לעצטערע עד'ס און געניטע פי. אר. טאקטיקן וועלכע כאפן די אויגן

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

לעצטערע עד'ס און געניטע פי. אר. טאקטיקן וועלכע כאפן די אויגן

שליחה דורך בעל מדות »

עס איז א סוגיא פאר זיך, איך האב נישט קיין סך צו ערקלערן, מסביר זיין, אדער שרייבן, זיי פולן אהן ריזיגע קאמפלעק'ס געביידע'ס אין די טייערסטע געגנטער, און זיי זענען א צאל פון מילי מיליאנען געלונגענע קארפן קעפ, גוטע פראפאגאנדיסטן, מענטשן וואס מאכן געלט פון אויספיגערן צייגנדע רעקלאמעס, און אויגפארכאפנדע אנאנסן, זיי פרובירן דערגיין אונזערע מוחות און זיך ארויפשטעלן אויף אינזערע שוואכקייטן, זיי זענען רייך פון אינז האמערן די קאפ מיט אנאנסן.

די גוטע חלק איז אבער אז ריזיגע פירמעס שיסן אנלימיטעד קעש דערפאר און צו באטראכטן עד'ס פול מיט קריעטיוועטי איז עפעס וואס מאנכע וועלן אנרופן ענדזשויעבל, מען קען זאגאר אויסנוצן די אומזיסטע פלאץ וואס קאווע שטיבל שטעלט אהער מיט אנאליזירן אט די אלע איידיע'ס וואס צילן אינז דעם פשוט'ן קרייז לויפער און קויפער, אין יעדע פארום ווי מענטשן פארטרייבן צייט געווענליך, לויפט אזא אשכול און עס איז גאר אינטערסאנט ווי מען דעבאטירט, און קאמפלימענטירט, רייסט אראפ, און שמייכלט פון כסדר'דיגע אויפקומען און גלענצענדע עד'ס.

ביי אינז אין די היימישע גאסן מאנגלען נישט קיין שעפערישע לייט, עס טוט זיך טישן און בענק און מידיא, פירמע'ס און אפיסעס עפענען זיך יערליך, מען פראפאגאנדירט און פארשמירט די ווענט מיט מעכטיגע סעיל'ס, אומגלויבליכע פרייזן, ליפלעטן, מאגאזינען, צעטלעך, סימבאל'ס און לאגא'ס, קונטרסים און צייטונגען, מען איז רייך אין קוואליטעט, שיין אין סחורה און אייזן מיט פרישע געדאנקען און א פירמא אהן פי. אר. איז ווי קאווע שטיבל אהן ניק'ס, (שוואך ארויסגעברענגט?... איך בין נישט די ליין פון פי. אר...כ'וועל רופן פיטעקס פאר א בעסערע משל...)
ווי גייט דער אויסגעדראשענער וויץ אז די ווענט אין ירושלים האלטן זיך פון די קלעב וואס די צעטלעך פאדערן, פובליק רילעישן'ס קען ראטעווען און אונטערברענגען סייוואס, ופאשקעווילן יוכיח, מען נעמט אפיר אפאר ווערטער ווי שלאנג, מסרב, געמיינע יונג, מטורף און מען ווארפט עס ארום אויף די גאסן, והנה די מח סארטירט אוועק דעם פלוני פונעם פאשקעוויל מיט די צוגעקלעבטע שונד ווערטער און דאס איז א כח, א מאכט, עפעס וואס זאגט שטארק, אין איז א טייל פונעם טאג טעגליכן הלוך ילך.

קאווע שטיבל וועט אויך עדווערטייזן מיט פה-סח, ספר האישים, און אויף אנדערע אופנים, צו שענקען פאר נאך אויגן די ידיעה אז זי עקזיסטירט, בעל מדות וועט עפענען א אשכול מדות טובות צו עדווערטייזן זיינע אשכולות און צילן אז נאך מענטשן זאלן אים זען.

אזוי ארבעט די וועלט, די אטמאספערע, עס זענען דא אזויפיל ידיעות פון וואס צו רעדן, מען קען שילדערן די אינטערעסאנטע געדאנקען וויאזוי סטאדיומען נוצן אויס יעדע שטיקל פלאץ צו אנאנסירן און האמערן מיט פי. אר. און מען קען זיך צייגן איינע דעם אנדערן איבער ערטער צו באזיכן ווי צום ביישפיל דעם טוויטער אקאונט "בריליענט עד'ס" וועלכע לאזט נישט אויס קיין איין בריליאנטענע אנאנס.

איך וועל פרובירן אנגיין מיטן מבצע, און אנדערע זאלן ארויסהעלפן, איך האף איך האב אייך געכאפט די אויג...


סאו שארק'ס ווער וויל אינוועסטירן אין אזא נייע איידיע?
בייגעלייגטע פיילס
העלפט סערווירן הונגעריגע מענטשן.
העלפט סערווירן הונגעריגע מענטשן.
IMG_20150609_031231.jpg (111.22 KiB) געזען געווארן 3057 מאל
העשטעג קריעטיוו.
העשטעג קריעטיוו.
IMG_20150609_031224.jpg (181.56 KiB) געזען געווארן 3057 מאל
מקדאנעלד מיט זייערע אייביג גוטע פי. אר. יובעליאירט זעכציג יאר.
מקדאנעלד מיט זייערע אייביג גוטע פי. אר. יובעליאירט זעכציג יאר.
IMG_20150609_031153.jpg (217.08 KiB) געזען געווארן 3057 מאל
פיצא געשעפט כאפט די אויג מיט דעם זיסן געדאנק
פיצא געשעפט כאפט די אויג מיט דעם זיסן געדאנק
IMG_20150609_031355.jpg (165.48 KiB) געזען געווארן 3057 מאל
טעקסט נישט אינמיטן דרייוון!
טעקסט נישט אינמיטן דרייוון!
IMG_20150609_031110.jpg (59.75 KiB) געזען געווארן 3057 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר