פילמס: כ'האב געזעהן...

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

פילמס: כ'האב געזעהן...

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 2:48 pm

כ'האב געזעהן די פילם Her.
http://en.wikipedia.org/wiki/Her_(film)
דאס איז א דראמא קאמעדי, מיט א שטיקעל סייענס פיקשען פרעמיס פון ארטיפישעל אינטעליזשענס. דאס איז א מעשה פון מענטש אין לאס אנזשעלעס וואס האט זיך געהאלטען ביים גט'ן פון זיין ווייב. ער האט זיך געקויפט א ארטיפישעל אינטעליזשענס פראגראם, און ער איז געפאלן אין לאוו מיט די קערעקטער פון די פראגראם "סעמענטא". זייער דראמאטיש און זייער גוט אויסגע'עקט.
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 781
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1283 מאל

הודעהדורך מנחם אבראמאוויטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 3:57 pm

פארגעס נישט אז זו איז א אידיש קינד
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
מנחם אבראמאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:03 pm

אמת. די קול אונטער "סעמענטא" איז קודם געוועהן איינע אנדערש ,אבער שוין נאכ'ן פילמען האט דער דירעקטאר געטוישט צו סקארלעט יאהאנסאן.
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 781
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1283 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:32 pm

די פילם האט מיר שטארק איבערגענומען, ס'האט מיר געמאכט טראכטן וועגן ליבע און ראמאנס. איך מיין אז דאס איז די בעסטע human דעפיקציע פון AI אין פילם וואס איך האב נאר געזען, (צום קרעדיט פון וואקין פיניקס, נישטא קיין סאך אקטיארן וואס וואלטן געקענט מאכן אזא נאטורליכע דזשאב, זיך אזוי אריינצולייגן אינעם מצב), ווי נאטורליך א שמועס מיט איר שלענגעלט זיך, אויף אזוי ווייט אז ס'קען זיך אנקניפן אן עכטע קשר מיט דעם מאשין. און אויב אזוי, וואס איז ליבע? איז דאס א קשר צווישן צוויי מענטשען, אדער איז דאס אלעס ביי אונז אין קאפ, און די גאנצע "קשר", "אהבה" וכו' איז נאר ביי אונז אין מח. אדער קען זיין אז אונז מענשען זענען נישט מער ווי גאר קאמפיצירטע מאשינען, ארגאנישע מאשינען, וואס אינטערעקטען איינער מיטן צווייטן, און איינמאל א מעכאנישע מאשין קומט אן צום שטאפל פון אונזער אינטעליגענץ מאכט שוין נישט קיין חילוק אויב זיי האבן עכטע קאנשענסנעס, אויב איז קאנשעסנעס בכלל עפעס א חפצא, אדער אויב ס'זעט נאר אויס פאר אונז כאילו זיי האבן קאנשעסנעס.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7335 מאל

הודעהדורך יאנטעף » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 11:00 am

די פילם איז יוניווערסאל שטארק אויסגעלויבט געווארן.
יאנטעף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 10:09 am
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 11:49 am

געפילטע פיש האט געשריבן:די פילם האט מיר שטארק איבערגענומען, ס'האט מיר געמאכט טראכטן וועגן ליבע און ראמאנס. איך מיין אז דאס איז די בעסטע human דעפיקציע פון AI אין פילם וואס איך האב נאר געזען, (צום קרעדיט פון וואקין פיניקס, נישטא קיין סאך אקטיארן וואס וואלטן געקענט מאכן אזא נאטורליכע דזשאב, זיך אזוי אריינצולייגן אינעם מצב), ווי נאטורליך א שמועס מיט איר שלענגעלט זיך, אויף אזוי ווייט אז ס'קען זיך אנקניפן אן עכטע קשר מיט דעם מאשין. און אויב אזוי, וואס איז ליבע? איז דאס א קשר צווישן צוויי מענטשען, אדער איז דאס אלעס ביי אונז אין קאפ, און די גאנצע "קשר", "אהבה" וכו' איז נאר ביי אונז אין מח. אדער קען זיין אז אונז מענשען זענען נישט מער ווי גאר קאמפיצירטע מאשינען, ארגאנישע מאשינען, וואס אינטערעקטען איינער מיטן צווייטן, און איינמאל א מעכאנישע מאשין קומט אן צום שטאפל פון אונזער אינטעליגענץ מאכט שוין נישט קיין חילוק אויב זיי האבן עכטע קאנשענסנעס, אויב איז קאנשעסנעס בכלל עפעס א חפצא, אדער אויב ס'זעט נאר אויס פאר אונז כאילו זיי האבן קאנשעסנעס.


שיין ארויסגעברענגט די קאמפליקאציע. וואס אן אמת, דאכט זיך מיר אז דער מענטש פירט סיי ווי א באהאלטענעם דיאלאג מיט אלץ און אלעמען אויף דער וועלט, נישט נאר בעלי חיים. פארוואס דען האט א מענטש הנאה צו גיין שפאצירן צווישן בערג, פעלדער און וועלדער? אים דאכט זיך ווי אלעס רעדט עפעס ארויס, כאטש ער כאפט נישט גענוי וואס. פארשטייט זיך אז מ'קען נוצן מעטאפיזישע הסברים, אנצונעמען אז ס'איז באמת דא א דיאלאג אין דער בריאה צווישן די באשעפענישן, אבער פונעם פיזיש-פסיכאלאגישן שטאנדפונקט קומט אמאל אויס אז דער מענטשליכער מוח נעמט אויף יעדע זאך מיט א געוויסע שפראך וואס ער אינטערפרעטירט דערנאך אין זיין הינטער-באוואוסטזיין.

מיט בעלי חיים איז אודאי דער ענין מער קאמפליצירט, ווייל דער דיאלאג איז סוף כל סוף באזירט אויף אמת'ער געגנזייטיגער קאמוניקאציע, אבער ס'איז זיכער אז די דערמאנטע אינטערפרעטאציעס שפילן דאך א ראלע אינעם אופן ווי דער מענטש נעמט אויף דעם דיאלאג מיט אנדערע. א קאלטער מענטש ענטפערט נישט מיט ליבשאפט אויף די ווארעמסטע ווערטער וואס ווערן געווארפן צו זיין זייט, ווייל כאטש ער "הערט ווערטער" ווערט עס נישט אינטערפרעטירט אויף דעם זעלבן אופן אין זיין נשמה, בשעת א ווארעמער מענטש קען ווארפן ליבע אויך קעגן געגנשטאנדן וואס האבן אין אמת'ן קיינמאל נישט אויסגעשטרעקט א האנט פון ליבע צו זיין זייט.

דאס הייסט נישט אז ליבע איז אן אילוזיע, נאר דאס ווענדט זיך וויאזוי מ'באטראכט אין אלגעמיין די באציאונג פונעם מענטש מיט דער גאנצער שאפונג, מיט בעלי חיים פון אנדערע מינים, און איבער אלעמען מיט דעם מענטשליכן מין.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1054 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 2:24 pm

כ'דערמאן זיך ווי כ'בין נתפעל געווארן לייענעדיג @פשוט-קאמפליצירטבוך, Neither Wolf Nor Dog: On Forgotten Roads with an Indian Elder, ווי 'דען' זיצט אויפן שפיץ בארג און גיבט איבער מיט'ן גאנצן תמימות - ובאופן מוחשי - ווי ער הערט די בריאה רעדן צו איהם, די ערד, דער ווינט, די גראז וכו'.

אין אנפאנג האב איך אודאי געשמייכלט אויפן חשבון פון דעם אלטן בעל דמיון, אבער וואו ווייטער כ'האב געלייענט אלס מער האב איך אנגעהויבן מרגיש זיין ווי ער הערט טאקע - לייענט, איהר וועט נישט חרטה האבן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3482
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 4:41 am
האט שוין געלייקט: 7012 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6760 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 2:34 pm

אויך דו, ונבנתה, זאל זיך ספק'ן איבער דער שירה און דיבור פון דער בריאה? וויי וויי. מ'דארף טאקע צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן :lol:
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1308 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 2:42 pm

ח"ו, ח"ו.

כ'האב אבער געמיינט אז מען דארף זיין אין א געוויסע יאהר-גאנג עס צו קענען הערן...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3482
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 4:41 am
האט שוין געלייקט: 7012 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6760 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 2:45 pm

:) :like
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1308 מאל

הודעהדורך יידל » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 4:15 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'דערמאן זיך ווי כ'בין נתפעל געווארן לייענעדיג @פשוט-קאמפליצירטבוך, Neither Wolf Nor Dog: On Forgotten Roads with an Indian Elder, ווי 'דען' זיצט אויפן שפיץ בארג און גיבט איבער מיט'ן גאנצן תמימות - ובאופן מוחשי - ווי ער הערט די בריאה רעדן צו איהם, די ערד, דער ווינט, די גראז וכו'.

אין אנפאנג האב איך אודאי געשמייכלט אויפן חשבון פון דעם אלטן בעל דמיון, אבער וואו ווייטער כ'האב געלייענט אלס מער האב איך אנגעהויבן מרגיש זיין ווי ער הערט טאקע - לייענט, איהר וועט נישט חרטה האבן.

זע איך יעצט אז ס'דא א קיקסטארטער צו פארוואנדלן דעם בוך אין א פילם.
https://www.kickstarter.com/projects/12 ... adaptation
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4161 מאל

הודעהדורך קרעמער1 » דינסטאג אקטאבער 07, 2014 4:16 pm

איינער האט מיר נעכטן געשלעפט קוקן The Equalizer
http://www.imdb.com/title/tt0455944/
עס איז א עקשן\קריים\טרילער פילם געבויעט אויף א טי-ווי שאו מיטן זעלבן נאמען

נישטא וואס צו רעדן. דענזעל וואשינגטאן לייגט אראפ א גוטע ארבעט
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
קרעמער1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 10:04 am
האט שוין געלייקט: 293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

Django unchained

הודעהדורך ישראל קאפקע » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:39 am

א לענגערע באלד דריי שעה פילם, אן אימיגראנט באונטי האנטער מיט זיין שווארצע דינער וואס ער האט באפרייט פון שקלאפעריי אין טעקסאס, פארן ארום אין די אמעריקאנער דרום, און לייגן אוועק יעדן וואס שטייט זיי אין וועג,
Dark, brutal, funny, daring, און זייער אינטריגיש און גאר אינטערעסאנט, קיקינג ארס ביג טיים, 88 אויף פארשימלטע טאמאטעס,

די סעטטינג איז זייער עדיוקעישנעל, און די עקשן איז מוראדיג ענטערטעינינג, ס'לויט זיך צו שפענדן $2.99 אויף גוגל פלעי, אדער $4.99 אויף עמאזאן.

ענדיגט זיך צו גראפיש.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 6:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:34 am

איינע פון די מוידן עקטרעסעס, די וואס שפיהלט די שקלאפין קאקא (וועמען קריסטאף וואלטז/דר שולץ האט געשלאגן (?)), האט לעצטנס אנגעדרייט א ויצעקו אין ריעל לייף נאכדעם וואס זי און איר חבר זענען באשולדיגט געווארן אויף פריצות אין רשות הרבים ווען פאליציי אין לאס אנדזשעלעס האבן זיי פארהאלטן אין קייטעלעך (שלא ברצונה...) צוליב'ן עוסק זיין בפריה ורביה אין א אויטא. עפעס וואס זי טענה'ט איז בעצם סתם געווען א ראסיסטישע אקט פון די אפיציר אלס רעזולטאט פון ראסן פראפיילינג, ווייל זיי זענען שווארצע, און מחמת דעם האט די פאליציי חושד געווען זי אלס א פראסטעצוצקע און ער - איר קליענט. עס איז נישט קלאר צו ער אדער זי האבן אנגעיאגט צו קומען.

זיי שטייען אויס 1000 טאלער קנס און זעקס חדשים טורמע, אוואו זיי וועלן האבן מערצעשעם פלענטי אף טיים טוגעדער.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3083
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2670 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:57 pm

יו אר רילי סוויט. איי טינק יו שאד בי עי ריפארטער פאר קשנ''א.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל

into the west

הודעהדורך ישראל קאפקע » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:45 pm

פילמען פון אירלאנד זענען זייער זיס צו זען, חוץ פון די אינהאלט וואס איז לויטער צוקער זיס, איז די אירלאנדישע אקצענט ענליך צו אונזער וויליאמסבורגער ענגליש,
וואס קען זיין מער קיוט ווי א איריש קינד זאגן הארס (horse) פונקט ווי יואלי, די o אזויווי on, די r אזויווי אונזער ריש, :דאבללייק: :lol:
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 6:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:43 pm

די באקאנטע fast & furious פרענטשייס קימט ארויס נעקסטע וואך מיט חלק ז', עס פארשפרעכט צו זיין העכער אלע ערווארטונגען,
טרעילר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 7:55 pm

ער - דער קעפל פון דעם אשכול - ווי וואלט עס געשריבן בן נריהו קלינגט עס.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2142
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1760 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1673 מאל

Re: פילמס: כ'האב געזעהן...

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 4:08 pm

Furious 7 א גוט שטיקל יעדע סעקונדע איז אנגעפילט, און די עקטארס זענען אייזן, אבער דאך ביט עס נישט לדעתי fast five,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

Re: פילמס: כ'האב געזעהן...

הודעהדורך אויסגערוט » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 5:51 pm

איך האב הנאה געהאט דערפון אבער לדעתי אביסעל צו סאך פליען מיט קארס צו אין הימל צו מבנין לבנין
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 10:38 pm
האט שוין געלייקט: 341 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

Re: פילמס: כ'האב געזעהן...

הודעהדורך גראדעמעכעלע » זונטאג אפריל 12, 2015 12:10 am

דער נייע דירעקטאר האט אביסל איבערגעטריבן די stunts, די ענד סין מיט די העליקאפטער איז טא מאטש, אויך איז די plot גאר שוואך, אבער דאך האבן די עקטארס א געוויסע חן און געשמאק און דאס מאכט עס גאנץ באטעמ'ט, גראדע די עראפלאן סין איז נישט אוועקצימאכן, (אויך איז דאס עכט זיי האבן באמת ארויסגעווארפן קארס פין א עראפלאן ביים פילמען נאר אן די עקטארס, מען קען זעען די ביהיינד דע סין קליפס דערפון אויף יוטוב,)
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג מאי 19, 2015 9:13 pm

איך האלט נאך אינמיטן וואטשן דיע פילם אבער כ'וואלט עס שוין הילכיג רעקאמאנדירט.
http://www.imdb.com/title/tt2917388/?ref_=tt_rec_tt
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג מאי 19, 2015 9:52 pm

איך אויך, ביטע זיי מסביר וועלכע חלק איז גוט, די עקטן? די געשיכטע?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ונבנתה העיר אום דינסטאג מאי 19, 2015 10:06 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
סיבה: טעות
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4161 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג מאי 19, 2015 10:39 pm

ביידע זענען געוואלדיג ,גראדע א אמת'ע געשיכטע אויך.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל

הודעהדורך שמיגעגי » זונטאג מאי 31, 2015 5:46 pm

איך פארשטיי נאך נישט פארוואס די ג'עינער איז עקשען. ווען עס קען ראהוג אריין גיין אין די סיי-פיי ג'עינער.
ווער ס'קען עס מסבר זיין איז מכובד.
שמיגעגי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2015 3:40 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

נעקסט

גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט