לייבל כהן - כמעט ווי "די בלוס"

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

לייבל כהן - כמעט ווי "די בלוס"

הודעהדורך יידל » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 3:21 pm

לעצטנס האט דער רוח ה' ווידעראמאל גערוט אויף אחד משרידי דור הישן, אויגן וועלכע האבן נאך געזען אויגן, ר' לייבל כהן זז"ג. דער נייער ניגון זיינער - אויב עס קען בכלל ווערן אנגערופן ניגון - הייסט כמעט ווי די בלוס.



אט זענען די ליריקס:


I saw some people starving
There was murder, there was rape
Their villages were burning
They were trying to escape
I couldn't meet their glances
I was staring at my shoes
It was acid, it was tragic
It was almost like the blues

I have to die a little
Between each murderous thought
And when I'm finished thinking
I have to die a lot
There's torture and there's killing
And there's all my bad reviews
The war, the children missing
Lord, it's almost like the blues

So I let my heart get frozen
To keep away the rot
My father said I'm chosen
My mother said I'm not
I listened to their story
Of the Gypsies and the Jews
It was good, it wasn't boring
It was almost like the blues

There is no G-d in Heaven
And there is no Hell below
So says the great professor
Of all there is to know
But I've had the invitation
That a sinner can't refuse
And it's almost like salvation
It's almost like the blues

מיין פשט אין די ניגון בעזרת צורי עלי איז אז די בלוס רעפערענצן די מוזיק זשאנרע מיט דעם נאמען. מער ספעציפיש, די בלוס אין די ערשטע יארן זענען געווען באקאנט אלס ניגונים וועלכע האבן ארויסגעברענגט ערנסטע פראבלעמען אינעם אפריקאנעם-אמעריקאנעם געזעלשאפט. לדעתי לדעתי איז כהן'ס כוונה צו זיין גאר ציניש מיטן פארגלייכן די אלע שרעקליכע זאכן צו די בלוס, ווי צו זאגן, איך מיין עס אזוי ערנסט און דראמאטיש ווי די בלוס - א איבערגעטריבענע זארג און שרעק איבער א צווייטנס מצב.

ועוד י"ל, מער על פי פשוטו, די בלוס איז דיפרעשאן. כהן זאגט אז גארנישט קומט נישט צו צו דיפרעשאן. אבער לפ"ז צע"ג דער לעצטער סטאנזא.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4158 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 3:41 pm

אויב עס קען בכלל ווערן אנגערופן ניגון

איך טראג זיך לעצטענס ארום מיט א שטארקע חשד אין הארצען אז ווען כהן גייט נסתלק ווערן (אדער ס'וועט אים שוין איינמאל געלונגען אליינס צו מאכן די מעשה), גייט מען טרעפן זיין צוואה א גרויסע סמיילי פון איין עק בלאט ביזן צווייטן, פון אויבן ביז אראפ. ווי צו זאגן "ס'איז מיר געלונגען, כ'האב ענק אלע געפירט אין באד אריין". כ'בין ערענסט ביי די מיינונג אז ער זיצט ביינאכט אין בעט און קייקעלט זיך פאר געלעכטער ווי א וואנזיניגער סייקאפעט פון אלע וואס פלאגן זיך צו לערנען פשט אין זיינע לידער וואס האט לכתחילה נישט קיין שום משמעות (כ'מיין בעיקר זיינע לידער פון די לעצטערע יארן). דאס מאל איז אים געגאנגען און שגעון אריין אזוי ווייט אז אפילו א טאן האט ער נישט פארגינען זיינע חסידים, פון ליריקס אפגערעדט.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1172 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 3:44 pm

איי, מורא'דיג.

איך הער אין דעם ניגון (?) א טיפע דעפרעסיע, ווייטאג און יאוש אין די מענטשהייט. כ'פארשטיי אז ער פרובירט ארויסצוברענגן ציניש ווי דער וועלט ווערט נאר אן ערגערע פלאץ צו וואוינען מיט'ן ארויסברענגן דער היינטיגער מצב קעגן דער אמאליגער שוין שלעכטער וועלט.

וואס קומט היינט פאר איז דאך איום ונורא. נישטא קיין צלם אלוקי מער.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2336
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3261 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3666 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:27 pm

אז אזא זעלטן מיעסע קול הייסט א זינגער האב איך נאך האפענונג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5442
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2452 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:24 pm

יידל האט געשריבן:דער נייער ניגון זיינער - אויב עס קען בכלל ווערן אנגערופן ניגון
.

פארדעם האב איך הנאה געהאט אז דער ניו יארקער האט מפרסם געווען ווי ר' לייבל ליינט דער פאעם כמו שהוא אן דער א"ג ניגון. https://soundcloud.com/newyorker/listen ... -the-blues
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3696
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5476 מאל

הודעהדורך יואליש » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:39 pm

ער איז אלעמאל געווען א פאעט וואס זינגט בעריטאניש זיינע ניגונים. אבער די שטומע אויף זיין יעצטיגע אלבום צום אכציגסטע געבורטסטאג איז א גאנג. עפעס גייט פאר מיטן כהן גדול ביי די שמונים.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2469
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3725 מאל

הודעהדורך יואליש » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:47 pm

כ'האב געקלערט אז
My father said I'm chosen
באציט זיך צו די כהונה און די רבונישע משפחה פון וואס ער שטאמט.

נאדיר א ניגון וואס לענארד זאגט איז אינספירירט ביי דעם ונתנה תוקף
Leonard Cohen - Who by fire: http://youtu.be/EQTRX23EMNk
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2469
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3725 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:55 pm

און אז מ'רעדט שוין פון Leonard Cohen פאר ראש השנה איז כדאי צו דערמאנען זיין ונתנה תוקף

כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1172 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:02 am

און זיין 'הללויה' - וועלכע ווערט געזונגען תחת כל עץ רענן - איז עפעס א קלייניגקייט?

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3436
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6645 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:06 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:און זיין 'הללויה' - וועלכע ווערט געזונגען תחת כל עץ רענן - איז עפעס א קלייניגקייט?

וואו ער מאכט א קוגל פון דוד המלך מיט שמשון הגבור
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1172 מאל

Re: לייבל כהן - כמעט ווי "די בלוס"

הודעהדורך פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:29 am

אן עכטער כעלעמר מגיד.
עס ברענגט זיך ארויס ביי די אלע ציורים, ווי די התפרצותדיגע כוחות פון דעם מאנסביל, ווערט פארהאקט און פארצוימט דורך די שטילע אבער שטולענע כוחות פון די פרוי.
דארף עס טאקע זיין איין מענטש ממש??

בנוגע דיין ערשטע טענה וואס דו שרייבסט אויבן, אויב ר' לייבל לאכט א גוטס.
וואס איז דען דאס נוגע, קוק און שפיר וואס די ווערטער רעדן צו דיר, ובזה יצאת ידי חובתך
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 337 מאל

הודעהדורך יואליש » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 1:00 am

ידידי שמעון פון אן די מעין ליין האט אמאל געפאסט איבער א ספר פון כהן'ס זיידע ווי דער פינעף יעריגער לענארד ווערט דערמאנט. לענארד האט דאן געזאגט פאר א חבר אז ער האט נישט געוויסט דאס אז ער איז דערמאנט אינעם ספר.

http://onthemainline.blogspot.com/2012/ ... w.html?m=1
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2469
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3725 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 1:14 am

יואליש האט געשריבן:ידידי שמעון פון אן די מעין ליין

הייסט דאס אז Fred MacDowell הייסט באמת "שמעון"?
דארף מען נאר נאך געוואר ווערן זיין לעצטע נאמען (און מיר ווייסן שוין נישט צוויי מענטשן)
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1172 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 2:19 am

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
אויב עס קען בכלל ווערן אנגערופן ניגון

איך טראג זיך לעצטענס ארום מיט א שטארקע חשד אין הארצען אז ווען כהן גייט נסתלק ווערן (אדער ס'וועט אים שוין איינמאל געלונגען אליינס צו מאכן די מעשה), גייט מען טרעפן זיין צוואה א גרויסע סמיילי פון איין עק בלאט ביזן צווייטן, פון אויבן ביז אראפ. ווי צו זאגן "ס'איז מיר געלונגען, כ'האב ענק אלע געפירט אין באד אריין". כ'בין ערענסט ביי די מיינונג אז ער זיצט ביינאכט אין בעט און קייקעלט זיך פאר געלעכטער ווי א וואנזיניגער סייקאפעט פון אלע וואס פלאגן זיך צו לערנען פשט אין זיינע לידער וואס האט לכתחילה נישט קיין שום משמעות (כ'מיין בעיקר זיינע לידער פון די לעצטערע יארן). דאס מאל איז אים געגאנגען און שגעון אריין אזוי ווייט אז אפילו א טאן האט ער נישט פארגינען זיינע חסידים, פון ליריקס אפגערעדט.

:lol:

דאס איז שוין אן אלטע פראבלעם וואס איך האב, אז זיבעציג פראצענט פון די פאפ ניגונים ווערטער האבן נישט קיין הענט און קיין פיס. דאס ווערט דאך געמאכט בדרך כלל דורך האליוואד זשאנקיס, וואס קען מען שוין ערווארטן פון זיי. נאר די טענער קענען אמאל זיין גאנץ טיף און רירנד.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7668 מאל

הודעהדורך יואליש » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 11:46 am

יאיר האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
אויב עס קען בכלל ווערן אנגערופן ניגון

איך טראג זיך לעצטענס ארום מיט א שטארקע חשד אין הארצען אז ווען כהן גייט נסתלק ווערן (אדער ס'וועט אים שוין איינמאל געלונגען אליינס צו מאכן די מעשה), גייט מען טרעפן זיין צוואה א גרויסע סמיילי פון איין עק בלאט ביזן צווייטן, פון אויבן ביז אראפ. ווי צו זאגן "ס'איז מיר געלונגען, כ'האב ענק אלע געפירט אין באד אריין". כ'בין ערענסט ביי די מיינונג אז ער זיצט ביינאכט אין בעט און קייקעלט זיך פאר געלעכטער ווי א וואנזיניגער סייקאפעט פון אלע וואס פלאגן זיך צו לערנען פשט אין זיינע לידער וואס האט לכתחילה נישט קיין שום משמעות (כ'מיין בעיקר זיינע לידער פון די לעצטערע יארן). דאס מאל איז אים געגאנגען און שגעון אריין אזוי ווייט אז אפילו א טאן האט ער נישט פארגינען זיינע חסידים, פון ליריקס אפגערעדט.

:lol:

דאס איז שוין אן אלטע פראבלעם וואס איך האב, אז זיבעציג פראצענט פון די פאפ ניגונים ווערטער האבן נישט קיין הענט און קיין פיס. דאס ווערט דאך געמאכט בדרך כלל דורך האליוואד זשאנקיס, וואס קען מען שוין ערווארטן פון זיי. נאר די טענער קענען אמאל זיין גאנץ טיף און רירנד.


לענארד איז קיין פאפ סטאר. זיינע לידער זענען מעלעכאניש און נאסטאלאגיש, און עגנימעטיק און אפען פאר ע' פנים אינטערפריטעשאנס. אמאל איז ער קהלת און אמאל שיר השירים, און רוב מאל ביידע צוזאמען.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2469
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3725 מאל

הודעהדורך יואליש » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 11:55 am

אייגענטליך, כ'קלער יעצט אריין. כהן האט א ביבלישע אונטערטאן דורכאוס זיינע לידער, אמאל כתובים און אמאל נביאים, א שיר השירים, קוהלת, איוב, איכה, ירמיהו, ישעיהו, אביסל משלי.

ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו דורכקוקן זיינע לידער מיט ביבלישע ברילן.

אין די ווערטער פון פאול סיימאן (וואס כ'האב געהערט כהן עס פארליינען, נישט זינגן, the words of the prophets are written on the subway walls.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2469
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3725 מאל

Re: לייבל כהן - כמעט ווי "די בלוס"

הודעהדורך פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:49 pm

זיין קאריערא האט זיך אנגעהויבן מיט ארויסגעבן א בוך פון poetry. הערשט אסאך שפעטער האט ער אנגעהויבן צו קאמפאזירן און זינגען לידער.
זיין ערשטע פאעטישער בוך האט גאנץ פיין אויסגענומען ביים עולם.
ער איז ווייט ווייט פון א פאפ זינגער.
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 337 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 9:35 am

משוררים קאפעליע זינגט "בואי כלה" אויף ר' לייבל'ס "הללויה"
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2336
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3261 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3666 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 11:23 am

אפטעמיסט האט געשריבן:משוררים קאפעליע זינגט "בואי כלה" אויף ר' לייבל'ס "הללויה"


wow משוררים ווערט בעסער יעדן טאג. הערליך אדאפטירט דעם ניגון. דודי ווערט אויך צוביסלעך א שטערן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4796
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9560 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9267 מאל

הודעהדורך דענקער » מוצ"ש נאוועמבער 26, 2016 8:07 pm

נאך א שיינע הללויה אויף לכה דודי.

דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 411 מאל


גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט