הפייטן Ari Lesser

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

הפייטן Ari Lesser

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

אין ליכט פונעם אויפוואכונג אין קונסט אויף קאווע שטיבל אדאנק דעם ״שושנים״ פארמעסט, און אלץ א המשכה צו דעם געשמועס דא בנוגע פאעזיע בכלליות, וויל איך ווידמען דעם אשכול אלץ א פארשטעלונג און אפשאצונג אויף די ווערק פון הפייטן הנפלא ארי׳ לעססער, וואס כמדומני, איז ער נאך נישט אויסגעשמועסט געווארן כדבעי׳ דא אין שטיבל.

ארי (היינט שוין ר׳ אריה), איז א בעל תשובה וועלכער שטאמט פון ארעגאן און איז געבענטשט מיט זעלטענע טאלאנטן אינעם תחום פון פאעזיע. זיין מהלך איז ריין ראפ, אבער אנדערש ווי אלגעמיין ראפ פלעכט ער אריין רעליגיעזע אבזערוואציעס אין זיין ווערק וואס באשטייט היינט בעיקר פון לויבן גאט און ארויסברענגן די שיינקייט פון די בריאה.

זיין פאעזיע איז היפנאטיש, ער שמעלצט צוזאם גאנץ פארצווייגטע נושאים און געדאנקען, אבער ברענגט זיי ארויס אויף א גאר פליסיגן אופן וואס איז שווה לכל נפש. ער שעמט זיך אויך נישט פון מאכן פאליטישע סטעיטעמענט׳ס, אויף א באשיידענעם אופן.

הגם ער זעצט זיינע פראזן מייסטענ׳ס אין גראמען, איז דאס אבער מער פונעם ראפ פאעטישן סארט וואו דאס קלינג הערט זיך דאס זעלבע, און ס׳איז לאו דוקא אז די ווערטער שטימען אייניג. ס׳איז גאר קונצליך, און די שידוכים זיינע קומען פאר ממש ווי געבוירענע צווילינג׳ס.

כ׳ווייס נישט וויפיל פראצענט פון זיין ווערק ווערט געמאכט אויפ׳ן פלאץ, פארהאן שטיקלעך ווי ס׳איז משמע אז ס׳איז ריין נאטורליך בבחינת פאעזיע מדברת מתוך גרונו, אבער אפילו אן דעם, איז זיין זכרון געוואלדיג, ס׳פליסט ווי א קוואל און ער פארמישט קיינמאל נישט די יוצרות.

ער פארמאגט אן אפיציעלער אלבוים אויף אייטונס, און אויף יוטויב איז דא אן א שיעור קליפ׳ס זיינע, סיי אפיציעלע וואס ער שטעלט אליין פאר, און סיי אומצאליגע אומאפיציעלע וואס יחידים האבן ארויף געשטעלט.

ער דרייט זיך אסאך אין צפת און איז מהנה עולם ומלואו, בדרך כלל שלא ע״מ לקבל פרס.

ס׳איז דא עטליכע ארטיקלען און קורצע אונטערוויו׳ס פון אים אויפ׳ן געוועב, דא איז איינס, און דא נאך איינס (ביידע באציען זיך צו זיין שטארק פאפולערער קליפ Boycott Israel).

כ׳וועל פרובירן אין די קומענדיגע תגובות מלקט צו זיין עטליכע פון זיינע קליפ׳ס וואס זענען אינטערעסאנט לדעתי, זאל דער עולם הנאה האבן, וישמעו רחוקים ויבואו.
כאן, חבל טבור הארץ.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר