טעלעוויזיע סעריעס

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

הודעהדורך קאווע קריטיק » זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:44 am

לבי ובשרי האט געשריבן:מענין לקנין ולבנין, האב איך שוין לאנג געוואלט וויסן אן ענטפער צו א פראגע וואס עגבערט מיר און איז נישט ראוי לפתיחת אשכול מיוחדת, דעריבער ווידמע איך די ארט פאר מיין פראגע אט דא:
יעדן טאג, שוין יארן און זאגאר דורות לאנג, וואס עס קומען ארויס נייע פילמען, מאוויס, איינס נאכן צווייטן חדשים לבקרים, צום שטוינונג און וואונדער פון אלעמען.
אפגערעדט וויפיל כוחות, געלט און האראוואניע עס גייט אריין נאר אויפצופילמען און דאקעמענטורין בלויז א מינוט (איך רעד נישט פון ערפארנוג) קאסט דאס אלעס זיכער אפ א הון תועפות און נאך.
איז מיין פראגע: וואס איז די מטרה ווען איינער פאבלוצירט א פילם, ווער פינאנצירט דאס? וואס האט ער דערפון? וואס לוינט אים דאס?
אוודאי איז דער ענטפער דערויף אז פונקט ווי אנדערע ענינים און וועלכע מען לייגט אריין ממון ודמים, כוחות און ענערגיע, א שטייגען ווי גרויסארטיגע שפילן למיניהם, און דאס אלעס בברענגט גרויס כבוד, פאפאלעריטעט פאר די אקטיארן און שפילער.
אבער ווער פינאנצירט דאס און ווער איז נייגעריג צו אינוועסטירן דערין? וועלכע רווחים ברענגט דאס? איז פארהאן אן ארגעניזאציע וועלכע צאלט אויס די אלע סארט פילמען פון שעות ע"ג שעות?!

אביסל א נאאיווע שאלה, ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט. יעדע פאפולערע פילם קען מען זען אויף וויקיפידיע וויפיל געלט די פילם האט פארדינט, אפטמאל גרייכט עס אין די שווערע הונדערטער מיליאנען דאלארן. די געלטער קומען מיינסטנס פון טעאטער טיקעטס אזוי אויך פון פארקויפן דערנאך די די.ווי.די.
גיין זען א פילם אין טעאטער איז אן ערפארונג, מ'נעמט ארויס די פלוניתטע אין א וויקענד, מ'קויפט א פאפקארן און מ'פארברענגט אייניגע שעה אין מאווי טעאטער, אפילו מענטשן קענען זען דעם פילם פונדערהיים (רוב מאל נישט, עס נעמט חדשים לאנג פון ווען א פילם קומט ארויס ביז מ'קען עס פאקטיש גנבען אדער אפילו קויפן לעגאל צו סטרימען אדער די דיווידי.) ווילן זיי נאך אלס די ערפארונג.
#וואס_פארשטייט_א_איד
קאווע קריטיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

איך זיך

הודעהדורך מאזאל » מיטוואך אקטאבער 17, 2018 3:50 pm

איך זיך א tv show וואס זאל זיין דראמאטיש רומאנטיש אבער נישט קיין מיאוסע שמוץ
אזא מאדע ווי שטיסל אבער לאו דוקא יודיש
מאזאל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 5:05 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 23, 2019 3:32 am

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7147 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » דינסטאג פעברואר 05, 2019 8:13 pm

Modern Family גייט קומען צו אן ענדע אין 2020
https://www.usatoday.com/story/life/tv/ ... 778039002/
סאנטיאגא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 3:30 pm

קאווע קריטיק האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:מענין לקנין ולבנין, האב איך שוין לאנג געוואלט וויסן אן ענטפער צו א פראגע וואס עגבערט מיר און איז נישט ראוי לפתיחת אשכול מיוחדת, דעריבער ווידמע איך די ארט פאר מיין פראגע אט דא:
יעדן טאג, שוין יארן און זאגאר דורות לאנג, וואס עס קומען ארויס נייע פילמען, מאוויס, איינס נאכן צווייטן חדשים לבקרים, צום שטוינונג און וואונדער פון אלעמען.
אפגערעדט וויפיל כוחות, געלט און האראוואניע עס גייט אריין נאר אויפצופילמען און דאקעמענטורין בלויז א מינוט (איך רעד נישט פון ערפארנוג) קאסט דאס אלעס זיכער אפ א הון תועפות און נאך.
איז מיין פראגע: וואס איז די מטרה ווען איינער פאבלוצירט א פילם, ווער פינאנצירט דאס? וואס האט ער דערפון? וואס לוינט אים דאס?
אוודאי איז דער ענטפער דערויף אז פונקט ווי אנדערע ענינים און וועלכע מען לייגט אריין ממון ודמים, כוחות און ענערגיע, א שטייגען ווי גרויסארטיגע שפילן למיניהם, און דאס אלעס בברענגט גרויס כבוד, פאפאלעריטעט פאר די אקטיארן און שפילער.
אבער ווער פינאנצירט דאס און ווער איז נייגעריג צו אינוועסטירן דערין? וועלכע רווחים ברענגט דאס? איז פארהאן אן ארגעניזאציע וועלכע צאלט אויס די אלע סארט פילמען פון שעות ע"ג שעות?!

אביסל א נאאיווע שאלה, ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט. יעדע פאפולערע פילם קען מען זען אויף וויקיפידיע וויפיל געלט די פילם האט פארדינט, אפטמאל גרייכט עס אין די שווערע הונדערטער מיליאנען דאלארן. די געלטער קומען מיינסטנס פון טעאטער טיקעטס אזוי אויך פון פארקויפן דערנאך די די.ווי.די.
גיין זען א פילם אין טעאטער איז אן ערפארונג, מ'נעמט ארויס די פלוניתטע אין א וויקענד, מ'קויפט א פאפקארן און מ'פארברענגט אייניגע שעה אין מאווי טעאטער, אפילו מענטשן קענען זען דעם פילם פונדערהיים (רוב מאל נישט, עס נעמט חדשים לאנג פון ווען א פילם קומט ארויס ביז מ'קען עס פאקטיש גנבען אדער אפילו קויפן לעגאל צו סטרימען אדער די דיווידי.) ווילן זיי נאך אלס די ערפארונג.
#וואס_פארשטייט_א_איד

עולה על כולם, אין די גרויסע וועלט פון ענטערטעינמעט איז דא א ריזן פלאטפארמע פון מערערע קאמיסיעס וואס אווארדן און שעצן טאלאנט. ווי צום ביישפיל: די אסקערס, די גרעמיס, די גאלדן גלאובס, און נאך. ס'איז נישט ווי די אידישע ענטערטעינמעט אינדוסטרי ווי מ'שוויצט א דריי יאר פאר אביסל נארישע עדווערטייזמענט, און אפאר טויזנט דאלער מער א נאכט, און אלס אויף וואס, אפאר אידעלעך אין כולל ביי לאנטש זאלן דיסיידן צו דיין סידי איז עפעס...

נאר צו ווערן נאמינירט פאר אן אווארד, מאכט העדליינס חדשים פריער געווינען אן אווארד? אן איבערקערעניש, די גאנצע סטאטוס פון יענעם אקטיאר/פראדוסער/זינגער טוישט זיך, די וויקיפידיע פעידזשעס, די אינסטעגרעם אקאונטס, ווערן אפדעיטעד, ווען מ'רעדט פון דעם מענטש רעדט מען פון זיינע געווינסן, בקיצור ס'איז א פרעסטידזש צו זיין סוקסעספול, ... "there's what to look forward to"
סאנטיאגא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: טעלעוויזיע סעריעס

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 8:00 pm

https://blogs.scientificamerican.com/ob ... f-thrones/

אן אינטרעסאנטע ארטיקל פון דר. זעינעפ טופעקי פארוואס די ערשטע פאר סעזאנס פון Game of Thrones און די סעריע The Wire זענען געווען אזוי פיין. דהיינו, ווייל אין אלגעמיין שרייבט מען און מען פארציילט א מעשה פון אן אינדיווידואלן פסיכאלאגישן שטאנדפונקט; דעם מענטשן׳ס [בדרך כלל דער פראטאגאניסט׳ס אדער אנטאגאניסט׳ס] פערזענליכע געפילן וכו׳. משא״כ די צוויי שאוס האבן פארציילט זייערע געשיכטעס פון א סאציאליסטישע פערספעקטיוו; די פאקוס איז געווען אויף די אינסטיטוציעס וכו׳ וואס נעמען ארום די כאראקטארן ווי איידער די פערזענליכע געפילן ממש וכו׳ פון די כאראקטארן. (איך האב גראדע דאך הנאה געהאט פון דעם לעצטן סעזאן, הגם איך בין מודה אז עס איז געווען א היבשע letdown.)

ס׳איז אויך אינטרעסאנט איר אבזערוואציע אויף, פון א סאציאליסטישען פערספעקטיוו, צו עס וואלט אויפגעטאהן אויב היטלער וואלט ווען גע׳הרג׳עט געווארן אלס קינד.

***

סתם אזוי איבער וואטשען TV Shows, דאס איז אן אינטרעסאנטע שטודיע וואס צייגט אז (עכ״פ אויב האט מען נישט דוקא פאראויס געווארט אויף דוקא די שאו) אויב וואטש מען אסאך עפיזאדן דערפון אויף אמאל, שטערט דאס די זיכרון פון געדענקען וואס האט פאסירט נאך א שטיק צייט פון עס האבן געוואטשט, און קען שטערן די עצם הנאה פונ׳ם שאו.

https://firstmonday.org/ojs/index.php/f ... /7729/6532
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 447
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און איין גאסט