ראמאנטישע פילמען

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

ראמאנטישע פילמען

שליחה דורך אפטעמיסט »

שוין פארהאן א שיינע פאר אשכולות אין ק"ש וועגן פילמס און מאוויס. [tag]יאיר[/tag]'ס אשכול "ביאגראפישע פילמען" איז א הערליכער און אינהאלטסרייכער אשכול און כ'האב אסאך נהנה געווען דערפון, אזוי אויך דער אשכול וועגן פילמען מיט אידישע געשיכטעס פון [tag]מאראנצןזאפט[/tag].
דאכצעך, אבער, אז ס'איז נאכנישט דא קיין געהעריגער אשכול, מלפנים, וועגן פילמס איבער ראמאנס און ליבע וואס מ'קען קוקן מיט די ווייב. כ'האב כסדר דעם פראבלעם, מיין ווייב אינטערעסירט נישט קיין ביאגראפישע און אידישליכע פילמס, נישט קיין דאקיומענטריס און זי פארשטייט נישט קיין העברעאיש אז כ'זאל קענען זען מיט איר אזא סארט סעריע ווי "שטיסל". מוצאי שבתים אדער אנדערע לאנגווייליגע נעכט ווען זי וויל עפעס קוקן צוזאמען האב איך אייביג די זעלבע פראבלעם, וואס קען מען קוקן צוזאמען?

"טיטאניק", די וועלט בארימטע פילם, איז מיין ווייב'ס בעסטע מאווי, און אויך איך האלט דערפון שטארק. ס'איז בעיסד אן ע טרו סטארי, הערליכע סצענעס, א גאר-ווארעמע ליבע-געשיכטע וואס ברענגט ארויס און שפילט אפ דעם "מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה" אין פולן זין פון ווארט, און צו דעם אלעם איז עס ריין אן קיין שמוץ.



אפילו די אלטע קינדערישע ראמאנס מאווי My girl איז געווען זיס און אינטערעסאנט צו זען צוזאמען.



[tag]פידלער[/tag], האט מיר דעם מוצש"ק רעקאמענדירט Notting hill, און You've got mail, וואס כ'האב אדערווייל נאכנישט געזען.

דער עולם ווערט געבעטן צו רעקאמענדירן מאן-און-ווייב פילמען, געאייגענט פאר חסיד'ישע פארפעלקער, כי עת לאהוב ועת לחבוק הגיע. ביטע, אויב מעגליך, שרייבן אביסעלע וועגן דעם פילם און איר תוכן.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר