באזירט אויף א ווירקליכער געשיכטע

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

באזירט אויף א ווירקליכער געשיכטע

שליחה דורך קאווע קריטיק »

1#

קריס גארדנער איז דער נאמען פון א פערשוין וואס האט אונטער זיך די געשיכטע פון א לא יוצלח.
גארדנער, האט אין זיינע יונגע יארן געקעמפט היימלאזיגקייט. צוליב זיין שוואכן פינאנציעלן צושטאנד, האט עס אים געקאסט זיין הייראט, און עווענטועל איז ער ארויסגעווארפן געווארן פון זיין דירה. ער, אינאיינעם מיט זיין פינף יעריג קינד, האבן זיך פשוט געוואלגערט אין די גאסן, פון איין שעלטער פאר היימלאזע צו דעם צווייטן. איין נאכט האט ער אפילו געמוזט שלאפן אין דעם בית הכבוד פון א באן סטאנציע. עס איז צום פארשטעלן די טרערן רינען פון זיינע אויגן, האלזנדיג זיין קינד אין דערביטערניש, אין קלאג אויף זיין טרויעריגן שיקזאל, דורכאויס דער נאכט אין דער באן סטאנציע.
זיין שפל המצב האט אים אבער נישט געברענגט צו אויפגעבן. מיט עקשנות און גאר אסאך מזל האט ער זיך געלערנט צו ווערן א סטאק בראוקער. דארפנדיג זיך פראווען דערביי מיט ארעמקייט, היימלאזיגקייט און א קינד.
צוביסלעך האט ער זיך ארויפגעדראפעט דעם לייטער און כהיום איז ער א מולטי מיליאנער.
אט די אמת'ע ווארעמהארציגע געשיכטע ווערט געשפילט אין the pursuit of happyness א פילם דורך דעם מייסטער אקטיאר וויל סמיטה. כאטש וואס סמיטה צייכנט זיך בעיקר אויס אין אקציע פילמען, האט ער אראפגעלייגט אן ערשטקלאסיגע און עמאציאנאלע פרעזענטאציע און איז דערפאר נאמינירט געווארן פאר אן אסקאר. דער פילם איז א באקס-אפיס סוקסעס, און האט געלייזט הונדערטער מיליאנען דאלארן.
איראניש אז דאס קינד קריסטאפער וואס שפילט אויפ'ן פילם אלס דאס קינד פון גארנער, איז אויף אן אמת דאס קינד פון סמיטה, זשעידען סימטה, וועלכער זיין מיטעלער נאמען איז אגב קריסטאפער.
אינטרעסאנטע באמערקונג: די פולע היימלאזע וואס שפילן אויף דעם פילם אלס עקסטרעס זענען ווירקליכע היימלאזע וואס האבן באקומען באצאלט די מינימום געהאלט און אומזיסטע מאלצייט. פאר א גרויסן טייל פון זיי איז עס געווען די ערשטע באצאלטע ארבעט אין גאר א לאנגער צייט.
דער נאמען פונעם פילם איז א ווערטער-אויסצוג פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוצע, ווי די גרינדער פון אמעריקא לייגן פאר זייער וויזיע פאר'ן לאנד, נעמליך, אז: יעדער פון אירע בירגער זאל האבן די מעגליכקייט נאכצולויפן דעם געיעג נאך גליק.
דער טיטול איז גרייזיג אויסגעלייגט מיט happyness אנשטאט happiness צוליב איין סצענע אינעם פילם, וואס באציעט זיך צו גראפיטי מיט די ווערטער וואס האבן דעם גרייזיגן אויסלייג.
אגב, די מעשה איז אמאל פארציילט געווארן דורך שמעון ראלינצקי אויף קול מבשר דורכאויס א ניטל פראגראם...
די טרעילער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאווע קריטיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר