'אונטערן' קוליסן

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

'אונטערן' קוליסן

הודעהדורך כוכב » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:15 pm

די 'אונטערן' פלעי און דער עקסטאז וואס נעמט איר ארום גייט שוין היינט סינאנים מיט די קורצע איינגעמאכטע הויזן און הויזן טראגער פון אחינו שבגולם אין אייוועלט, אבער וואס איך וויל בארירן איז די געלונגענע מארקעטינג און ברענדינג פון די אנפירער, וואס האבן באוויזן צו מחי' מתים זיין און פריש אויפלעבן א געשטארבענע אינדוסטריע, און נאך ארויסנעמען פראפיטן דערפון.

די גאנצע איידיע פון מאכן אידישע פלעיס איז געווען אן אונטערגעברענגטע מארקעט צוליב פארשידענע סיבות, אין טייל צוליב אכשר דרא וואס האט דראסטיש איינגעשרינקט דעם קליענטעל דערפאר, ווי אויך די לייכטע צוטריט צו אלגעמיינע ענטערטעינמענט וואס זענען פיל אינטערעסאנטער, און האט געמאכט די לאנגווייליגע שפילן ווערדלאז און אומאינטערסירנד.

ווער געדענקט דען נישט די אמאליגע שפילן, א סליחות נאכט פון קיעב, דאס לעצטע געדאנק, וכו' וואס זענען מיינסטענס געווען די פראדוקציע פון שלמה פערל און אהרן פרענקל, שפילן וועלכע האבן אריינגעצויגן אין גרויסע קאסטן און האבן עווענטועל געמוזט אויפגעלעזט ווערן נישט קענענדיג מער ארויסנעמען א פראפיט דערפון.
דאס לעצטע פון די סעריע שפילן איז געווען 'דאס זיידענע העמדל' וואס איז געקומען מיט א סעלעבראטארישע טוויסט, נעמליך צו שטעלן ליפא שמעלצער אלס יוסף. דאס איז שוין געווען די שטערקסטע וואפן אין זייערע זאפאסן אין צוגאב אז סאיז געווען אן איבער שפיל פון יוסף שפיל וואס איז די שטערקסטע סקריפט און ציעט אלעמאל א גרעסערע אינטערעסע, אבער האט אויך נישט באוויזן צו פארמיידן דעם סתימת הגולל פון די שפילן עפאכע.

ווידעראום די אונטערן חבריא האבן רידאפינירט דעם געשטעל פון א שפיל צילענדיג הויפטזעכליך קינדער, וואס זענען א לייכטערע מארקעט און ביליגער און לייכטער צופרידנצושטעלן.
סוקסעספול האבן זיי אויפגעבויעט א ברענד אונטער דער טעמע 'אונטערן' בויענדיג שטייטלעך א נאכפאלגערשאפט.
היי יאר קומט אריין די נייעס אז אלע טיקעטס פון די דריי שפילן זענען שוין אויספארקויפט וואס דערמאנט מיך פון כינוס כלל ישראל. וואלטן זיי געהאט יענע קעש רעזערווארן וואלטן זיי געקענט יעצט אפדינגען דעם ארטור-אש.

איך פערזענליך גלייך נישט קיין שפילן, כקען נישט כאפן ווער ס'איז אויפגעקומען מיט דעם לאנגווייליגן סטרוקטור פון פירן א דיאלאג מיט א מאדנעם אומנאטירליכן כאראקטערלאזן נאראטיוו, אן קיין שום געזאנג, טענץ אדער קונסט, און כיתה ו' איז געווען דאס לעצטע מאל כהאב אנטייל גענומען ביי א שפיל וועלכער איז שפעטער געווען די פארזעצונג געשיכטע אין 'עונג שבת'.

פון וואס איך האב יא הנאה איז פון קאמעדיע און כוואלט אפילו געצאלט פאר א טיקעט און ארויסשפאצירט באלד נאך די לצנות, וואס קען מען אבער טון אז ביי אונז אין מילקשייק איז נישט איינגעפירט צו גיין אין אזעלכע פלעצער נאר ליבערשט אפזיצן אויף נעטפליקס א גאנצן חוה'מ.

כבין נישט אזוי באהאוונט מיט דעם תוכן פון די 'אונטערן' שפילן, איין קאמעדיע סצענע האב איך געזען, פונעם אונטערן שריפט מיין איך, א סצענע אויף אן עראפלאן וואו הערשקאוויטש, פעלדמאן, און הויפטזעכליך דער מייסטער קאמעדיען יעקב יוסף לאנגזאם, לייגן אראפ א מעגא ארבעט זיך צו רייסן פאר געלעכטער, וואס דאס אליין איז ווערד די ענטוזיאזם 'אונטערן' שלעפט מיט זיך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך כוכב אום מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:41 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2334
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6463 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:33 pm

אויפגעוועקט שלא ישאר הנייר חלק ולכבוד די נאכט פויגלען.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2334
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6463 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:51 pm

ביסט גוטע נייעס, כוכב. שרייבסט דאך באלד בעסער ווי מיר!

לגבי דעם וואס דו שרייבסט:
כוכב האט געשריבן:איך פערזענליך גלייך נישט קיין שפילן, כקען נישט כאפן ווער ס'איז אויפגעקומען מיט דעם לאנגווייליגן סטרוקטור פון פירן א דיאלאג מיט א מאדנעם אומנאטירליכן כאראקטערלאזן כאראקטער, אן קיין שום געזאנג, טענץ אדער קונסט


"שפילן" איז נישט קיין חסיד'ישער אויסטרעף. וויפיל הונדערטע בראדוועי שאוס איז דא פון דעם סארט?
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3653 מאל

הודעהדורך שמערל » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:16 pm

אפטעמיסט האט געשריבן:ביסט גוטע נייעס, כוכב. שרייבסט דאך באלד בעסער ווי מיר!

לגבי דעם וואס דו שרייבסט:
כוכב האט געשריבן:איך פערזענליך גלייך נישט קיין שפילן, כקען נישט כאפן ווער ס'איז אויפגעקומען מיט דעם לאנגווייליגן סטרוקטור פון פירן א דיאלאג מיט א מאדנעם אומנאטירליכן כאראקטערלאזן כאראקטער, אן קיין שום געזאנג, טענץ אדער קונסט


"שפילן" איז נישט קיין חסיד'ישער אויסטרעף. וויפיל הונדערטע בראדוועי שאוס איז דא פון דעם סארט?


קיין איין
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 936
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1096 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:20 pm

ביי וויפיל בראדוועי שאוס ביסטו געוועהן אז דו זאגסט מיט אזא זיכערקייט?

אויך, כ'האב אין מיין לעבן נישט געזעהן קיין "אונטערן" שפיל, אבער פון אלס קינד געדענק איך אז ס'דא היפש אביסל געזאנג און טענץ אין די היימישע שפילן.
דאכצעך אפילו, אז ביי דער "זיידענע העמדל", זענען געוועהן פראפעסיאנאלע נישט-אידישע טאנצערס.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3653 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:24 pm

טענץ מיינט נישט א קארני קידטאשקע.
די פרויען שפילן זענען פיל בעסער מיט שיינע טאנצערייען וכו'.
# ניין ניין ניין ניייין מיר וועלין דיר הארגעענען, ניינינינייניניי
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2334
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6463 מאל

הודעהדורך שמערל » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:35 pm

אפטעמיסט האט געשריבן:ביי וויפיל בראדוועי שאוס ביסטו געוועהן אז דו זאגסט מיט אזא זיכערקייט?


כהאב געזען THE FIDDLER ON THE ROOF, און עס אנטהאלט מער ארט ווי אלע אמאליגע אידישע פלעיס צוזאמען, הגם ווי שוין אנגעמערקט פלעגן די אמאליגע פלעיס יא אנטהאלטן מער תוכן ווי למשל על נהרות בבל אא"וו, וויבאלד עס פלעגט זיין געצילט פאר א עלטערער אדיענץ.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 936
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1096 מאל

הודעהדורך petergrifin » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 11:54 pm

בײקומען אין װאטסעפפ (רח״ל) אינטערן דאכענע..חחחח
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 932 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 873 מאל

הודעהדורך zurich » דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:26 am

אפילו און קאווע שטיבל איז שוין דא א "אונטערן" אשכול ;)
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 809
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:02 pm

זייער פיין געשריבן. די ברענד ארום דעם ווארט "אונטערן" איז אין מיינע אויגן נאריש און שטארק אומפראפעסיאנאל. דאס ווארט מיינט און זאגט גארנישט, און דאס צווינגט נאך ארויף קוריאזע און גראמאטיש-אומאויסגעהאלטענע נעמען, ווי "אונטערן שריפט".
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2042
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8339 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:14 pm

zurich האט געשריבן:אפילו און קאווע שטיבל איז שוין דא א "אונטערן" אשכול ;)

"הינטערן", נישט "אונטערן".
ס'איז דא א דאלער ליגן "אונטער" מיין קאר וואס איז פארקירט "הינטער" דיין וואנט. (דריי דיך נישט אויס יעצט קוקען)
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1172 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:01 pm

אקעי, דאס פינטעלע איד האט זיך אין מיר צופלאקערט ווי פאלגנד:

דער שפיל קומט פאר אין טילעס צענטער. א קורצע גוגל זוך פארציילט מיר אז טילעס צענטער פארמאגט 2,242 זיצן. לאמיר זאגן אז זיי פארקויפן נאר 1,800 זיצן (ווייל איך, מיין ברודער, און מיין ברודער'ס נעפיו באקומען דאך א טיקעט בחנם ווייל מיין עלטער פעטער איז א שוואגער'ס א קינד פון דעם פראדוסער'ס געוועזענער באס. עפעס אזוי). דער ביליגסטער טיקעט איז 35 דאלער. ס'דא טייערע טיקעטס אויך און ס'דא די בייטאג שפיל ווי דער ביליגסטער טיקעט איז בלויז 30. לאמיר שטעלן א בערך'דיגן דורכשניט ביי 40$. דריי מאל 1,800 איז 5,400. 5,400 טיימס 40 איז $216,000 ריוח. יעצט דארף מען נאר אראפרעכענען די געלט וויפיל ס'קאסט ארויסצודינגן דעם זאל און באצאלן די אקטיארן, שפילערס, קאסטומס, ספעשל עפעקטס, סוכה-בויער, ווידעא אפכאפער, און וואס נישט, און מען דארף נאר צוררעכענען די איינקונפט פון די דיווידיס וועלכע ווערן פארקויפט פאר נישקשה'דיגע פארדינסטן, און ס'זעט מיר אויס ווי א שיינע פאר אידן מאכן א שיינע פאר טאלער. לחיים!
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4151 מאל

הודעהדורך יתרו » דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 9:15 pm

דערמאננסט מיר פון זשעקי מעיסאן ער זאגט ווען א איד קומט אריין און א רעסטעראנאט די ערשטע זאך וואס ער טוט איז ער הייבט אן צו רוקן טישן און בענק, ער קען נישט זיין צו ווייט פונעם פענסטער, ער קען נישט זיין צו נאנט צום פענסטער, נישט זיין צו נאנט צו די בית כסא, נישט צו ווייט פונעם בית כסא, די טיש טאר נישט זיין צו גרויס און אויך נישט צו קליין וכו'. ווען ער ענדיגט איבערדרייען די רעסטאראנט, קוקט ער זיך אום וויפיל מענטשן עס זענען דא, ער מאכט א חשבון וויפיל יעדער צאלט פאר זיין פארציע, טיימס דריי מאל א טאג, טיימס זיבן מאל א וואך, טיימס פופציג מאל א יאר, ביז א פאר מינוט איז שוין יענער א מיליאנער, א גנב, און א געלט פרעסער... און ער יאגט ארויס פונעם רעסטאראנט.
לחיים!
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 670
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 9:27 pm

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4789
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9233 מאל

הודעהדורך כוכב » זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:02 pm

http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/181961/

דער קלאץ-שרייבער כאפט נישט אז די ליצים דארט ווען זיי רעדן פון רוסלאנד מאכן זיי זיך נאריש (אדער איך כאפ נישט אז דער שרייבער איז סארקאסטיש...)
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2334
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6463 מאל

הודעהדורך טיטאניק » זונטאג אקטאבער 05, 2014 7:39 pm

ווי קען מען באקימען א טיקעט פון די אינטערען פלעי?
איינער הילפע?
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1266 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מאנטאג אקטאבער 06, 2014 2:25 pm

טיטאניק האט געשריבן:ווי קען מען באקימען א טיקעט פון די אינטערען פלעי?
איינער הילפע?

http://www.yiddishplays.com/tickets/
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1409 מאל

הודעהדורך מ גפני » מאנטאג אקטאבער 06, 2014 3:04 pm

SOLD OUT!!!
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 977
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 461 מאל

הודעהדורך בשבילי! » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:07 pm

אן עלטערע איד באוויינט דעם פלעי אויף אייוועלט. אבער אנשטאט קומען צום אויספיר אז ס'גענוג געווען מיט די פלעיס, איך האב ביז לעצטענס געמיינט אז פלעיס איז פאר קינדער נישט פאר ערוואקסענע וואס איז Wראנג מיט מיר? קומט ער צום אויספיר אז מ'דארף קאמפאטישן... איך דארף ענדערש קאמפאט פלעין

אט ליינט, עמער עס רעטן.

מעשה?
⭐⭐
נאר צוויי סטארס.
מעשה האט איינער געבאקן פאר א קעמפ פלעי און זיי האבן עס גענומען און אויסססססגעצצצצצויגן, צוגעלייגט עטליכע טוויסטס און צוגעלייגט דשאוקס. ס'איז נאך אלץ נישט א נארמאלע מעשה ווי אין שלמה פערל'ס צייטן.

עקט?
⭐⭐⭐⭐
נאר פיר סטארס, אויסער מינץ וואס האט ממש געמאכט די זאך מיט יוני רובין און דער אנדערע אינגל איז אלעס שוין באאאאאארינג, וויפיל איז דער שיער צו זעהן די זעלבע פאר עקטארס וואס האבן אייביג די זעלבע קערעקטאר? אבא ווינקלער קריכט שוין. קאפי מיט זיין רויטן פנים ווארפענדיג זיין קאפ שרייענדיג 'ניין! טו דאס נישט' איז שוין באררררינג. ס'איז דא אזוי פיל טעלענט אויף די גאס, ברענג עפעס ניי! אדער לכל הפחות 'ראוטעיט' מיט נאך עקטארס.

קאסטיום?
⭐⭐⭐⭐⭐
פינף סטארס
קען נישט זיין בעסער

פראפס?
⭐⭐⭐⭐⭐
וואףףף... דאס הייסט פראפס אן סטערוידז! בויען געביידעס איז א must ענדליך זעהן מיר עס דא אויף א פראפעשאנעל פארנעם!

קאמעדי?
⭐⭐⭐
נאר דריי סטארס.
מיט איין ערשטע קאמעדי סצענע איז מען נאך נישט פטור פאר די אלע אנדערע, וויאזוי אויך איז זייער קאמעדי געבויעט אויף 'pranks'. אנשולדיגט, אבער ס'איז נישט עכט קאמעדי.דעי סארט כאריזמע גערעדעכץ: דו ביסט א פערד, או נאו דו ביסט א פערד, דאס איז טשיפ דשאנק קאמעדי. מיר ערווארטן עפעס מער קאפ אריינגעלייגט.

קינדער קווייער?
⭐⭐
נאר צוויי סטארס.
לערנט אייך אויס: אויב שטעלט מען ארויף קינדער אויפן סטעידש מיט 8 קליפ מייקס, און ס'איז צוטיילט מיט זונגען און הארמאני, דאן מיז מען רופן א פראפעשאנעל וואס זאל עס "מיקסן" לייוו. די קינדער וואס האבן געטוהן פענסי שטיק מיט הארמאניס זענען געווען העכער און איבערגעשריגן די וואס האבן געזונגען דעם ניגון.

די קינדער האבן גע'עקט שרעק'ליך בארררינג. ס'האט אויס געקוקט ווי א קינדערגארטן רבי האט געהייסן יעדן שאקלען די צוויי הענט צוזאמען און זונגען.

זיי זענען געווען איבערגעריסן ביים דריטן פלעי, און געשטאנען אנע געדולט.
(ווען איך בין ווען אין טשארדש וואלט איך פארשאפט א צימער מיט 8 בעטן ווי יעדער מוז גיין שלאפן פאר א שעה, און זיי געבן נארמאל נארהאפטיג צו עסן.)

כהאב זייער ארויסגעקוקט צו זעהן א שיינע קינדער פערפארמענס, אבער כ'האב זיך נישט פארגעשטעלט אז די קווייער מיט די עקט וועט זיין אזא דיזעסטאר.

וכו' וכו
⭐⭐
נאר צוויי סטארס.
ס'איז געווען ביטער הייס אין זאל
די זיצן זייער אומבאקוועם, נישט געווען ווי צו אנליינען א האנט.

די טיקעט סיסטעם אין זאל איז געווען א דיזעסטאר שעבע'דיזעסטאר.

אוועראלל איז עס מיר נישט ווערט געווען צו באצאלן 68 טאלער.

ס'איז צייט פאר א קאמפאטישן.

נ. ב. בשעת מען ריקט אראפ/ארויף די פראפס פאר א נאך א סצענע, ביטע לייג נישט קיינע עקטארס פארנט. לאז א ברעיק.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:23 pm

ברענג שוין וואס דער זעלבער צדיק הדור שרייבט דארט
ווי אויך וואלטן זיי געברויכט צו דעקן 'אלע' פרוי'אישע פאוסטערס אויפן וואנט

#קראנקעזכר
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8390 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:27 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:ברענג שוין וואס דער זעלבער צדיק הדור שרייבט דארט
ווי אויך וואלטן זיי געברויכט צו דעקן 'אלע' פרוי'אישע פאוסטערס אויפן וואנט

#קראנקעזכר

ווי אויך וואלטן זיי געברויכט צודעקן די פנים'ער פון די שיקסעס וועלכע האבן פארקויפט די סענדוויצ'עס פאר די הייליגע יונגעלייט.


.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2359 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 7:34 pm

https://www.dropbox.com/s/bfcp8zvpgxrnw ... WA0041.mp4

קול מבשר דעקט די נייעס אז דער שמש איז שטעקן געבליבן אויפ'ן ארון קודש...
קרעדיט: איינער אויף אייוועלט.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2334
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6463 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך פעברואר 25, 2015 9:32 pm

אין מאמענט איז דא אן אינטערוויו איבער שפילן און פארשטעלונגען מיט שלמה פערל וואו ער אדרעסירט אויך די אונטערן שפילן.
(א גוטע תירוץ אויפצוועקן אן אשכול....)
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2334
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6463 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 6:57 pm

https://www.dropbox.com/s/0rxj7h8c9nxpw ... 9.mp4?dl=0


פארפאלן זיי שמעקן פראפעסיאנאל, ס'הויבט אן געבוירן ווערן א פריש זשאנער פון אידישע קינא און טאלאנט.
קרעדיט: אייוועלט
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2334
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6463 מאל


גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט