אויף א הענגער, וואלטן זיי נישט געהאט א פראבלעם מיט דעם? איך פרעג נאר, איך בין גארנישט מציע.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:06 pm
האט שוין געלייקט: 3723 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4196 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 8:16 pm

moti107 האט געשריבן:אויב חז"ל האבן געהאט א פראבלעם מיט בגדי צבעונין אויף א הענגער, וואלטן זיי נישט געהאט א פראבלעם מיט דעם? איך פרעג נאר, איך בין גארנישט מציע.

מ'קען נישט מדמה זיין איין זאך צום צווייטן, ווייל אין אמת'ן איז צניעות און דאס נישט רעדן וואולגאריש אייביג אן געווען פון די תורה'דיגע ווירדן נאר היות די זאכן זענען זייער רעלאטיוו ווייל ביידע ווענדט זיך נישט אין זיי זעלבסט ס'ווענדט זיך וואס דאס איז מעורר ווייל יעדעס זאך וואס גייט ווייטער פון וואס ס'איז אנגענומען אין די געזעלשאפט איז פראוועצירנד און טוט קאראפטירן די געדאנקן.
מיט דעם פארשטייט איר צענדליגע מקומות אין תלמוד וואס ס'איז דא פון די סארט שמועסן וואס קוקט אינז אויס צו זיין זייער פראוואצירענד וואס איך בין נישט אויסן דא אראפצוברענגן, כאטש און תלמוד זעלבסט שטייט געשריבן כל המנבל את פיו וכו'
דאס זעלבע מיט די אלע בילדער פון די רענעסאנס עפאכע וואס איז בכלל נישט באטראכט געווארן אינעם זין פון אויסגעלאסענקייט נאר פון די שטאנדפונקט פון קונסט וואס טוט אפמאלן די נאטור
סוכ"ס זענען די אלע מעלער פון די תנ"כישע סצענעס געווען גלויביגע וואס זיי האבן צניעות אויך געהאלטן פאר חשוב.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1498
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1902 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 1:28 am

moti107 האט געשריבן:אויב חז"ל האבן געהאט א פראבלעם מיט בגדי צבעונין אויף א הענגער, וואלטן זיי נישט געהאט א פראבלעם מיט דעם? איך פרעג נאר, איך בין גארנישט מציע.

בגדי צבעונים איז אסור דוקא במכירה, אלס הירהור באשה גופא. חז"ל האבן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט געמאלענע פיקטיווע בילדער.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7330 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג מאי 20, 2016 11:46 am

דא האט @יונה כהן צוגעברענגט דעם בילד פון ספר מנחה בלולה.

בילד
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8714 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג מאי 20, 2016 11:49 am

אין א לעצטיגן פאוסט אויף ספרים בלאג, האט מארק שפירא געברענגט דעם בילד פון ספר מעין גנים.
בייגעלייגטע פיילס
123.jpg
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8714 מאל

Re: אמאליגע עראטישע שער-בלעטער

הודעהדורך טאמבל סאס » פרייטאג מאי 20, 2016 11:59 am

איך פארשטיי נישט וואס גייט פאר אויף דער בילד. איך זע דריי נאקעטע קינדער (מיט פליגלען?) כ'זע אויך פינף קראנען ארויסגיין צום גן. דאס פארשטייט מען פשוט פון די ווערטער ארום.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
אויב די וועלט וועט חרוב ווערן בימי וועל איך איבערצייגט ווערן אין דעקארט'ס אנדערסטענדינג פון די מאמר חז"ל: כל העולם לא נברא אלא בשבילי. און ס'קוקט נישט אויס ווי אזא ווייטע פאסיביליטי.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3066
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2661 מאל

הודעהדורך אביתר פריעדמאן » פרייטאג מאי 20, 2016 12:10 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס גייט פאר אויף דער בילד. איך זע דריי נאקעטע קינדער (מיט פליגלען?) פישן. און א כמין באצירטער כדור העכער זיי מיט דריי גלגולתן של בציור אשה וואס טוען זעלבסט פישן? וואס פישט פון אויבן קען איך נישט ארויסמאכען. כ'זע אויך פינף קראנען ארויסגיין צום גן. דאס פארשטייט מען פשוט פון די ווערטער ארום.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

אינטערסאנט איך זעה דירעקט נישט ווי איינער זאל גיין פישן ווי זעסטו א פיש כאפער?
אביתר פריעדמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: אמאליגע עראטישע שער-בלעטער

הודעהדורך טאמבל סאס » פרייטאג מאי 20, 2016 12:11 pm

מיט א פא דגושה

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
אויב די וועלט וועט חרוב ווערן בימי וועל איך איבערצייגט ווערן אין דעקארט'ס אנדערסטענדינג פון די מאמר חז"ל: כל העולם לא נברא אלא בשבילי. און ס'קוקט נישט אויס ווי אזא ווייטע פאסיביליטי.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3066
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2661 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג יאנואר 08, 2017 4:22 pm

אין א ביבליאטעק האב איך מיך פאריגע וואך אנגעשטויסן אין קאפיע פון דער בארימטער "סאראיעווא הגדה". די הגדה איז פון שפאניע בערך 1350, און פארמאגט מאיעסטעטישע בילדער מייסטערהאפטיג געמאלן. די ערשטע 34 זייטן פון דער הגדה פארמאגן אויסגעמאלן פארשידענע סצענעס פון געשיכטעס פון דער תורה, און דערנאך איז אויסגעשריבן די גאנצע הגדה. וויין-פלעקן דערציילן אז די הגדה איז גענוצט געווארן ביי סדרים אין אידישע שטיבער דורכאויס די הונדערטער יארן זינט עס איז געמאכט געווארן.

די הגדה איז דורכגעגאנגען אומצאליגע גליות, און ס'איז באקאנט ווי עס געראטעוועט געווארן פון די נאציס דורך א מוסולמענער גייסטליכער אין באסניע. עמי מאגאזין האט באשריבן די געשיכטע אין דער אויסגאבע פון פסח תשע"ג (זייט 100).

געוויסע פון די בילדער האב איך שוין געזען אין דער פארגאנגנהייט, ווי די פאלגנדע בילדער פון אדם און חוה אין גן עדן, באשריבן אויף "ספרים בלאג":
Sarajevo_Image_small.jpg


אבער געוויסע אנדערע זענען מיר געווען חידושים נפלאים ווען איך האב זיי געזען פאריגע וואך, און כ'וויל זיי מיטטיילן מיט'ן עולם:

ותהר רבקה... און די בעיביס ווערן געבוירן למזל טוב
102.jpg


ויטע כרם, וישת מן היין וישכר, ויתגל בתוך אהלו. וירא חם... ויקח שם ויפת את השמלה וישימו על שכם שניהם וילכו אחורנית ויכסו את ערות אביהם
101.jpg
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8714 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » זונטאג יאנואר 08, 2017 4:32 pm

איי עם סארי, ראובן טייערע. ווייסטו ווער איז דער פעווירט וואס האט געמאלן די בילדער?

אפילו אויף TV טאר מען נישט לייגן אזא בילד.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 685 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 08, 2017 4:32 pm

ראובן: נאך א מזל אז נחום הידוע איז נאך דאמאלס נישט געבוירן געווארן... :lol: :roll:

לידיעה בעלמא: אין בריסל, בעלגיע איז פארהאן א מאנומענט (איך ווייס נישט אויב נאך היינט. אבער ס'אמאל געווען.) אין די צורה פון א יונגעלע וועלכער האלט אין איין ארויס קטנ'ען וואסער. דאס איז א גאנץ יאר. און ארום די חגאות צייט קטנ'ט ער ארויס שאמפעין...!

דער יונגעלע הייסט טאקע ..."מאננ'עקע פיסס"... אויף די בעלגישע שפראך. און זיי שעמען זיך אפילו נישט... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12178
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7774 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » זונטאג יאנואר 08, 2017 4:47 pm

עס איז נישטא אזא זאך ווי א בעלגישער שפראך. דער רוב רעדט פלעמיש וואס איז האלענדיש (דאטש), דער גרויסער מיעוט רעדט פראנצויזיש, און א קלענרער מיעוט רעדט דייטש.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 08, 2017 4:51 pm

חכם עתיק: דאס איז דאך די שפראך פון א טייל פון די בעלגישע באפעלקערונג. נאר אזוי ווי דו ווייסט ביניך דאך אויכעט א תלמיד פון דעם פינסטער'ן חרדי'שן סיסטעם. און איך האב גארנישט געלערנט אין לעבן. איך האב ממש נישט קיין שום עדיוקעישן. עד שבא חכם אחד והעמידו על אחת...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12178
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7774 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 08, 2017 4:53 pm

מושב זקנים: אז דו ביסט שוין יא אזא גרויסער חכם און מלומד. אפשר זאגסטו מיר אין וועלכן טייל פון בעלגיע ווערט גערעדט פלעמיש. און אין וועלכן טייל פון לאנד ווערט בעיקר גערעדט פראנצויזיש. און וואספארא צו-נאמען האבן די פראנצויזישע באפעלקערונג...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12178
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7774 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג יאנואר 08, 2017 4:58 pm

ירח בן יומו האט געשריבן:איי עם סארי, ראובן טייערע. ווייסטו ווער איז דער פעווירט וואס האט געמאלן די בילדער?

אפילו אויף TV טאר מען נישט לייגן אזא בילד.

לייען אביסל וועגן דער הגדה.
https://en.wikipedia.org/wiki/Sarajevo_Haggadah
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8714 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג יאנואר 08, 2017 6:31 pm

א חבר מיינע וואס איז פונקט יעצט אין רוים האט מיך געשיקט דעם בילד. אויסגעמאלן גרויסע טיילן פון נ״ך.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_2087.JPG
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1533
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1814 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג יאנואר 08, 2017 6:40 pm

הערליך!
דאס איז דער סיסטין טשאפעל אין דעם וואטיקאן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8714 מאל

Re: אמאליגע עראטישע שער-בלעטער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 08, 2017 8:01 pm

דער איסור פון בגדים צבעונים איז וויבאלד מ׳קוקט אויף א זאך וואס באלאנגט צו א געוויסע פרוי. דאס מתבונן זיין דערויף איז א נאנטשאפט צו יענער פרוי. און פארקויפען בגדים צבעונים מיינט קומען במגע ומשא מיט פרויען בשעת אז זיי זוכען שיינע קליידער. סתם א מאלעריי פון נאקעטע מענטשען איז נישט קניין פריצות. צו וועמען דערנענטערט מען זיך.

אין בעלגיע האבען זיי א dialect פון האלאנדיש וואס הייסט פלעמיש און דאז איז דער אפיציעלער שפראך אין אנטווערפען. אין בריסל רעדט מען פראנצויזיש. איך בין אמאל געווען אין אנטווערפען און אן עלטערע פרוי וואס האט נאר גערעדט פראנצויזיש האט געהאט א גניבה. די פאליציי האט מיט איהר נישט געהאלטען ביים רעדען פראנצויזיש מיט איהר, נאר ענדעריש גערעדט ענגליש מיט מיין טאטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7222 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 08, 2017 8:14 pm

אבער דער חכם ומלומד ומשכיל ואפיקורס וכופר האט נאכנישט געענטפערט אויף די פראגעס. אין וועלכן טייל פון בעלגיע ס'ווערט בעיקר גערעדט די פראנצויזישע שפראך. און אויך. וואס פאר א צו-נאמען די פראנצויזיש-רעדנדע באפעלקערונג פון בעלגיע האט. אבער די חרדים זענען דום און אומ-וויסנד. און איינער וואס האט שוין אדורכגעליינט אנדערטהאלבן אפיקורסי'שע ביכלעך הייסט אויפגעקלערט. און א משכיל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12178
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7774 מאל


גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט