קען מען דען זיין אן ערליכער יוד אין וויליאמסבורג?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 1188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל

קען מען דען זיין אן ערליכער יוד אין וויליאמסבורג?

שליחה דורך chosen people »

איך בין א מאנסי געבוירענער, ווי פארן מיט א בייק איז מותר לכתחילה פאר בחורים און יונגעלייט, איך פלעג פארן צו ישיבה יעדן טאג מיט מיין בייק א מהלך פון א גוטע צעהן מינוט, דורך פארנדיג די איינציגסטע גוי'שע געגענט וואס איז דא אין מאנסי, פיר מאל א טאג בין איך געפארן, און איך האב כמעט קיינמאל נישט געזעהן אן אשה, נישט קיין גוי'שע נישט קיין יודישע, פשוט קודם כל ווייל עס איז גענוג אויסגעשפרייט אז דו מוזט נישט טרעפן איינעם, און אויכט רוב פרויען סיי יודישע און סיי גוי'שע האבן א קאר.
און אויכעט די גוים זענען נישט אזעלכע נידריגע גוים ווי אין שטאט, און ווען איך האב שוין יא באגעגענט א גוי'שע פרוי איז זי געגאנגען מער צניעות'דיג ווי מען זעהט דא אין שטאט.
און כ"ש זעהן ווי א זכר און א נקבה כאפן זיך אן, געדענק איך נישט אזא זאך, און קישן וכו' מאן דכר שמיה.

איך האב חתונה געהאט קיין וויליאמסבורג, מיין ערשטע דירה איז געווען אין בעדפארד גארדענס, פון די ערשטע טאג האב איך נישט געקענט גלייבן וואס מען זעהט, יעדע מאל מען גייט אריין און ארויס פונעם בנין, צו זומער צו ווינטער, קען מען זעהן מאן און ווייב, יונגלעך און מיידלעך, אנגעפאנגען מיט סתם זיך אנכאפן ביז.. איך מיין עס איז נישט געווען אזא זאך עס זאל דורך גיין א טאג אן זעהן חיבוק ונישוק, איך האב זיך געוואונדערט אז עס הייסט נישט קיין אפגעפרעגטע זאך אין ווילימסבורג צו וואוינען אין בעדפארד גארדענס... איך האב געכאפט א שמועס וועגן דעם מיט מיין ווייב, זאגט זי אז זי זעהט נישט אזעלכע זאכן, איך האב זיך גענומען טענה'ן מיט איהר, ביז עס ארויסגעקומען אז א יליד וויליאמסבורג באמערקט שוין נישט די זאכן ווייל זיי זענען צוגעוואוינט עס צו זעהן פונעם געבוירן.
און דאס איז נאך גאלד אקעגן וואס מען קען זעהן אין די פראדזשעקס. מיין שווער וואוינט אין די פראדזשעקס אויף הויכע שטאקן, און עפ"ר ווען מען גייט ארויף אויף די הויכע שטאקן זעהט מען.. ממש... און אפי' מען קומט לאחר המעשה קען מען נאך צומאהל טרעפן די איבערבלייבניש..
און ביי דעם האב איך זיך אויכעט איבערצייגט אז מיין ווייב האט עס קיינמאל נישט באמערקט פאר איך האב איהר עס געוויזן די ערשטע מאל.

נאך מיין חתונה ווען איך האב געהערט אז מען פארפירט קעגן די ארטיסטן האב איך נישט פארשטאנען וואס מען וויל פין זיי, די ספאנישע זענען סאך ערגער און מען וואוינט נאך מיט זיי אין איין בנין.
ווען איך האב געלערנט אין כולל האט מיך א יונגערמאן פארציילט בשם איינע פון די גרויסע סאטמערע דיינים (איך האב שוין פארגעסן וועלכע) אז זיין חבר האט געדארפט זיך אריבערציען א דירה און האט געהאט אן אויסוואל פון צוויי דירות, איינס אין די גוי'שע פראדזשעקס אין איינס אין א גרויסע יודישע בנין, וועלכע זאל ער נעמען, האט איהם דער דיין גענטפערט, בעסער אין א גוי'שע, ווייל אין א יודישע בנין אויב מען האט א שלעכטע שכן קען מען זיך אפלערנען, משא"כ פון א גוי'שע שכן לערנט מען זיך נישט אפ, ודפח"ח..
צו די מעשה איז אמת ווייס איך נישט, אבער איין זאך ווייס איך זיכער, אז א 27 יעריגע יונגערמאן האט מיך עס איבער דערציילט מיט א תמימות און ער גלייבט דערין, און דאס איז א נארמאלע השקפה אין וויליאמסבורג..
און אפילו איינער וואס וואוינט אין א אייגענע הויז, זאגטס מיר ווי אזוי זעהט אויס לי עוו. בעדפארד עוו. אין מאנסי קענסט נישט טרעפן איין גאס אין די מערסטע ביזי סיזען וואו עס זעהט אויס די וויליאמסבורגע גאס אין א טויטן זומערדיגן זונטאג. חוץ פון דעם וואס די נשים רוקן זיך נישט פאר קיין מענער, עס זעהט נישט אויס ווי זיי האבן בכלל עפעס א בושה אין זיך, די אומ'צניעות'דיגע מאנסי פרוי האט מער בושה אין זיך..

נאך וואוינען אפאר יאר אין וויליאמסבורג האב איך פארשטאנען די מאמר אז וויליאמסבורג איז ירושלים ד'אמעריקא, וויליאמסבורג'ע לי עוו. זעהט אויס ווי ירושלים'דיגע גאולה גאס..
איכא דרכא אחרינא רשע הוא.

יעצט פרעג איך אייך, קען מען דען בכלל זיין אן ערליכע יוד אין וויליאמסבורג? און דאס איז שוין חוץ אלע אנדערע פראבלעמען..

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר