אמעריקע'ס גאט טעלענט

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

אמעריקע'ס גאט טעלענט

שליחה דורך בעל מדות »

איינע פון די גאר אויפגעכאפטע אינטערטעינמענט שוי'ס אין די געשיכטע וועלכע ווערן געשפילט אין די גאנצע וועלט, איז די גאר באליבטע און פענאמענאלע "גאט טעלענט" געדאנק וואס די גאנצע שוי איז געווידמעט פאר מענטשן צו ווייזן זייערע קענטעניסן, און טאלאנטן, און סיי וואספארא זאך עס נעמט ארויס מענטשן פון גלייכגעוויכט, א שטייגער ווי קונצן, טענצעריי, שיינע ניגונים, און אפטמאל גאר מאדנע און אוואנטוריסטישע טאטן וועלכע ווערן געשפילט און דערנאך אויסגעקליבן א געווינער.
צוערשט האט איר די וויקיפידיע בלאט פון די שוי .
(טראץ וואס די בריטישע גאט טעלענט איז אויך ריזיג און פאדערט א באזינדערן ארטיקל וועל איך אלץ אן אמעריקאנער ווי פארשטענדליך באשרייבן די שוי פון דא אין לאנד).

אמעריקא'ס גאט טעלענט באקאנט מיטן אקראנים אלץ agt איז אן אמעריקאנע רעאליטעט טעלעוויזיע סעריע וואס שפילט אויף די ען. בי. סי. טעלעוויזיע נעטווארק און איז א אפטיילונג פון די גלאבאלע "בריטיש גאט טעלענט" קייט שוי אדער .B.G.T (באקאנט אלץ פרענטשייס בלע"ז) זי איז א טאלאנט שוי וועלכע נעמט אויף יעדע מענטש וואס האט אינטערסאנטע טאלאנט צו אויפשפילן ווי און אנדערע פערפארמער'ס פון אלע יארגענג, ווי זינגער'ס, קאמידיען'ס, טאנצער'ס און קינצלער'ס אלע קאנקורירן פארן עדווערטייזטן טאפ פרייז פון א מיליאן דאלער! וועלכע ווערט באצאלט במשך פון 40 יאר.

די שוי האט די ערשטע מאל געשפילט אום june 2006 פארן זומער סעזאן.

אויסער די פרייז פון א מיליאן דאלער איז פאראן נאך א ריזיגע באנוס פון באקומען צוגעשטעלט א ריסיגע קאנצערט אין לאס וועגאס, די היימשטאט פון אלע שוי'ס (אין בריטן באקימט מען די פריוויליגיע פון זיך אויפשטעלן פאר די קעניגן וועלכע ברענגט צו אז אסאך מענטשן אין לענדער מיט אייגענע טאלאנטן שוי'ס זאלן מאכן זייער וועג דוקא צו בריטן, {אדער צו אמעריקא פאר די וועגאס שוי} ווענדט זיך וועלכע זאך מען וויל שטערקער)

די שוי האט עטליכע מעלות ווי דאס אז זי לאזט אומבאקאנטע מענטשן ארויסגעבן זייערע באהאלטענע טאלאנטן און גרויס ווערן.

בשעת מעשה זיצן ביים שוי טויזענטער מענטשן (דריי טויזנט צו זיין מער פינקטלעך) און פיר ריכטער וועלכע זיצן בעפארן אודיענץ אויף א באזינדער מערקבארע טישל.

די בריטיש גאט טעלענט האט זיך ארגינעל געעפנט מיט א אנדערן נאמען און געטוישט נאך א יאר (צוליב וואס די קאנטראקט איז דורכגעפאלן) די אמעריקאנע שוי איז געווען די ערשטע נאכצומאכן די בריטישע און מאכן די שוי פאר א קייט, (די ארגינעלע שוי גרינדער באקומט אראפ א פראצענט פון די פארדינסט).


אין לויף פון די יארן האבן זיך די ריכטער געטוישט.

די סיסטעם פון די טאלאנטן שוי'ס זענען יעדע מאל אנדערש און צווישן די לענדער איז עס אפטמאל הימל און ערד.

די שוי פארוואלטונג נעמט צוערשט אויף די פילצאליגע יחידים און גרופעס, שטערנ'ס און וואנעבי'ס טאלאנטפולע און קוריאזן, און מען באשליסט ווער עס גייט ווייטער.

די גרויסע שוי' הייבט זיך אהן די פיר ריכטער און שטאב לאזן זיך ארויס איבער די פאראייניגטע שטאטן אפהאלטנדיג דעם שוי יעדע וואך אין א צווייטע ארט און דאס איז וויאזוי א טיפיקל שוי גייט צו.

די פיר ריכטער זיצן רוהיג ווען עמיצער אדער א גרופע שפאצירן אריין, א גוטן וויאזוי הייסטו ווערט ער אויסגעפרעגט, נאכן זיך אנגעבן דערציילט ער וואס זיין טאלאנט גייט זיין, ווען די געווענליכע גרין לייט צו גיין ווייטער וועט זיין די באקאנטע סלאגאן, ...פיין די פלאטפארמע איז דיינס ווייז וואס די קענסט.

די אקט הייבט זיך אהן אויב איז עס צום זאך הייבן די מאסן פארזאמעלטע אהן צו אפלאמאדירן מיט הילכיגע אפלאמידיסטן און געשרייען און אויב איז עס עפעס וואס אנליין וואלט מען עס גערופן "טרויל'ליכע האבן די ריכטער די אפציע פון דרוקן א רויטע קנעפל וועלכע באווייזט א גרויסן עקס X העכערן קאפ פונעם ריכטער און זיין נאמען דערויף, אויך טוט די גערויש פון א עקס געבן א היבשן טרייסל אין זאל מאכנדיג א שטארקע גערויש און אויב אלע פיר דרוקן זייער רויטן קנעפל מוז דער אקטיאר אויפהערן זיין אקט און ארויסגיין פון זאל.
אויב האט ער דריי עקסעס, און איינער וואס איז יא צופרידן קען ער בלייבן טוהן זיין אקט, (געווענליך וועט די המון עם אנהויבן שרייען און ווייזן עקס מיט די האנט אויב איז די אקט קורני וכדומה')

די עקס וועט נאר סטאפן משיגעים און זייגער'ס אבער וועט נישט דעצידירן די אויסגאנג נאר עס וועט ווערן אפגעהאלטן וואלן צווישן די פיר ריכטער וואס קענען אפמאכן צו דער יעניגער איז ווערד צו גיין ווייטער, קודם לאזט מען אים ענדיגן און אויב איז ער גוט באקימט ער א יא אדער א ניין פון די פיר ריכטער, אפטמאל טרייבן די ריכטער גרויזאמע לצנות פון די אומשולדיגע (אדער אפטמאל שולדיגע) אקטיארן און עס איז א גרויסע דערגרייכונג צו באקומען די "יעס" פון אלע פיר.


דאס געט די געלעגענהייט צו גיין צום פרישן סעסיע ווי דאסמאל זיצן די פיר ריכטער אליין אנעם אודיענץ אדער זייטיגע מענטשן און די געווינער פון דארט קענען גיין זיגרייך צום לייוו שוי וועלכע ווערט אפגעהאלטן און געוויזן אויף טיווי לעבעדיג בשעת מעשה.

איין וועג איז דא צו קענען אויסקרויזן די אומבאקוועמע סעסיע פון זיצן נאר מיט די ריכטער און דאס איז די "גאלדן באזער" וועלכע יעדע ריכטער האט איינמאל די ערלויבעניש צו דרוקן די קנעפל און געשעט געווענליך ווען א ריכטער גייט ארויס פון התפעלות פאר א געוויסע אקט א שטייגער ווי דא דורך סטערן אדער דא דורך האווי.

די לייוו שוי איז דינסטאג, און מיטוואך קען די גאנצע לאנד אריינרופן אפגעבן שטימען, מען קען שטימען דורך די טעלעפאון און מען קען רופן פון א נומבער ביז צען מאל, מען קען אויך ריטוויעטן אויף טוויטער די געווינער'ס נאמען און נאך פארשידענע וועגן וויאזוי מיליאנען מענטשן פענס פון דעם שוי קענען אריינגעבן זייער שטימע.
די פארגאנגענע יאר האט "מעט פרענקא" א קונצלער געווינען די שוי מיט זיין באקאנטע "אייפאון קונץ"

די פיר ריכטער זענען אין קורצן,
"האווערד סטערן" א מאדנע אבער גאר באליבטע דזשאדזש צוליב זיין גראדע מהלך המחשבה (באקאנט אין ק"ש אלץ שמעקעדיג...) ער איז א איד ליידער און קוקט אויס ווי די אידן פון וועם די נאציס האבן אפגעשפעט.
"מעלל בי." א פרוי מיט וועם די פריערדערמאנטע קונץ איז געווארן אויסגעפירט.
"היידי קלום" אויך א פרוי וואס איך וועל נישט מאריך זיין איבער איר.
און דאן דער גאר אינטערסאנטער "האווי מאנדעל" א קאנאדיש אפשטאמיגער מאדנע פערזאן מיט א גוטע סענס אוו יומאר וועלכע ער האט אגב געטוען פאר פרנסה בעפארן גרויס ווערן, ער איז וועלטבאקאנט מיט זיין מאדנע o. c. d. און שרעק פון דזשערמס צוברענגענדיג אז ער זאל קיינמאל נישט געבן די האנט פאר אנדערע מענטשן און גייט אפגעשוירן פון קאפ ביז פוס אויסער דא ווי א ווינדערליכע היפנאטיזירער האט אים היפנאטייזט!

די שוי האוסט און מיטארבעטער וועלכע איז אויך א גרויסע אקטיווע אנטיילנעמער אין די שוי (מיטן מעגליכקייט פון דרוקן דעם גאלדן באזער) איז דער פלאטפארמע מענעדזשער "ניק קענאן" א בעסערע אינגערמאן, א שווארצער מיט א כאריזמע (מיט א צעדרייטע פעשן פון גיין אנגעטוען מיט טייערע קליידונג ווי א שיך פון א מיליאן דאלער און זייגער'ס פון א פערטל מיליאן)
פולע אינטערסאנטע גרופעס קומען באשיינען אויפן פלאטפארמע, מענטשן ריזיקירן מיט די לעבנ'ס פארנט פון טויזענטער מענטשן אלעס צו פארדינען דעם מיטל פון די געווינער פון שושנים... אופס אנטשולדיגט די טעלענט שוי.

די שוי ווערט געשפילט היינט צוטאג'ס אין יעדן לאנד אריינגערעכנט אויסטראליע, קאנאדע, אוקראינע, פראנקרייך, מדינת ישראל, און אפילו אין די אראבישע וועלט, ווען מענטשן האבן א ארט ווי צו אויסגעבן די טאלאנטן, און אנדערע האבן הנאה צו זען טאלאנטן,
צווישן אנדערע אינטערסאנטע שוי'ס האבן שוין מענטשן ארויפגעברענגט הונט, חזרים, און נאך אינטערסאנטע באשעפענישן אדער אביעקטן, און קונצן וואס פאדערן די גאס באקומען ספעציעלע צייטן ווען די ריכטער גייען ארויס אונטערן הימל.
דער דא נעמט ארויס מילך פון זיינע אויגן! ....פאנטאסטיש! האלט אינאיין האווארד איבערזאגן...
אומגלויבליך איז אונטערגעשאצט! ער עסט געלט, באלב'ס, און מאכט אומנאטירליכע קונצן.

ציטיילן א מענטש אין האלב? דער דא טוט עפעס אזוי מיט היידי!...

העלל'ס נאו!!! דער דא מיט א "ברענעדיגע" טשאנס זיך צו אויפרייסן!..

מענטשן פליען אין די ליפטן!

אידן זענען אויך אסאך אויפן פלאטפארמע מיט אינטערסאנטע טאלאנטן, און אויך היימישע אידן זיצן ביי לייוו שוי'ס באדאנקענדיג השם יתברך אויף די פולע קאלירן וואס די טבע באזיצט.

***אזהרת נשים*** קוקט אויף אייער אייגענע אחריות.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 281 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר