א היימישער באנקסי ("אומץ לחרדים")

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

א היימישער באנקסי ("אומץ לחרדים")

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

אין מודיעין עילית שפראצט לעצטנס ארויס פירקלערייען אויף די גאסן מיט זעלטענע מעסעדזשעס, אומגעווענליכע רופונגען וואס שטימען נישט אין גאנג צו די אלגעמיינע פאשקעווילן אויף וואס מ'ווערטלט זיך אין מאה שערים אז זיי האלטן גאר אן די אלטע ווענט אויף וואס זיי ווערן אנגעקלעבט.

הייסן הייסט עס אז דער גראפיטי ארטיסט איז א כולל יונגערמאן, א בן תורה וואס תורתו אומנתו, ער פארמאגט אפילו א פאסטן אלס שואל ומשיב אין א ישיבה, לכל הדעות א געבוירענער פרומער חרדי'שער איד, וואס לפנים איז ער משכמו ולמעלה, נאר אן אינערליכער אויפוואכונג די לעצטע פאר יאר שטופט אים צו אדרעסירן אזעלכע נושאים וואס מען וויל נישט דערפון רעדן אויס מורא אז ס'פאלט אריין אין גדר פון מהרהר זיין אחר השכינה.

אין די שטילע שעות פון דער נאכט, אין א בחינה פון אזעלכע העראאישע כאראקטארן ווי ספיידערמאן וסיעתו, לאזט זיך אונזער גראפיטיסט ארויס אויף די היימישע פארשלאפענע גאסן, און מיט'ן שפיז פונעם פעדער שארפט ער אן קוסטליכע לאזונגען מיט'ן ציל פארצושטעלן דעם טרוקענעם אמת פון א פרישן קוק ווינקל, א ווינקל וואס איז נישט באקוועם, און אן אמת וואס ס'וויל זיך נישט אזוי אנערקענען.

ער שרייבט זיך אונטער אלץ "אומץ", און זיין פילאזאפיע איז "אומץ לחרדים". ער נעמט זיך אן פאר די שוואכערע, פאר די ספרדים, פאר פרויען, און זאגט דאס וואס דארף לכאורה זיין א פשטות פאר יעדן, אבער איז ליידער נישט. סך הכל, שלאגט ער פאר אז דער אומוויסנדער עולם זאל זיך באהערשן מיט מער קוראזש און זיך עפענען די אויגן:

מחלוקת לשם שמים? רבותי, וועקט'ס ענק אויף.

בילד

השגחה אויף יעדן טריט און שריט? אזא פנים האט עס...

בילד

עשרת הדברות? פשוטו כמשמעו.

בילד

הכסף יענה את הכל? גראדע יא.

בילד

בילד

פסול לעדות? עפעס זענען זיי נאך ווערד...

בילד

זייט'ס נישט קיין בת היענה'ס...

בילד

אויך נישט קיין מאלפע'ס...

בילד

אא"וו. (נאך, אויף זיין פעיסבוק בלאט).

אפגעזעהן ווי ווייט זיין מדריגה אין קונסט איז נאך פונעם אמת'ן באנקסי, און אפגעזעהן ווי קוראזשפול עס איז באמת דאס זיך באהאלטן אונטער'ן טונקעלן שלייער פונעם פריהמארגן, זענען זיינע שטעלונגען מעורר למחשבה און דער שעפערישער וועג וויאזוי ער ברענגט דאס ארויס איז ראוי לברכה.

עטליכע באשרייבונגען על חתן דנן:
תעלומת הגרפיטי: מי אתה "אומץ לחרדים"?
הכירו את ‘אומץ’ האנדרדוג שמנסה לעורר את הציבור החרדי באמצעות גרפיטי
"אומץ" - האמן המסעיר את העולם החרדי
כאן, חבל טבור הארץ.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר