גראדעמעכעלע האט געשריבן:איינער האט אפשר א טעלעגראם טשאנעל אדער סיי וואסארא אנדערע ריסארס פון "כשר'ע" פילמען DVDs פלייס וכדו', צו ווייזן פאר די קינדער וואס זענען אין גלות קאראנא?
ביטע מיטטיילן ישר כח
שבת אחים האט געשריבן:א נייע מיני-סעריע אויף נעטפליקס וועגן א חסידישע ווייבל וואס האט אפגעלאזט די קאמיונטי באזירט אויף די בוך Unorthodox
פון דבורה בערקאוויטש-פעלדמאן.
הגם איך גלייב איר נישט קיין איין ווארט פון די גאנצע מעשה. איז עס זייער א גוטער פילם, זייער גוט אראפגעלייגט און גארנישט אנדערש פון אלע fictional movies.
דער וואס שפילט ״דער רבי״ קומט אריין זייער קלאר. איינער ווייסט ווער דאס איז? קוקט אויס ווי א היימישער/עקס היימישער.
די מעין שפילערן איז Shira Haas פון די ישראלישע טעלעוויזע סעריע שטיסל.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אפיציעל הייסט עס אז די flashbacks, ד.ה. די טייל פון די מעשה ביז'ן אסתי'ס אנטלויפן, איז באזירט אויף דבורה פעלדמאן'ס בוך, פון דארט און ווייטער איז אלץ פיקציע.
איך בין אויך משוגע געווארן פאר דעם רבי'ן "רבי יאסעלע", ער שפילט דאך זיין ראלע אזוי גוט, ממש צוקער זיס, און איך מיין אז ס'איז די חלום פון אסאך OTDs. זיין נאמען איז אלי ראזען, ער איז אויך דער יועץ למנהגי החסידים פאר'ן פילם, דא איז זיין וועבזייטל.
לייבל שטילער האט געשריבן:וויאזוי פארענטפערט מען די קשיא, רבש"ע?!
לייבל שטילער האט געשריבן:לעצטנס (אין סעפטעמבער) איז ארויס געקומען א פילם אין עברית "חתונה הפוכה" וואס רעדט וועגן פרומע להטבי"ם (געי/LGBT) בעיקר דתיים לאומיים. די נושא בכלל ציפט מיר כסדר, צו זעהן וויאזוי די שטערקסטע פיזישע יצר ווי סעקסועליטי און די שטערקסטע ספיריטואלע און אידענטיטעט ווי רעליגיע קלעשן און די השלכות דערפון. און וויאזוי פארענטפערט מען די קשיא, רבש"ע?!
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט