עם חכם ונבון אדער רעבישע בילדער מאגאזינען?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

עם חכם ונבון אדער רעבישע בילדער מאגאזינען?

שליחה דורך בעל מדות »

[justify]עס ברענגט וואונדער אפטמאל ווען מען קוקט אויפן מצב פון דור, מען קוקט צו דעם אויסנאמליכן דראנג וואס אונזער קולטור האט צו די געשעענישן און פארקומען ביי די "רעבישע הויפן".
ווען מען זעצט זיך אראפ צו סיי וועלכע מסיבה אדער געזעמל, ווען איר שפאנט אריין אין מקוה, אין געשעפט, אין שול, אין ביזנעס, אדער אין רעסטוראנט.
צו וועלכע קוקפע מען נייגט צו אן אויער, סיי וועלכע יארגאנג מען טוט זיך צוהערן, די נייגער און סאטיספאקציע נאכן זיך אריינקאכן אין די לעצטיגע סוגיא פון "די רעבישע גאסיפ", טוט ערזעצן סיי וועלכע טעמע, עס איז א שאנדע אז אנשטאט קימערן פאר די אייגענע לעבן און שטוב, זארגט מען זיך פאר אדמורים, פון אנדערע קאנטינענטן וועלכע האבן גענוג ווער עס זאל טראכטן פאר זייער שיקזאל.
עס איז הימל און ערד ווען עס טראכט זיך אריין איבער דעם ענין מיט ממש 10 יאר צוריק.

א איד אין ברוקלין האט ביים אריינשפאצירן אין געשעפט, געהאט די אויסוואל פון "די שטערן", "די אידישע פלאם", "די בליק", עטליכע אינטערסאנטע צייטונגען אריינגערעכנט דער גאר מאדערניזירטער און אינטערסאנטער "בלאט", (געוויס יענע צייט), "מעלות", "יפה בעתו", און אזוי ווייטער מיט די מאגאזינען אין ענגליש, וועלכע אלע פון די אויסגערעכנטע האבן געשריבן נייעס, און אינטערסאנטע ארטיקלען. דאקעגן איז געווען צובאקומען די פארשעמטע און אפ'חוזק'נדע "כל העולם כולו" פאפיר וואס א ראפינירטע איזראעלי האט ערפונדן, אז מען קען מאכן געלט פון רבנים בילדער.
ער האט געשטופט די אינטערעסע פון זיינע עטליכע קאלירטע פאפירן מיט בילדער וואס ברענגען צו שמייכלען, עטליכע נייעס בילדער, און צו יענע צייט ווען די אינטערנעט איז נאך געווען אין די ווינדלען האט אזא אייטעם געקענט ווערן פארקויפט.
טאקע געווען די "וויץ אין געגנט", און די כל העולם כולו איז נאך עד היום פארבליבן מיט א געוויסע סארט סטיגמאטיזירטע שונד נאמען, וואס סימבאליזירט די נארישע געדאנק פון פארקויפן בילדער פון האפצע'ר רב ביי אשר יצר, און די איבלדארפער רבי ביים פארשיקן א פייגל ביי די טאראסע פונעם מאיאנעזער ראש הקהל.
פאר מענטשן אין די ליין, ווי משבקי"ם, אדער רעבישע אייניקלעך, איז אזא זאך געווען א האט אייטעם, ווארום אנשטאט די "טיימס" מאגאזין מיט גענעראל דווייט דעיוויד אייזענהאוער דערויף, ערשיינט יעצט דער פוליצער פרייז געווינער, פונעם קאלירפולן צעטל וואס די העלד דערפון איז די רבי וואס האט ממש חתונה געמאכט, אדער געפארן אויף אפרו, (חחח) און דערויף האט ער די פריווילעגיע צו ערשיינען אויף א ריזן בילד, ווען יעדע הארעלע אויפן שנויץ ווערט אויסגעקלארט דורך די טייערע מאשינקעס וואס לוינט צו ווערן אויפגעהאלטן אין דעם פעלד.
והנה און אט, ווען די ברוקלינע קעפ זענען קלוגער געווארן און אנגעהויבן פראדוצירן זייערע אייגענע ווערקן, אויסגאבעס אין אידיש, האבן עס פארטייען למיניהם ארפגענומען פון שעלוו, און מיט די צייט איז דער עם חכם ונבון פארזינקען געווארן אין א מביל פון אינטערעסע און קאנקורענץ אויף דעם מיסטישן טערמין פון בילדער פון רבי'ס.
די לצנות איז פיפלפאכיג, איך קען נישט זען די בעל שם טוב זאל דאס האבן געמיינט, אז זיין חסידות שיטה זאל מיינען בילדער מאגאזינען פון די לעצטערע סעלעברעטיס לבית קנאבלעוו, אבער ווי עס שיינט פארמאגן שוין היינט אלע רבנים, אין די קאבינעט, צווישן די פילאטן פאר די פריוואטע פליגער, און די משמשים נאז-אפווישער, א פארהייליגטער פאטאגראפירער, וועלכע לאזט נישט נאך קיין סאקונדע פון צו אפכאפן דעם רבי'ן, און עס הערשט א געוויסע נערוועזעציטעט ביים גאנצן ציבור ווען ער קנאקט אפ זיינע בילדער, יעדער וויל זיין אויפן מיטלסטן בלעטל, אונטן אין ראם, ביי די דעקונג פון זיין שול'ס דינער, און אזוי ארום קענען שיקן משלוח מנות פאר די גאנצע פאמיליע ווי ער ערשיינט טיכטיג אין די מאגאזינען.

די עם חכם ונבון, וואס איז פארגאנגענע דור האט יעדער פארשטאנען צו וועלטליכע באגריפן און טערמינען, מען האט געארבעט אין מאנהעטן, געליינט די שווערע קאמפליצירטע אויסגאבעס פון יענע צייטן, און ווען עס האט אויסגעפעלט צורכצורעדן מיטן רב א געוויסע ענין, איז דאן אריינגעקומען אין בילד די חנ'עוודיגע הדרת פנים פונעם שול-רב וואס האט נישט געמוזט הייסן מייזליש אדער פייגנבוים.

די היינטיגע בילדער מאגאזינען זענען צעביסלעך געווארן א גאר אקאמאדירטע פאקט ביי רוב אידישע משפחות, און אין די צייט ווען די בלאט און נאך פאפירן זינקען אין תוכן ווייזנדיג די וועג אראפ אין גרוב, קענען זיך די עטליכע מאגאזינען אויסהאלטן מיט טייערע גראפירער, א שטאב פון בילדער-נעמער, און טייערע סארט דרוק-פאפיר.

אנהויב האבן די בעסערע מענטשן געמאכט די גרימאסן ביים זען ווי נאריש און נישט אידישלעך דאס איז אויפצוהאלטן א מאגאזין פון רעבעס, אבער ווען די קינדער האבן דאס אנגעהויבן פארלאנגען, און ווען דאס האט פארנעמען די העדליינס אין שול ביים ליינען און קידוש, האט מען דאס צוגעלייגט צום וועכנטליכן ארדער.
ווי איראניש, א פעלד וואס ציעט ווערט קאנקורירנד, עס מאכן פרנסה פון דעם פאך אזויפיל מענטשן, און נישט די חלק על המחיה זאל מיך בארירן חס ושלום, עס איז פשוט זינלאז, פשט'לאז, און סענס'לאז, אז יעדע חרדישע אינגל זאל אפלערנען און אפלעקן די סארט לופטיגע פאפירן.

ווי עס האט געארבעט ווארשיינליך, האבן מענטשן געצויגן צו בילדער, און געקויפט, און אז מען קויפט רבנים אויסגאבעס, דארף מען נישט אנדערע וויכטיגע זאכן ווי צייטונגען און דזשורנאלן. און אזוי ארום באקומט די פרישע גענעראציע א ליבע צו רעבישע פאליטיק און דעמאגאגיע וועלכע שלעפט אריין דור אין גאר נארישע וויסנשאפט און דיאלאגן, פארנעמענדיג די קאפ טאג און נאכט, און אזש ביז צום ברעכן ווי עס גייט נישט אריבער א טאג ביי מענטשן וואס אויסער א קליינע מעשר פון קורצשלוס, רעדן זיי מיט א פול מויל פון יענעם רבי און זיין רבי, און נישט נאר דאס: די טרוקענע "די צייטונג" וואס איז געווען (און איז נאך אלץ) די מערסטע זאפטיג האט זיך געמוזט אנהויבן צושטעלן צום דור, און אריינלייגן בילדער פון די רבנים, און ווייטער מיטן איד אדער בלאט, יעדער נעמט בילדער, געקויפט ביי די פירמע'ס וואס האבן די פרענטשייז אויף די זאכן, און יא, זאלן זיך די נעבעכדיגע צאלער אנשטויסן מיט האפצע דינער פון די לינקע זייט, בעפאר די ריקודים, נאר טייל פון די מענטשן לצד שמונית שבמזרחית, בערך אזויפיל מאל ווי וויפיל אויסגאבעס מען קויפט.
און אז די טרענד פלאקערט, פארוואס זאלן נישט די פרייע בולעטינען און אנאנס בלעטער נאכגיין דעם פעלד, יעדער וויל דאך צושטעלן די בעסטע, איז נעמט אין האנט די פארטיילטע פאפירן, קוקט און נעמט אין אכט אז עס צו מאכן אינטערסאנט, מוז מען באשפרענקלען די אויסגאבע: ווייטער מיט בילדער רבי'ס אז אפילו די וואס קימערן נישט אריין אין דעם גרעניץ און ווילן נאר זען די ספעציאליטעטן (סעיל'ס) פון די געשעפטן, אדער דאס גלייכן, זאלן זיך אנשטויסן אין קאלירפולע בעקיטשעס עטליכע מאל צווישן די אנאנסן.
דאס הייסט קום איך אהיים, עפן די טייער באצאלטע פאפירן, איך קוק די וואך, רבנים, א בליק, רבנים, בלאט, רבנים, איד, רבנים, צייטונג, רבנים, טריביון, רבנים, לינק, רבנים, איך קום אויפן שטיבל, צימעסט מען אויך אין גרויסן, און אפגערעדט פון נאך עטליכע העברעאישע מאגאזינען וואס טוען אונטערשטרייכן אז די פעלד איז אזוי יומאנגעס אז אפילו איך קען עפענען א אפיס פאר אזא זאך און שארן גאלד.
וואס פשט דערפון? פארוואס באקט זיך אריין דא א נייע טרענד? ווער ברויך עס? וועמען אינטערסירט עס? עס האט מיר וויי געטון נעכטן זעענדיג ווי מיין באליבטע ניק "[tag]אדנירם[/tag]" האט ארויפגעלאדנט א העכסט אינטערסאנטע שטיקל פאעזיע, און ווער עס שרייבט אמאל פאעזיע ווייסט וואספארא ארבעט עס ליגט אין יעדן שטיקל, גייען ניקים, וואס קאכן אין רבנים, און אנשטאט אויסלויבן שש אויף נאך א געלונגענע אשכול, איז מען פארנימען מיט די חלק ה'צימעס, און עטליכע גאר זענען דערויף ארויף געשפרונגען ווי שלענג געביסענע מען זאל דאס שוין אריינשלעפן אין זייער שפין-געוועב אין צימעס עיר הקודש.

עס איז גאר נאריש אז מען גייט מיט אזא גאנג, און טוט וויי ווי די דור קייקלט אריין די אינטערעסע אין גארנישט אינטערסאנטער ווי רבנים בילדער.

דאס זענען געווען מיינע רעיונות נעכטן.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר