װי לעבט זיך דאָרטן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

װי לעבט זיך דאָרטן

הודעהדורך שלום בערגער » דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:31 am

װי לעבט זיך דאָרטן

צװישן מיטאָסן בליען טעותן
גרײזן אױף רײזעס
אין מיטן סודות פֿון אמת
הערן זיך רױע געשרײען.

לײג אװעק דעם בלײער, מענטשן קומען אום
אױף דער קינסטערלישער גאס.
װאָס זשע העלפט א גראם
אז דער קערפער װײסט נישט װעלכער טעות ערגער איז:

דאָס לעבן אין פײער אָדער דער טױט
װאָס דרײט זיך אין די קאָרידאָרן
די פאָעטישע ליצענץ גײט אױס

לײג אװעק דײן בלײער
דו האָסט געװאונען תיכף־מיטגעפיל
דו קענסט שױן שפירן אױף דײנע געדערעם
די האנט פון נישט װערן

די באָמבע ראמט דיך אױס
דער ראקעט פטרט דיך אװעק

א מבין שױן אױף דײן אײגענעם עק
און דער סוף פון א בינטל שטרױ־געפאקטע חלומות

נו װי לעבט זיך דאָרטן
אין די דעװעלאָפמענטס פון טױט?
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

הודעהדורך דריידל » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:41 am

האט איינער די נאמבער פון הרב יושע לייפער פון עוז והדר?
אפשר קען ער ארויסגעבן א ביאור אויף שלום בערגער'ס געשרייבאכצער.

איך בין מקנא די וואס פארשטייען וואס ער שרייבט ווייל עס קוקט אויס צו זיין גוט געשריבן.
עמיר מארגן בעסער אינזינען האבן ביי והאר עינינו
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1374 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:44 am

רעד דיך נישט איין ,זיי שעמען זיך צו מודה זיי פארשטייען אויך נישט קיין ווארט פון שלום'ס נפיחות וואס משום מאי נקראים 'פאועטרי'.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5825
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2666 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:51 am

אה הייסט ר' שלום איז אריין אין די נייע גמ"ח?
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2171 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:31 pm

קרייען טוט דער דריידל
דאס קעצל, ער וויינט משזר?
ווען דער גראגער פארבלענדעט
קוישן מיט טרוימען

ביים מלמד'ס טישל
ער נאגט נעקטאר:
עס פליען די פאקלען
באחי, אין דער וויזע

מיין געזאנג האט געהייראט
געבוירן אן אנדרוגנוס
פארהויכט דעם אייביגן נעכטן
שטות מיט לאקש אין ליבע
געשאפן פאעזיע
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2560
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5478 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7355 מאל

הודעהדורך תמים » דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:08 pm

כוכב איך מיין זאלסט עפענען א אשכול מיט די פאזיע.
איך חלש צי זעהן די קריעטיוועטי פונ'ם עולם, א פירוש פון @יואב @מאטי ועוד.
תמים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:49 pm
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

פראזאאישע רעאקציע

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:00 pm

זייער שיין, רבי'ניו.

דאס לעבן איז אפשר פאעטיש. דאס מציאות איז אבער הארט און קאלט. און יעצט - אויך ברוטאל.
צרה דערהייבט שירה, אבער נישט פריער ווי לאחר המעשה.
יעצט דארף מען שווייגן...
(א פארצווייפלט-פאעטישער זיפץ איז נישט בכלל.)

נ"ב. באין ברירה מעג מען רעדן, נאר למען השם חלילה נישט אויפ'ן גראם.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1370 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:11 pm

תמים, מיין גאט איז עדות, אז אויסער די צוויי לעצטע ליניעס האבן מיינע ווערטער קיין שום משמעות און איך האב גארנישט געמיינט דערמיט.
ממילא, גאט באהיטן פון אריינלערנען פשטים אין לויטער שטותים.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2560
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5478 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7355 מאל

הודעהדורך תמים » דאנערשטאג יולי 17, 2014 4:34 pm

כוכב האט געשריבן:תמים, מיין גאט איז עדות, אז אויסער די צוויי לעצטע ליניעס האבן מיינע ווערטער קיין שום משמעות און איך האב גארנישט געמיינט דערמיט.
ממילא, גאט באהיטן פון אריינלערנען פשטים אין לויטער שטותים.


כוכב, איך האף די האלטס מיך נישט טאקע פאר אזא תמים... איך האב נישט איין רגע געטראכט אז דאס איז ערענסט אין איך האב עס טאקע אריינגעשטעלט דא viewtopic.php?p=212392#p212392

נאר קוק וואס די ליצים דא האבן געמאכט ביי די פריערדיגע שלום בערגער פאזיע אשכול, האלט איך אז מען קען אויף דיין פאזיע גרינגער און שענער עפעס אויסטייטשן.
תמים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:49 pm
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך יואב » דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:08 pm

כוכב האט געשריבן:קרייען טוט דער דריידל
דאס קעצל, ער וויינט משזר?
ווען דער גראגער פארבלענדעט
קוישן מיט טרוימען

ביים מלמד'ס טישל
ער נאגט נעקטאר:
עס פליען די פאקלען
באחי, אין דער וויזע

מיין געזאנג האט געהייראט
געבוירן אן אנדרוגנוס
פארהויכט דעם אייביגן נעכטן
שטות מיט לאקש אין ליבע
געשאפן פאעזיע



קאווע געפלויגן, קיין אילוזיע
אין ציל געפלאצט -- די פאעזיע.
פון וואו קומט דער ראקעט?
נישט פון דער ערד
אונזער סילעסטואלער ניק,
א לייק איז ווערד

דאס מויל -- דאס היפוך פון געוויין
אין שמייכל אפטיילונג? ניין!
קונסט: פאר די עליטע
צו חוזק׳ן פון ר׳ שלום? חלילה!
אויף א שטאפל נישט צו פארשטיין
האט דער שטערן זיין גאנג פארדרייט, א געלעכטער זיין.

------


לעצם האפאזיע מיין איך, אז אנדערש פון דער פאריגער, קען מען דאסמאל ליבערשט פארשטיין די טיפזיניגע כוונות פון דעם בארימטן פאעט, ערעב שלום. די theme פון דער פאעזיע איז לכאורה איבער דער פארפירונג אין רעליגיע וועלכער ברענגט בלוט פארגיסונג; וואס ס׳שפיגלט אפ צו אונזער מסורה.
"אויב נעמט יאָסל אויף זיך דעם טיטל 'שרייבער,' דאַן קען ער נישט מיט א ריין געוויסן ניצן דעם אייגענעם שופר צו מוטיגן פּוסטקעפּיגקייט, במישרין או בעקיפין; ער וויל נישט, קען נישט, און וועט נישט זיין קיין קאַטאַליסט אין צעמענטירן דעם פאַרגרעבטן סטאַטוס-קוואָ."
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1627
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן צו ווייטער מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6068 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און 0 געסט