אינטערעסאנטע פאקטן סעריע: טיטאניק

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

אינטערעסאנטע פאקטן סעריע: טיטאניק

שליחה דורך כוכב »

דער טיטאניק איז א פילם וואס איך בין זיכער אז ווער סהאט נאר אמאל זיך מורה היתר געווען צו וואטשן א פילם האט דאס שוין געזען, און פיגורירט געוויס אויף אלעמענס ליסטע אלס איינס פון אויב נישט די סאמע בעסטע פילם.

די טיטאניק איז בשעתו געווען די פילם וואס האט געלייזט די מערסטע געלט אוו אל טיים און האט פארכאפט די וועלט אין א סורפרייז. די דריי שעה'גע אהבה-געשיכטע באזירט אויף דעם טרויעריגן שיקזאל פון דער טיטאניק זינקונג, נעמט איבער יונג און אלט, און אויב האט איר דאס נאכנישט געזען זייט וויסן איר פארפאסט עפעס.

איך געדענק דאס ערשטע מאל איך האב דאס געזען האט עס מיר אזוי באנומען אז הענט און פוס האבן מיר געציטערט און איך האב נישט געקענט מסיח דעת זיין דערפון פאר לאנגע טעג. טרערן זענען מיר גערינען אומאויפהערליך אויף דעם העאראישן-ביטערן סוף פון דעם באליבטן קערעקטער מיטן נאמען זשעק דאוסען...

אין גאנג פון יין שרף'ס אינציאטיווע צוריקצוברענגען עפעס א נארמאלע צורה פאר קאווע שטיבל אויסער די פארשאלטענע נושא פון עפעס א דרשה דורך עפעס א מענטש און עפעס א ישיבה איבער עפעס א נושא, וועל איך פרובירן אראפצוברענגען פארשידענע אינטערעסאנטע פאקטן איבער דער מאכונג פון טיטאניק:

א) ווי אנדערע האבן שוין ערווענט האט דאס אפגעקאסט די פאנטאסטישע סומע פון 200 מיליאן דאלער, וואס איז אין פאקט מער ווי די קאסטן פונעם טיטאניק זעלבסט.

ב) ווי דער מייסטער דירעקטער און פראדעצירער זשעימס קאמאראן האט דערציילט, האט די סטודיא אריגינעל געוואלט א צווייטן אקטיאר פאר די ראלע פון זשעק, קאמאראן האט זיך אבער איינגעעקשנט צו נעמען דווקא דיקאפריא וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין דער פאסיגער אויסוואל.

ג) די ברוכווארג פון דעם טיטאניק וואס ווערט געוויזן, איז פון דער אריגינעלער טיטאניק.

ד) קאמאראן איז געווען דער ערשטער וואס האט אריינגעשיקט א ראבאט נעמען ווידיא פון אינעווייניג פונעם טיטאניק.

ה) קאמאראן איז אליין אראפגעפארן צו אפגרינד פון ים צו באזוכן דעם טיטאניק וואס ער האט שפעטער באצייכנט אלס א גאר עמאציאנאלער איבערלעבעניש.

ו) עוועונטועל האט ער פארברענגט מער צייט ביים טיטאניק ווי אירע אריגינעלע מיטרייזנדע.

ז) רוב פון דעם 'דעקאר' פאר'ן טיטאניק פילם איז צוגעשטעלט געווארן דורך פארשער פון דעם ווייט סטאר ליין וואס האט דאס צוגעשטעלט פאר'ן אריגינעלע טיטאניק.

ח) ווען זשעק גרייט זיך צו מאלן א פאטרעט פון ראוז זאגט ער: לייגט דיך אראפ אויף דעם בעט , כ'מיין קאוטש. דאס איז געווען א טעות פון דיקאפריא וועלכע קאמאראן האט געגליכן און באשלאסן דאס צו לאזן אינעם סקריפט.

ט) ווען ווינזלעט האט געהערט אז דורכאויס די מאלן סצענע וועט זי זיך דארפן אנטבלויזן פארנט פון דיקאפריא, האט זי באשלאסן צו ברעכן די אייז, און די ערשטע מאל זיי האבן זיך באגעגנט האט זי געבליצט אירע ברוסטן פאר אים.

המשך יבוא...

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר