א קלאפ אין מאנהעטן

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

א קלאפ אין מאנהעטן

שליחה דורך פיקציע »

אונטערן טינקעלן הימעל פריי פון שטערן מיט א העלן לבנה שפאצירט ער אומרואיג, אויף די ברייטע טראטוארן מיט די ביימעלעך ביי די עקן שפאנט ער א גאס נאך א גאס, צווישן הויכע געביידעס מאיעסטעטישע וואלקענקראצער ארומגענומען פון אלעס זייטן.

די שיינע פארקס, די הערליכע פאנאראמעס פון די ניו יארקער פיערס מאכט אויף אים קיין רושם, די פארזילבערטע לבנה וועלכע פרובירט צו שמייכלן צו אים ווערט גענצליך איגנארירט, די אייגענעמע ווינטל וועלכע פרובירט אים צו גלעטן דערמינטערן אים נישט אין די יעצטיגע מאמענט, די ווילדע הו-הא אויף די מאנהעטענע גאסן כאפט נישט זיין התפעלות.

זיין גייסט איז פון אים אנטלויפן, ווייט, ווייט, זייער ווייט. איבערלאזענדיג א רויע גוש עפר פלאטערנדיג ציל-לאז אויף די ריכטונג וואו דער ווינט איז גענויגט. די ארבע כנפות האבן ביין אים א אייניגן באדייט.

ער אנטלויפט פון זיין אייגענעם איך, דער גוף איז אים אומבאקוועם ער וויל זיך זען ארויס. גלוסט ארויפצושפאצירן אויפן בריק פון הוה, און עס איינווארפן מיטן גאנצן עבר אונטער זיך.

אזוי שפאצירט ער געפיל=לאז ווען אין זיין טאג דרימעל זעט ער קאשמארישע יעגער וועלכע פרובירן אים צו פאנגען. ער דרייט זיך נישט ארום קוקען אויב ס'איז דא א נברא פון הונטן, ווייל אויך אויף פארענט זעט ער בלויז פארגלייזט.

ער שפירט נישט ווי דער צייט גייט פארביי עס איז שוין נאך האלבע נאכט, דען ער שפירט אויך נישט די ווייעדיגע פערשטן פון נוצן די פיס אויף אזא לאנגע וויילע. ער שפירט גארנישט, בלויז גארנישט. קיין זאך רייצט אים אין די צייט, קיין זאך קען אים בארואיגן. ער האט קיין פאראיבעל אויף קיינעם, און אויך ליבע צו גארנישט. געפילן האבן קיין פלאץ אין זיין ליידיג הערצל.



זענען זיינע געפילן טאקע גענצליך אפגעטויט?
וואס קען זייט די גייסטליכע קארדיאופולמאנערי ריסאסיטעישאן וואס וועט צוריק אויפוועקן זיין הארץ?


ניין קיין נארהאפיגע גערוכן, און אויך נישט קיין רייצענדע גליסטענישן, נישט א גוט ווארט, און אויך נישט א ליבלעך קלאפ אין פלייצע. נאר א קלאפ אין די פיס, און דווקא נישט פון א נאנטער פריינט.

און זיין פארטראכטקייט איז ער אימגעפאלן אויפן ברייטן שאסיי אויף איינע פון די פארנומענע עוועניוס, די אוטאס פון די זייטן האבן מיט רעספעקט אים אויסגעווארט ביזן אפהינקען צום טראטואר, ווי ער האט זיך אנידער געזעצט אויף א ליידיגן שאכטל אן מאכט.

דאן האב איך אים געטראפן.

א שוואכקייט האט זיך אנגעזען אבער
זיינע געפילן האבן געפילט.
זיין הארץ האט געקלאפט.
ער האט געשפירט דאס וואס די אומשטענדן האבן אים פאראורזאכט.

די געפילן האבן זיך דערוועקט, אויפגעוואכט צום ווייטאג אבער האט אנגעהויבן אויפלעבן די אנדערע געפיל צעלן.

ער איז מער נישט א איינצעלנער פארלאזטער בריאה, מער נישט ארומענומען מיט א אומזעבארע טאבע ווי בלויז ער און זיינע ווייטאגן זענען תופס מקום, ער מוז צוקומען צו א צווייטן, און דער צווייטער איז דא פאר אים. דער פרעמדער איז גרייט מיטפילן, אויסהערן, פארשטיין און ערקלערן.


זיינע פראבלעמען וועלן מעגליך קיינמאל געלעזט ווערן, אדער גאר וועט ער אינגיכן אויפגעראכטן ווערן, אבער זיינע געפילן לעבן און וועלן לעבן ווי לאנג די בלוט שטראמען אין הארץ.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר