גנדי האט געשריבן:shlomyg האט געשריבן:יעצט געענדיקט homeland.
האט איינער מיטגעהאלטן?
איז דאס נאר דראמא אדער אויך ראמענס און ליבע?
ווי קען מען דאס זעהן בחנם?
די דראמא און ליבע איז געפלאכטען איינער אין צווייטן. די כאראקטארן זענען nearly psychotic, bipolar מיט אלע גוטע זאכן, אזוי אז זייער רילעישענשיפ'ס זענען טיף און קאמפליצירט, מ'באקומט א טיפערע בליק אין די העלדען פון די געשיכטע, און דאס איז די שיינקייט דערפון. טאמער האסטו ליב דראמא באשפריצט מיט אביסאלע ליבע, (איך ווייס נישט ווי ווייט ס'האט ראמאנס, ס'יז מער love relationships, אבער נישט קיין Jacuzzis טשאקלאד מיט בלומען, נאר מען א טיפערע בליק אין ווי ווייט א מענטש וועט גיין פאר די מענטשען וועם ער\זי האט ליב) וואלט איך שטארק געראטן איר זאלט עס אויספראבירן.
----
טריפל איי האקט, אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס מאכט אז א מאווי\TV שאו זאל ווערן אויפגעכאפט ביים היימישן עולם? יעדע יונגעמאן וואס דו פרעגסט, וועט דיר ארויספראקן די זעלבע פיר פינף טייטעלס, 24, פריזען ברעיק, air force one, ועוד כהנה וכהנה. איז דא א געוויסע קריטעריום וואס מאכט אז חסידישע יונגעלייט זאלן דאס ליב האבן, אדער איז עס אזא מסורה זאך?