פארלאז מיר, גאט!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

פארלאז מיר, גאט!

הודעהדורך יאיר » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 1:57 am

לעבעדיגער אייביגקייט,
עקזיסטענץ פון אלע עקזיסטענצן,
מיינע ליפן שעפשען צו דיר,
און צו מיר, אה, לעבעדיגער גאט!
ווייל איך בין דו,
אבער דו ביסט נישט איך.
און איך בין נישט דו
ווי לאנג איך בין איך
און דו ביסט דו.

דו ביסט מיין ישות,
מיין באשאף, מיין חיות,
מיין פינק וואס פלאמט אויף
און שטיקט זיך פון ענגשאפט
דער פייער וואס עסט אויף
מיינע ארעמע ביינער
אין מיינע גרעניצן
אן אומגליקליכע וואוינונג
א דירה סרוחה
האסט זיך געשאפן


פארלאז מיר, גאט, פארלאז!
און זאל דיין הייליגע שכינה
אויסשפרייטן אירע פליגלען
און צוריקפליען צו זיך.
זאל זי אויסטון
אירע שווארצע קליידער
אנטפלעקן איר אכטן נאט
און צעשפילן אירע סטרונעס
מיט א הימלישער געזאנג
אין א כאר פון כוכבי בוקר

וויין, אה גאט, וויין!
פארגיס טרער נאך טרער
דיין אזוי געגארטער מנוחה
דו וועסט נישט געפינען
ווי לאנג דו וועסט עס זוכן
ווי לאנג דו קענסט עס זוכן
ווי לאנג ביסט נישט פאראייניגט
ביחידות שאין כמוהו

אוועק פון מיר, גאט, גיי אוועק!
לייז דיך אויס פון דיינע קייטן
ואם את באומאה,
וועל איך, יחיד מומחה,
דיר באפרייען מיט פרייד,
א טובה טאן מיין זעהל,
וועמען מיין חכמה
האט אמאל באפרידיגט

פארגעס פון מיר, גאט, פארגעס!
אה, ליבשאפט-קראנקער זעהל
מיין פארוואונדעטער געטליכקייט
א פארשניטענער חלק אלוה.
און אויב דו האסט מיר באשוואוירן,
פון ערוועקן דיין ליבשאפט
טרעף דיר דיין געגארטן פריינט
טרעף אים, דיין אייביגער איך

עפן דיינע אויערן, גאט, עפן אויף!
הער דיין פארצווייפלטער געשריי
דעם ברומען פון דיינע געדערים,
דיין שטערבליכע בענקשאפט
צו דיין אייביגע אייביגקייט
וואס איז פון דיר פארשוואונדן
ווי אן אינד אין וואלד


יאמער, גאט, יאמער!
קלני מראשי, קלני מזרועי
דו האסט זיך פארקערפערט
אין אומבאגרייפבארער ענגשאפט
דו האסט זיך איינגעוויקלט
אין א שניינדנדער ווייטאג
דו האסט זיך איינגעהילט
אין א טלית רויט פון בלוט
דיין נשמה צאפלט
ווי א געשטאכענער גוסס
מיט עקשנות האלט אן
א פארפייניגטער אטעם


ערוועק זיך, גאט, ערוועק זיך!
גיס אויס דיינע שטראלן
הקיצה, שטיי אויף!
פארלאז מיר אויף אייביג
מיט געזאלצענע טרערן
צעלאז דיינע שלעסער
טו עס פאר דיר,
אויב נישט פאר מיר
ווייל איך בין איך
און דו ביסט דו
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8151 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 2:35 am

ווען מחשבה באקומט א גוף, ווערט עס געבוירן אין יאיר'ס פעדער. הפלא ופלא.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4861
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9849 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9514 מאל

הודעהדורך פידלער » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 4:51 am

הערליך!
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 427
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 616 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:42 am

געוואלדיג! זייער שיין.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4035 מאל

הודעהדורך יואב » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:15 pm

הערליך שיין יאיר, געוואלדיג!

ישעיהו בן אמוץ האט שוין מיט זיין נבואה געזען די שיינע פאעמע וואס אונזער יאיר איז עתיד צו שרייבן, אבער האט באשלאסן צוריקצוווייזן זיין פארלאנג.

ישעיהו האט געשריבן: "לֹא יָאִיר לךְ וְהָיָה לָךְ ה' לְאוֹר עוֹלָם וֵאלֹקיִךְ לְתִפְאַרְתֵּךְ."

  

דערנאך האב איך אבער געטראכט אז יאיר וועט אנדערש וועלן לערנען פשט: "לא יאיר לך," יאיר וועט נישט זיין פאר דיר, נאר ממש איך בין איך און דו איז דו. "והיה," ס'זאל טאקע אזוי זיין, ואין והיה אלא לשון שמחה. "לֵךְ ה' לאור עולם", גיי דיך ה' לאור עולם, "ואלהיך לתפארתך". אבער פאר דיר ממש און לאז מיך ארויס פונעם בילד.
וועקער #18 - סטעי טונד!
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן צו ווייטער מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5925 מאל

הודעהדורך מאטי » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 1:22 pm

ווידערום שטייט דייקא צוויי מאל אין תנ"ך דעם לשון "חוות יאיר עד היום הזה.
"ויקרא אותם על שמו את הבשן חוות יאיר עד היום הזה" . (דברים ג')
להם יקראו חוות יאיר עד היום הזה (שופטים י')

וואס אנשפרעכט אז יאיר'ס וויזיע וועט בלייבן א נצחיות.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3000
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3775 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4371 מאל

פרעכטיק.

הודעהדורך שלום בערגער » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 3:26 pm

פאָלקסטימלעך און פײטיש מיט א מאָל.
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

הודעהדורך אחד העם » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 8:29 pm

יאיר כהאב אן אנדער עצה ווארט נישט ער זאל דיר פארלאזען, דאס וועט נישט פאסירען אזוי שנעל, זיי די אים מקדים פארלאז די אים...
האסט מיר געגעבן אסאך חומר למחשבה פאר מיר האט די פיוט א טיפע משמעות
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 833 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 8:05 am

סא דער עיקר רעיון אז א נשמה אין א מענטש איז גאט אין גלות, איז דיינס אדער שטייט פין פריער.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1642 מאל

Re: פארלאז מיר, גאט!

הודעהדורך מי אני » זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:02 pm

יאיר האט געשריבן:ערוועק זיך, גאט, ערוועק זיך!
גיס אויס דיינע שטראלן
הקיצה, שטיי אויף!
פארלאז מיר אויף אייביג
מיט געזאלצענע טרערן
צעלאז דיינע שלעסער
טו עס פאר דיר,
אויב נישט פאר מיר
ווייל איך בין איך
און דו ביסט דו

אז מ׳רעדט שוין פון ישעיה (יואב׳ס תגובה) און דער מושג פון ג-ט אין גלות within די נשמה פונ׳ם מענטש וכו׳, קען מען מיט דעם אפשר אויך מרמז זיין אין פסוק פון נחמה (ישעיה נא יב) ״אנכי אנכי״ הוא מנחמכם ״מי את״ וגו׳. והיינו, אז די נחמה קומט ווען ג-ט ב״ה אנטפלעקט זיך אלס דעם ״איך״ פון זיך כביכול און אונז אלס׳ן ״דיך״ (אפגעטיילט).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1411
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט