א גוט ווארט – עס קאסט נישט קיין געלט! (פה-סח)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

א גוט ווארט – עס קאסט נישט קיין געלט! (פה-סח)

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]א גוט ווארט – עס קאסט נישט קיין געלט!

מיר לעבן אין א סאסייעטי ווי קיינער האט נישט קיין צייט און ישוב הדעת, און ווייניג מענטשן לייגן צו מחשבה צו זאכן וואס זעהען אויס נישט וויכטיג. דאס איז א ברייט-פארצווייגטער פראבלעם אין דעם ראיאן וואו מיר וואוינען אין די ניו יארקער אומגעגנט. אז א מענטש וועט פאלן אויף פיפטע עוועניו אין די סיטי וועלן רוב מענטשן ארום אים ווייטער שפאצירן און זיך ניטאמאל צו טוהן מאכן דערפון. דאס איז שוין אויספרובירט געווארן עטליכע מאל. ווען דו וועסט פארלוירן ווערן דארט און וועלן בעטן איינעם 'עקסקיוז מי, ווהיר איז מעדיסאן עוועניו'? רוב מענטשן וועלן זיך ניטאמאל אפשטעלן פאר דיר. מען איז פאריאגט און פארפלאגט און מען האט נישט קיין צייט פאר די אלע "שטערערס".

למעשה איז דא איין וויכטיגע פונקט וואס ווערט פארווישט פון אונז. דאס איז א גוט ווארט. די פאקט איז אז א גוט ווארט איז אלעמאל א גוטע זאך, סיי פאר דעם זאגער און סיי פאר דעם געזאגטן, און איבער אלעם עס קאסט נישט קיין געלט. דער וואס באקומט דעם גוט ווארט שפירט זיך זייער גוט, און דער זאגער באקומט א גוטע הרגשה פון די פאקט אז מיט א קלייניגקייט האט ער געקענט מחיה זיין א מענטש.

אויב איינער וועט זיך מאכן א אמת'ע חשבון הנפש אויף דעם ענין, וועט ער זעהן אז רוב מענטשן וואס ער איז נהנה פון זיי, באקומען נישט פון אים די ערליך פארדינטע דאנק אז ער האט הנאה געהאט. עס מוז באטאנט ווערן אז א טריקענער ייש"כ – כאטש עס איז בעסער ווי גארנישט, איז עס נאך אלץ נישט די ריכטיגע הכרה וואס עס קומט זיך אים. עס מוז זיין עקספרעסד בפרטיות די זאך וואס איך האב הנאה געהאט. ווי למשל ייש"כ פארן אנצינדן די עירקאנדישאן, עס איז א מחיה קיל אינעם צימער, וכדומה.

איך גיי ברענגען עטליכע משלים פון ריעל לייף, כדי די עולם זאל קענען עס אפלייען צו זייער אייגענע לעבן. וועלן מיר גיין מן הקל אל הכבד, דהיינו מיר וועלן קודם רעדן וועגן זאכן וואס איז נוגע אין שטוב, שפעטער וועלן מיר ארויסגיין אין די לעבן אינדרויסן פון שטוב.

אין א שטוב איז דא כסדר זאכן וואס איינער טוט פארן צווייטן. ווען איך גיי אויסרעכענען וואס ווערט אלס געטוהן פאר מיינעט וועגן אין מיין שטוב דורך מיין ווייב און קינדער (און קלינינג לעידי אויכעט) וועל איך נישט פארטיגן. מען רייניגט מיין וועש, די הויז, קאכט און וואשט, מען נעמט קעיר פון 'מיינע קינדער', מען שארט די שניי, מען רופט א מעכאניקער אדער פלאמבער ווען עפעס ווערט צובראכן, מען גייט שאפינג, וכדומה הרבה שאי אפשר לפורטם כי רבים הם. דער פאקט איז אז וויפיל מיר וועלן נאר דאנקען וואס אנדערע בני בית טוען איז נישט גענוג. אבער די ווערטער "ייש"כ איך האב הנאה געהאט אז די בעט איז מסודר", אדער "איך האב הנאה געהאט אז די שטוב איז מסודר" זענען די מערסטע אויפריכטיג אין יענע מאמענט.

ווען איינער קומט אהיים אין די הויז איז טאפסי טארווי, מאכט עס אומאיינגענעם. משא"כ ווען איך קום אהיים און די הויז איז מער ווייניגער מסודר, איז א מחיה אריין צו קומען אין די הויז. מען קומט אהיים און מען זאגט, א גוטן טאג וואס מאכסטו? וויאזוי איז געווען דיין טאג היינט? וויפיל מער מענטשליך וואלט געווען ווען מיר לייגן צו: אה עס א מחיה דא אריין צו וואקן, עס מאכט מיר א געשמאקן הרגשה, ייש"כ פארן מסדר זיין די שטוב?

די קינדער קומען אהיים זיי ווארטן פאר א גוט ווארט. נישט קיין פאלשע גוט ווארט נאר אן אמת'ע. טראכט אריין וויפיל גוטע געפיל אונזערע קינדער געבן אונז. דעם געפיל קענען מיר זיי איבערגעבן. מיר דארפן דאס זיי זאגן ברחל בתך הקטנה אפן און קלאר, אז עס איז מיר איינגענעם צו זיין מיט דיר צוזאם, עס איז מיר א תענוג ווען איך זעה ווי דו טוהסט די היים ארבעט אויף דיין אייגענע אחריות. עס איז מיר א געשמאק צו זעהן ווי דו פאקסט אוועק די געצייג, וכדומה.

וכן ווען א בעל מלאכה קומט צו דיר אין שטוב, כאטש דו באצאלסט אים, מאך זיכער אז ער גייט אוועק מיט די ידיעה אז דו ווייסט אז ער האט דיר געהאלפן. א פלאמבער האט פארראכטן די טוילעט, ער מאכט די 50-100 דאללאר. אבער לייג צו די ייש"כ, מיינע קינדער גייען זיך מחיה זיין אז די טוילעט איז פארראכטן, וכדומה. די ווערטער זענען ווערד א סאך מאל מער ווי די געלט וואס איר באצאלט אים.

לאמיר אריבערגיין אין בית המדרש. ווען עפעס טויג נישט, אויף וועמען האט מען טענות? קודם הייבט זיך עס אהן אויפן שמש, און דערנאך האט מען טענות אויף קהל פארן אויפנעמען אזא שלימזל'דיגע שמש. און ווען עס טויג יא, ווער באקומט קרעדיט? קיינער! פארוואס? עס וואלט געדארפט זיין אז אויב האסט הנאה געהאט פון די מקוה, ווען אונז טרעפן דעם שמש, זאלן מיר אים באדאנקען און זאגן אז איך האב מיך ממש מחיה געווען פון די מקוה היינט, און אזוי אויך אלע טעג איז די מקוה א מחיה. און מזמן לזמן ווען מיר באגעגענען דעם ראש הקהל, זאגט מען אים אז דער שמש איז זייער גוט, די מקוה קלאפט, אלעס איז על מקומו.

דער קאווע גבאי לויפט ארום בעטן געלט פון מענטשן זאלן מנדב זיין קאווע. דער עולם לויפט ארויס פון מקוה און זיך מחיה מיט די הייסע פיינע קאווע. ווער באקומט די טענק יו? קיינער. וויפיל געלט קאסט עס דען פאר אונז צו באדאנקען דעם קאווע גבאי פאר אלעס וואס ער טוט אז די קאווע זאל זיין תמידים כסדרם?

איך זיץ ביי א שמחה. דער וועיטערער ברענגט מיר עסן און נעמט אוועק מיין גענוצטע (אויב איך מעג זאגן, עקלדיגע) טעלער. עס קומט אים נישט קיין דאנק, ריכטיג? פארוואס נישט? עס קאסט נישט קיין געלט! וועסטו מוזן באדאנקען זעקס מאל פאר אן ערל, וואס וועט געשעהן?

דער שפילער שפילט ביי א חתונה און דער זינגער זינגט, זיי מאכן אונז איינגענעם. וועלן אונז אים באדאנקען? עס איז גארנישט. אויף די וועג ארויס פון די זאל, וועלן מיר גיין צו די שפילער און פון דערווייטענס וועלן מיר אים ווייזן א שכוח מיטן גראבע פינגער אויף ארויף, און ארויסווייזן אביסל הכרת הטוב וואס ער טוט און איז אונז מהנה.

אין א געשעפט וועט מען האבן אן ערך פון מינימום צוויי ביז פיר מענטשן וואס העלפן אונז ארויס. וואו ליגט די ריב אייזן? אה, גיי צו די צווייטע שורה ביי די רעכטע זייט, אינדערמיטן וועסטו עס זעהן. די קעשיער און די פאקער, ועוד. על פי רוב גייט עס דורך אן א הודאה. מיר דארפן צולייגן קאפ אז מיר זאלן מכיר טובה זיין פאר יעדן לכה"פ מיט עטליכע ווערטער.

אינמיטן שרייבן דעם ארטיקל בין איך ארויס דאווענען מנחה. צום עמוד איז צוגעגאנגען א בעל תפלה וואס דאווענט געשמאק און שנעל. נאכן דאווענען בין איך צוגעגאנגען און געזאגט שכוח, איך האב ליב ווען דו דאווענסט, עס איז smooth and uplifting. דער בעל תפלה האט זיך מחיה געווען, און איך האב זיך מחיה געווען אז איך האב געקענט יענעם מחיה זיין. בלויז אפאר ווערטער. אזוי פשוט, און אזוי מאכטפול.

לעצטנס האב איך אויך געהאט אן ענליכע עפיזאד וואס איך וויל מיטטטיילן מיט די ליינערס. ביי אונז אין געגנט איז דא א בעל מלאכה וואס קומט צו הייזער צו פאררעכטן די ביציקלעך. יעדעס יאר אזויווי עס הייבט אן צו ווערן ווארעם רוף איך אים אהן אז ער זאל מעינטענען און פאררעכטן די בייקס. איך האב קע"ה א שטוב מיט קינדער און עס איז דא כסדר ארבעט. דא דארף מען א רעדל, דא דארף מען פאררעכטן די ברעיקס, און טייל מאל דארף מען קויפן נייע העלמעטס. הכלל, דאס יאר בין איך נישט געווען אינדערהיים ווען ער איז געקומען. די חשבון איז געווען אז איך דארף אים צאלן הונדערט פופציג דאלאר. איך רוף און זאג אים אז איך גיי עס ברענגען שפעטער צו אים אינדערהיים.

ביינאכט בין אריבער, איז ער נישט געווען אינדערהיים, האב איך איבערגעלאזט די געלט ביי זיין ב"ב. פאר איך בין אוועק זאג איך פאר איר:
Tell your husband, that although I pay him for the service, I really appreciate for what he does for me and my kids. They enjoy the bikes all summer. for me it is like a chesed what he is doing for us.

די פרוי האט אויפגעלאכטן, און זי זאגט מיר אז איך וועל באקומען אסאך שכר פארן משכין זיין שלום בין איש לאשתו, און זי וועט איבערגעבן די גוטע ווערטער פאר איר מאן.

איך מיין אז אויב מיר וועלן אלע האבן אזא מהלך החיים וועלן מיר זיין בעסערע מענטשן, און די וועלט וועט זיין א בעסערע פלאץ צו זיין, די סאסייעטי וועט זיין א געשמאקערע, א.א.וו.

עס איז וויכטיג צו באטאנען נאך א נקודה. מיר גייען שבת אין בית המדרש (אדער אינדערוואכן), דער בית המדרש איז פול מיט אלע מיני מענטשן. עס איז דא דער תלמיד חכם, דער סוקסעספולער ביזנעס מאן, דער עם הארץ, דער לא יוצלח, אדער סתם נישט דאס און נישט דאס. עס איז פאראן דער פרייליכער, דער אנגעזעצטער/ דעפרעסטער, אדער לא זה ולא זה. עס איז דא דער בחור מוצלח וואס יעדער מיינט אז ער איז מצליח, עס דא דער בחור וואס איז ארויס פון דער סיסטעם און האט נישט וואס צו טוהן מיטן טאג. עס איז דא דער ארבעטס בחור, און עס איז דא דער בחור וואס מען רופט אים בלשונינו 'באם'. מיר מעגן וויסן אז מען זאל זיין אויף די lookout, זייער אסאך ווארטן און וואלטן הנאה געהאט פון אונזער גוט מארגן, גוט שבת, און סתם רעקאגנישן. יעדעס מאל ווען דו ביסט אין שוהל, קוק ארום און זעה וועסטו באמערקן אז עס זענען פאראן אידן וואס מיט א ווארט קענסטו אים מחיה זיין. דער נושא איז אן אריכות, וואס וואלט געדארפט אן ארטיקל פאר זיך, איז אודאי כדאי אז מיר זאלן משים לב זיין דערצו.

ומכאן צו די בענעפיטן פון דער וואס זאגט דעם גוט ווארט. דער געפיל איז זייער א גוטע געפיל. אין אנהייב איז עס א נייע זאך, דארף מען מער צולייגן קאפ, אבער מיט די צייט ווערט עס א חלק פון די רוטין, און עס ווערט נאטורליך אזוי צו טוהן, א טבע שני.

עס איז דא א ווארט אז די סיבה פארוואס מיר הייסן יהודים, ווייל מיר זענען אלעמאל פארנומען מיט דאנקען. דאנקען דעם בורא, דאנקען דער וואס האט מיט אונז גוטס געטוהן.

צום שלוס וויל איך זיין א נאה מקיים, און דא באדאנקען אין די ראמען פון מיינע שורות פאר מייסדי ומנהלי ואחראי גבאי ק"ש. איך האב נישט קיין ווערטער פאר ענק. עטס זענטס א שטארקע מקום מנוחה פאר מיר און אלע חברי השטיבל. אזוי אויך גיבט איר די געלעגנהייט פאר אונז חברים זיך דורך צו שמועסן טעמעס און עס מברר זיין כשמלה. שכרכם הרבה מאד, וישלם ה' פעלכם ותהא משכורכם שלמה מעם ה'.

ובנוסף לזה איז ריכטיג צו באדאנקן דעם 'כוכב' הגדול וואס ארבעט אריין ללא ליאות צו ארויפארבעטן דאס פלאץ. מיין ברכה צו דיר איז אז דיין כוכב זאל שטענדיג שיינען, ביי דיר און דיינע קינדער, לראות בנים וב"ב עוסקים בתורה ובמצוות.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר