די גאלדענע קינדער יארן (Boyhood, 2014)

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

די גאלדענע קינדער יארן (Boyhood, 2014)

שליחה דורך הציץ ונפגע »

[left]Let me go
I don't wanna be your hero
I don't wanna be a big man
Just wanna fight like everyone else
Your masquerade
I don't wanna be a part of your parade
Everyone deserves a chance to[/left]
Hero, Family of the Year-


צווישן קטלא-קניא'ס פערל-ווערטער איבער די שושנים פאעזיע, ווארפט ער בדרך אגב אריין דעם פאלגנדן זאץ:
קטלא קניא האט געשריבן:דער וועלט האָט אויך משוגענע ביכער אָן אַ מעשה, אָן אַ בראשית ביים אָנהייב און אַ חזק חזק צום סוף בשעת ווען ביי אונז הייסט דערציילט דערציילט. הייבט זיך אָן מיט אַ מעשה שהיה און איז קאָנסטרוקטיוו מרישא ועד סיפא. די שונאי ישראל האָבן אַ מפלה, די צווייפלערס קומען צו צום אמת און ליהודים היתה אורה.


ליינענדיג די ווערטער האב איך זיך דערמאנט אינעם מאווי בויהויד וועלכע איז נאמינירט געווארן פאר בעסט מאווינג פיקטשער ביים די אקסערס און וועמענ'ס פעטרישע ארקעט האט געוואונען איבער איר בעסט סופפארטינג עקטרעס. גענוי ווי קטלא-קניא שילדערט איז בויהוד א מעשה אָן אַן אנהייב און אָן אַ סוף. וואלט עס נישט געווען די ארבעט פון ריטשארד לינקלעיטער וואלט עס געווען א בלויזער גימיק, אבער ווי עס שטייט איז די מאווי א שטיק קונסט.

בויהוד איז געפילמט געווארן אין א משך פון 12 יאר, נאכפאלגנדיג די קינדער-יארן פון א פיקטיוו קינד, מעיסאן זשוניאר, פון ארום 6 יאר ביז די 18. וויבאלד די מאווי איז געפילמט געווארן אין "ריעל טיים", און מען האט נישט גענוצט קיין טריקס אדער מעיק-אפ צו טוישן די עלטער פון די אקטיארן פון יאר צו יאר, טראגט די מעשה א מוראדיגער מאס אמתדיגקייט און באחנטקייט. די מעשה דארף אראפצולייגן די ריכטיגע לעבן פון א דורכשניטליכער אמעריקאנער קינד. ווי אקוראט דאס איז ווייס איך נישט, אבער צו מיר זעט דאס אויס גאנץ ריכטיג. גארנישט שאקירנד פאסירט אין די געשיכטע, עס איז ווייט נישט דראמאטיש. אבער די פשוטע און צומאל פיינליכע געשיכטע נעמט אונז אזוי איבער אזש כ'האב זיך עטליכע מאל געפינען אין טרערן.

מעיסאן וואקסט אויף אינאיינעם מיט זיין שוועסטער ביי זייער סינגל מאמע. דער פאטער, א פויגל וועלכע ווייסט נאך נישט וואו ער שטייט אויף די וועלט, איז דארט זיי צו געבן נאש און טראגן אויף אויספלוגן בעת די מאמע פלאגט זיך מיט זיי אין טאג טעגליכן לעבן. פון א בלויזער פּראַפּ אין די געשיכטע, וואקסט מעיסאן גאנץ שנעל אויף צו זיין אן אינטעראספעקטיוו קינד, כאטש היבש שטיל. מעיסאן איז אן עווערעדזש קינד. נישט צו קלוג און נישט צו נאריש, נישט צו הויך און נישט צו שטיל. זיינע גרויסע אויגן ווילן איינשלונגן די גאנצע וועלט אין זיך, די גוטס אינאיינעם מיט די שלעכטס. כאטש זיין נישט לייכטן בויהוד, וואקסט מעיסאן אויף גאנץ נארמאל, מיט פיל ווייניגער צינישקייט ווי כ'וואלט ערווארטעט פון אזא קינד.

אין א בחינה איז מעיסאן דער קינד וועם מיר וואלן אלע געוואלט זיין. ניין, כ'וואלט נישט געוואלט זיין דער קינד וועלכע דארף זיך אויפהייבן פון איין טאג צום צווייטן און פארלאזן מיינע שטיף-ברודער און שוועסטער און זיך דערנאך ווידער איינגלידערן אין א צווייטן פלאץ מיט נייע חבירים. כ'וואלט אבער יא געוואלט האבן זיין אומשולדיגקייט, די innocence. אלס קינד לויפט ער זיך באהאלטן אונטער א וואנט צו טרונקן פון די מים גנובים, ווי ער זאל נישט זיין קיין גוי וועלכע קען זען די זעלבע אויפן טעלעוויזשאן טעגליך. ער גייט הייקן מיט זיין פאטער און ער פארבונדט זיך מיט אים איבער א שטיקל סטאַר-וואָרס. ער כאפט פאטאגראפיע, און ווי א טיפיקל טינעידזשער פרובירט אויס אלע סארטן מאדנע און ארטיסיטישע ענגלן, אן קיין שמץ צינישקייט, מיטן גאנצן צענערליגישקייט. ער טרויערט אויפן הייסקול-גוירלפרענד וועלכע לאזט אים איבער די זעלבע ווי מיליאנער הייסקול קינדער בעפאר אים און מיליאנער הייסקול קינדער נאך אים. און ווען ער קומט אהיים 3 פארטאגס איז ער מודה פאר די מאמע אז ער האט געצויגן א דזשוינט.

די "הירא" ניגון (וועלכע כ'האב צוטירט ביים אנהייב פונעם פאוסט) דינט פערפעקט אלס סאונדטרעק. עס ברענגט ארויס די געפילן וועלכע ווירבלן ווען מ'קוקט ווי א קינד איז בלויז א פּיאָן אין די לעבן פון זיינע עלטערן, וויאזוי מען ערווארט פון אים דאס און יענץ ווען ער וויל בלויז זיך לעבן זיין רואיג לעבן.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=mYFaghHyMKc[/youtube]

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר