געפילטע פיש האט געשריבן:די פילם האט מיר שטארק איבערגענומען, ס'האט מיר געמאכט טראכטן וועגן ליבע און ראמאנס. איך מיין אז דאס איז די בעסטע human דעפיקציע פון AI אין פילם וואס איך האב נאר געזען, (צום קרעדיט פון וואקין פיניקס, נישטא קיין סאך אקטיארן וואס וואלטן געקענט מאכן אזא נאטורליכע דזשאב, זיך אזוי אריינצולייגן אינעם מצב), ווי נאטורליך א שמועס מיט איר שלענגעלט זיך, אויף אזוי ווייט אז ס'קען זיך אנקניפן אן עכטע קשר מיט דעם מאשין. און אויב אזוי, וואס איז ליבע? איז דאס א קשר צווישן צוויי מענטשען, אדער איז דאס אלעס ביי אונז אין קאפ, און די גאנצע "קשר", "אהבה" וכו' איז נאר ביי אונז אין מח. אדער קען זיין אז אונז מענשען זענען נישט מער ווי גאר קאמפיצירטע מאשינען, ארגאנישע מאשינען, וואס אינטערעקטען איינער מיטן צווייטן, און איינמאל א מעכאנישע מאשין קומט אן צום שטאפל פון אונזער אינטעליגענץ מאכט שוין נישט קיין חילוק אויב זיי האבן עכטע קאנשענסנעס, אויב איז קאנשעסנעס בכלל עפעס א חפצא, אדער אויב ס'זעט נאר אויס פאר אונז כאילו זיי האבן קאנשעסנעס.
ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'דערמאן זיך ווי כ'בין נתפעל געווארן לייענעדיג @פשוט-קאמפליצירט'ס בוך, Neither Wolf Nor Dog: On Forgotten Roads with an Indian Elder, ווי 'דען' זיצט אויפן שפיץ בארג און גיבט איבער מיט'ן גאנצן תמימות - ובאופן מוחשי - ווי ער הערט די בריאה רעדן צו איהם, די ערד, דער ווינט, די גראז וכו'.
אין אנפאנג האב איך אודאי געשמייכלט אויפן חשבון פון דעם אלטן בעל דמיון, אבער וואו ווייטער כ'האב געלייענט אלס מער האב איך אנגעהויבן מרגיש זיין ווי ער הערט טאקע - לייענט, איהר וועט נישט חרטה האבן.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט