א ז' אדר דרשה, און די אמונה קריזיס

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

הודעהדורך ריכטיג » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 12:46 am

מוז נישט זיין אז די מגיבים ווייסן וואס זיי רעדן, אבער אז דו געדענקסט געדענקסטו. למעשה האב איך שוין געשריבן דארטן אז איך מיין אז איך ווייס פון וועמען ער רעדט, און ביי יענע בחור האט דאס נישט געהאט מיט אינטערנעט צו טוהן (א ודאי איז דאס נאכדעם נאכגעקומען, אבער תחילת ירידתו ואבדן אמונתו האט גארנישט געהאט מיט אינטערנעט).
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 06, 2017 5:57 pm

ראובן א דאנק פאר דיין ארטיקעל, כהאב זייער הנאה געהאט.
אויב ח"ו מאכט זוך מיר אן אמונה קרייסעס ווייס איך וועם איך קען טשעטן.
@לעיקוואד זייער הנאה פון דיין ארטיקעל , סאיז באמת טיף און דו זעלבע צייט האלט איר זוך צים למעשה פראקטיש.
איין הערה , צי זאגן פאר איינער וואס זיין מח טראכט , אז ער דארף זיין און מוחין דגדלות , אין א גוט פלאץ, כדי צי חוקר זיין איז אזוי ווי זאגן פאר איינער וואס טראכט , טראכט נישט.
איז דען מעגליך צי קאנטרעלירן די מח ווען ער זאל ארבטען?
איך כאפ מיך יעצט אז דו נעמסט אביסעל קעיר דערפון, ווען דו בוסט מסביר אז ספיקות זענען נישט שרעקדיג.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3624
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3949 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1663 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 06, 2017 6:27 pm

קען איינער זאגן בקיצור וואס לעיקוואד שרייבט, צו טיף פאר מיר
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1018
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:19 am

קאצקע ציקער האט געשריבן:קען איינער זאגן בקיצור וואס לעיקוואד שרייבט, צו טיף פאר מיר

נישט אלעס קען מען אריינפיטן אין הונדערט און פערציג בוכשטאבן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:24 am

נולד מאוחר האט געשריבן:איין הערה , צי זאגן פאר איינער וואס זיין מח טראכט , אז ער דארף זיין און מוחין דגדלות , אין א גוט פלאץ, כדי צי חוקר זיין איז אזוי ווי זאגן פאר איינער וואס טראכט , טראכט נישט.
איז דען מעגליך צי קאנטרעלירן די מח ווען ער זאל ארבטען?
איך כאפ מיך יעצט אז דו נעמסט אביסעל קעיר דערפון, ווען דו בוסט מסביר אז ספיקות זענען נישט שרעקדיג.


אין הכי נמי. אבער איך רעד טאקע נישט פון אזעלכע מחשבות וואס פאלן סתם איין, דאס איז סתם הרהורים בעלמא כדבריך. איך מיין בעיקר לגבי די נקודה א מער ערנסטע סארט חקירה וואס מען זעצט זיך ממש אוועק טראכטען אדער ליינען אדער זיך נאכפרעגן און פארשן וואס דאס איז שוין מער א בחירה במחשבה תחילה. על פי רוב קען א מענטש קאנטרלירען זיינע מחשבות אויף א געוויסע לעוועל און עס איז שייך צו זאגן פאר זיך יעצט האב איך נישט קיין כח צו דעם און מסיח דעת זיין פון דעם אדער זיך מסתפק זיין מיט א אויבערפלעכליכע תירוץ אדער אמונה פשוטה אויף דערווייל. טאמער האט א מענטש ממש מחשבות וואס ער קען נישט קאנטרלירען איז דאס שוין אמאל מער א שאלה פון או סי די וואס דארף אן אנדערע אפהאנדלונג און נישט פון דעם רעדט מען.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3664
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1698 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5381 מאל

הודעהדורך shtriemel » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 7:27 pm

לעיקוואד האט געשריבן:עניוועיס, איך בין א קאמפעטישין, ליינטס מיין ארטיקל צו זעהן וואס ער וועלט ווען געדארפט שרייבען :roll:

וואס זאגסטו, לעיקוואד = זוכען דעם אמת מיט ספיקות?
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

Re: א ז' אדר דרשה, און די אמונה קריזיס

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 1:51 am

ראובן: דיין ארטיקל איז ווי א פלאם פייער אין א קאלטע פינסטערע מדבר, ס'באלאכט און ס'ווארעמט. כ'האב דורך געליינט דיין ארטיקל כמה פעמים, יעדעס מאל האט עס מיך נאכאמאל אנגעווארעמט. ביז היינט האב איך געהאלטן אז די נאמען ראובן איז עפעס א סאפטווער וואס כאפט אויף חסירות ויתרות אדער סיי וואס איז אוועק פונעם אמת אפילו מיט א חוט השערה מיט א געוואלדיגע פינקטלעכקייט, אדער ווי א קאלטער זשארנאליסט וואס האט מיט קיינעם קיין שייכות עפעס א מין פארשוין וואס ווערט נישט איבער גענומען פון קיינעם און גארנישט, אבער נאכן ליינען דיין ארטיקל מערערע מאל זעה איך א פארוויינטער ראובן וואס שרייט והילד איננו ואני אנה אני בא!


 את חטאי אני מזכיר היום, איך האב אויך אייביג געהאלטן ווי ווינער רב, און איך בין מן הסתם נישט דער איינציגסטער,  ביז כ'האב געליינט דיין ארטיקל. אויף אזוי ווייט אז כ'האב מיך ג'טענהט מיט חברים לגבי דעם כמה פעמים, אבער קיינער פון זיי האבן מיך נישט באוויזען איבער צו צייגן, ווייל למעשה איז אסאך גרינגער צו זאגן אזוי. עד שבא ראובן און איבער געוויזען שווארץ אויף ווייס אז כ'בין געווען הינדערט פארצענט ראנג מיט דעם, פון וואנעט ווייס איך אז כ'בין טאקע געווען ראנג, און ראובן איז אזוי גערעכט?? .


לכבוד ראובן'ס ארטיקל האבעך מיך אריין געטוהן אינעם סוגיא פון אפיקורסת און אפיר געזוכט אין פארשידענע פלעצער אין גמ' זאכן וואס כ'האב שוין אפגעלערנט מערערע מאל, אבער קיינמאל נישט אפגעלערנט די סוגיא על בריו עד שבא ראובן און ער האט מיר אויפגעלאכטן ווי דו זון נאכן ליקוי.


והנה, ס'דא דריי גרופעס פון לייקענערס, די ערשטע צוויי זענען בערך די זעלבע, און ס'האט מן הסתם די זעלבע רעזולטאטן, אבער קומט מחמת צוויי פארקערטע סיבות, און ס'טוישט זיך ווען די סיבות ווערן אויס, דאס מיינט אז געווענליך איז דא א וועג ארויס, און מן הסתם איז עס נישט אינטערן "כל באי' לא ישובין"  און די דריטע וואס איז גאנץ אנדערש, לאו דוקא פארקערט, נאר אין גאנצן אן אנדערע מין מציאות, 


די ערשטע, זענען וואס מחמת צרות וואס לויפן זיי נאך, און האלטן און איין דאווענען צו גאט אבער פיעלן אז זייערע תפילות גייט צו הוילע הימלען, און צו מאל ווי מער זיי בעטן, אלס מער צו צרות ווערן זיי אויסגעשטעלט, ביז זיי מאכן אפ... רח"ל, וואס דאס ווערט אנגערופן ניסיון העוני. וואס די נסיון איז א גרעסערע ווי נסיון העושר, וועגן דעם רעכן איך עס די ערשטע



 די צווייטע קאטעגאריע איז עבדא בהפקירא ניחא לי' א שטארקע בעל תאווה וואס זוכט נאר ארויסנעמען די הנאות אויפן שטערקסטן פארנעם, און פארשטייטסעך אז כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, און אזוי ווי ער איז גדול מחבירו מיינט אז ער האט א טיפערע און גרעסערע נשמה, און דע אלקות חלק אין זיין הארץ מוטשעט און מאנט,  איז כדי צו דערשטיקען זיינע געפילע(יצר טוב) וואס פרובירן עם אפצוהאלטן, מאכט ער אפ וואס ער מאכט אפ. אבער למעשה קוקט אויס אז דע גרופ איז די ווייניגסטע, ווייל מ'קען נאך אלץ זיין א פרומער איד מיט אלע תאוות, ווי צום ביישפיל א מומר לתיאבון.



דע דריטע קאטעגאריע, זענען די, וואס דאס שווערע, גרינגערע אדער תאווה'דיגע לעבן טרייבט זיי בכלל נישט, ס'קען אפילו זיין אז זיי האבן זייער א גוט לעבן, כבוד אדער עשירות אבער ביידע אינאיינעם, כבוד אויפן גאס אדער כבוד אין בית המדרש, מחברי ספרים, אזוי ווי @ראובן האט ארויס געברענגט, און ס'פעלט זיי באמת גארנישט און זענען אפילו נישט די גרויסע בעלי תאוות, נאר פאר געוויסע "אומבאקאנטע" פריערדיגע סיבות פאלן זיי אריין אין געוויסע קשיות וואס טרייבט זיי פוקר צו זיין און קומען צו א ריין כפירה'דיגע מסקנא, וואס ס'מוז אפילו נישט זיין אז מחמת גרויס קליגשאפט זענען זיי צוגעקומען צו יענע מסקנות, כלל וכלל נישט. אבער עפעס א כח הדוחה וואס שטיפט זיי ארויס פון אמונה בה' צו כפירה ממש, און וויפיל זיי גייען זיך צוריק בענקן צו זייערע אמאליגע אמונה, גייען זיי זיך אנשטויסן פיל מיט אומפארענטפערטע קשיות, וואס גייט זיי טרייבן און נישט לאזן גיין אויף צוריק, אזוי ווי מ'זעהט אין דע פאעם וואס ראובן האט געברענגט אין זיין ארטיקל פון יענעם וואס איז געווארן אן אפיקורס, ווי מ'קען פילן די בענקשאפט וואס ער האט צו זיין אמונה פון זיין יוגענט. 



און אין די דריטע גרופ, קען זיין איינער וואס איז א  חכם מחוכם, א פרומער און אן עהרליכער אן קיין פריערדיגע ערקלעהרונג קעגן גאט, און ס'קען פונקט אזוי זיין אזא איינער וואס איז נישט דער קליגסטער. די כפירה'דיגע מחשבות און שאלות קען מוטשענען סיי וועם, געווענליך קלאפט עס אן ביי די קליגערע,  די שאלה איז נאר ווי אזוי קען מען עס מונע, צו דורך לערנען מוסר ספרים וואס געבן אריין אמונה אינעם מענטש, קען זיין,  אבער נישט אלעמאל קען מען אנווייזן אויף א פריערדיגע סיבה און אפילו אז יא, איז עס אויך זייער דקות'דיג. וואס איז אויך אינטערעסאנט איז אז די זעלבע קשיות מיט תירוצים וואסי גוט געווען פארן רמב"ם, רד"ק, רס"ג, כוזרי, אברבנאל אא"וו, איז אבער נישט גענוג גוט פאר דע וואס לייקענען, דאס מיינט אבער נישט אז פאר דע וואס די תירוצים ארבייט יא, זענען ווייניגער חכמים ווי דע וואס ווילן נישט אנעמען דע תירוצים.


מ'לערענט אין מס' ברכות דף כ"ט ע"ב, יוחנן כהן גדול האט משמש געווען בכהונה גדולה ביים צווייטן בית המקדש פאר שטוינענדע אכציג יאר! קיין שום כהן גדול אין יענע תקופה האט נישט געדינט אזוי לאנג. און וואס איז געשען מיט עם? סוף ימיו נעשה צדוקי,  ס'מחלוקת אין גמ' צו ער איז געווען ינאי המלך, ממילא האט ער שוין פארדעם נישט געטויגט, אבער רבא נעמט אן אז ס'נישט געווען ינאי המלך, און ער איז געווען א צדיק פון פאר דעם. און די גמ' אין מס'  סוטה ל"ג רעכנט אויס דארט די תקנות וואס ער האט איינגעפירט וואס ס'פארבליבן אפילו נאכדעם וואס ער איז געווארן א צדוקי, וואס פון דעם קען אויך זיין א ראי' אז באותו שעה כשר הי'. אלענפאלס, לויטן חשבון אז ער האט געדינט אכציג יאר קומט אויס אז ער ווען ער איז געווארן א צדוקי האט ער שוין געמיזט זיין פעסט איבער די הינדערט, און א בעל תאווה איז ער שוין זיכער נישט געווען, אז מ'זאל תולה זיין אז עבדא בהפקירא ניחא לי.



די גמרא אין מס' חגיגה דף י"ד: ביז  ט"ו:    דערציילט פון פיר גרויסע תנאים וואס האבן פראבירט צו פארשן מעשה מרכבה רבי עקיבא, בן עזאי, בן זומא און אחר (אלישע בן אבויה) אויף רבי עקיבא שטייט נכנס בשלום ויצא בשלום, ס'טייטש אז ער האט משיג גאר גרויסע זאכן און ס'האט עם גארנישט געשאדט, בן עזאי ובן זומא האבן עס נישט געקענט דורך מאכן גאנצערהייט, און אחר יצא לתרבות רעה. און ווער אחר איז געווען דארף מען נישט צופיל אראפגעבן, לכאורה איז ער געווען פון די גרעסטע תנאים, ווי מ'זעהט ווער זיינע תלמידים זענען געווען, ר' מאיר! דאס בעסטע רעזומעי וואס מ'קען נאר ווייזן, און ווי מ'זעהט נאך אין די גמ' אז אפילו נאכדעם וואס ער איז ארויס לתרבות רעה איז נאך ר' מאיר נאכגעלאפן צו לערנען תורה פון איהם. עכ"פ וואס מ'זעהט דארט ווי אזוי אחר איז געווארן א אפיקורס, ווייל ער האט געפארשט און געלערנט מעשה מרכבה, פונקט ווי ר"ע און ביי אים, אנדערש ווי ביי רבי עקיבא האטסעך עס נישט גענדיגט גוט, און ווי די גמ' דריקט זיך אויס "אחר קיצץ בנטיעות" ד"ה ער איז געקומען צו די מסקנא אז ח"ו שתי רשויית יש, און אפילו נאכדעם וואס מ'האט געוויזן אז ס'נישטא קיין שתי רשויית דורך דעם וואס מ'האט געגעבן שיתין פילסא דנורא פאר מלאך מט"ט, האט ער שוין נישט געוואלט אדער געקענט צוריק דרייען, און דאמאלטס האט ער אונגעהויבן טוהן עבירות, כ'וויל נישט מאריך זיין יעצט אין די גאנצע סוגיא. 


וואס מ'זעהט אבער פון די גמ' דארט אז א גאנץ לעבן האט ער געהארעוועט אויף תורה, קיינמאל נישט ארום געגאנגן מיט אן אפענעם זיפער, ווייל ווען יא, וואלט מען ווען געוויסט דערפון, און חז"ל וואלט נישט מורא געהאט עם צו קריטיקירן אזוי ווי זיי האבן קריטיקירט אנדערע. און נאכמער פון דעם, די גמ' אליין פארשטייט נישט ווי אזוי אזא שרעקליכע זאך האט געקענט פאסירן און זוכן וועגן און תירוצים וואס ס'האט צוגעברענגט דערצו, די גמ'  רעכענט אויס פארשידענע סיבות, אבער קיין איין נישט דערפון איז "תאוות" אדער "עבדא בהפקירא ניחא לי". און ביי יוחנן כהן גדול רעדט בכלל נישט די גמ' פון עפעס א פרי קאנדישן פארוואס ער איז געווארן א צדוקי.

און אפילו צדוק ובייתוס זענען אויך אראפ פון וועג משום א פאלשע פשט וואס זיי האבן אפגעלערענט אין זייער רבין. און אויך נישט וועגן עבדא בהפקירא ניחא לי'.


עניוועי ס'דא נאך מ"מ דערוועגן ווי מ'זעהט אזעלכע מעשיות און כ'מיין אז ביי קיין איינס דערפון ווערט נישט געברענגט אז דע סיבה איז עבדא בהפקירא ניחא לי',  נאר אדער איז דא אנדערע מיני סיבות וואס ס'באמת שווער צוזאמען צו שטעלן אז טאקע נאר דאס האט עס גורם געווען, אדער ווערט בכלל נישט געברענגט אין חז"ל פארוואס, ווי למשל ביי יוחנן כהן גדול


מ'זעהט פארשידענע וויכטיגע נקודות וואס איז וויכטיג לענינינו.


ערשטענס, אז מ'קען זיין א צדיק כמעט כל ימיו און צום סוף ווערן אן אפיקורס קיינער האט נישט קיין גאראנטיע אפגעזעהן וועלעכע בנש"ק מ'איז.


צווייטענס, אז ס'מיז נישט זיין א "מערקבארע" סיבה וואס ס'האט עס צוגעברענגט.


דריטענס, אז די גמ' האט נישט אייביג געזוכט א סיבה פארוואס ס'איז געשען, און זיכער נישט תולה געווען אין א געוויסע זאך אבי ס'זאל הייסען אז מ'ווייסט אלעס אז מ'האט א לעזונג צו אלע פראבלעמען.



היינט צו טאג אבער, לעבן מיר אין א אכשר דרא'דיגע דור ווי ס'נאך קיינמאל פארדעם נישט געווען אזא פיינע חינוך סיסטעם, אפילו בימי חזקיהו המלך ווי אלע פון גרויס ביז קליין מענער און פרויען זענען געווען בקי און אלע הלכות פון טומאה וטהרה ווי די גמ' אין מס' סנהדרין  רעכענט דארט אויס, איז נאר כקליפת השום צו אינזער חינוך סיסטעם.

אינזער רוחנית איז אזוי הייליג און ריין אז אויב איינעמס עלטער באבע האט ח"ו א אומגעפילטערטע סמארטפאון וועט מען ח"ו נישט איינטינקן אירע האנט גקנויטענע בארכעס אין די פיש זאפט.

און ר"ה און יום הכיפורים וועט מען חס ושלום נישט אריין לאזן אין שול אפילו נישט מיט א סינטעטישע שייטל אפילו וואס האט א צודעק דארויף נאר ס'מוז זיין אנגאנצן אפגעבינדן.

און בקרוב וועט נאך הענגן צעטליך אין די בתי מדרשים אז ווער ס'האט נישט געגעסן מיט א שטארק היימישע הכשר אדער יא/ נישט געגעסן בראקל עופות, טאר נישט גיין הכנות אין בה"כ.

און א קינד העכער פיר יאר וועט רח"ל נישט גיין מיט ארבלען וואס קומען נישט אן ביזן קנעכל ווייל אפשר קען נאך ח"ו אן אלטער איד ערגעץ נכשל ווערן מיט א ראי' אסורה. און שרייענדע קאלירטע טורבאנס איז אסור פארן געשעפט ארויסצושטעלן אינעם פענסטער, ווייל טאמער וועט א בחור דורך גיין און ס'וועט זיין טעריבעל.

נו אין אזא דור אידאך פשוט נישט מעגליך אז ס'זאלן זיין נושרים, חוזרים בשאלה! מאן דכר שמי', אבער פטור בלא כלום אי אפשר, מוז מען דאך חוקר ודורש זיין על מי ועל מה? און אויב קומט מען נישט תיכף ומיד צו א מסקנא, וועט מען גלייך באשילדיגען דע פירערס, איז כדאי אראפ צונעמען די שילד ווארפט מען עס אויף זיי אליין אז זיי זענען הפקר אינגען און געסעטלט.


און אז מ'רעדט שוין דערפון איז כדאי צו דערמאנן ס'דא עטליכע בריוון און תשובות פונעם הייליגן ירושלימער רב זצ"ל ווי ער שרייבט דארט אז היינט צו טאג דע וואס זענען פורק עול תורה ומצוות און גלייבן נישט אין גאט זענען אנוסים און האבן אויך די הלכה פון תינוקות שנשבו ווי דער רמב"ם פסק'נט אין הלכות ממרים פ"ג הל' ג און זענען זיכער נישט קיין מזידים. דער רב זצ"ל דריקט זיך אויס "שפחא בישא של זרם הזמן" און לויט דעם טאר מען זיי ח"ו נישט מרחק זיין, נאר פארקערט מ'דארף זיי זיכער מקרב זיין, אזוי ווי דער לשון הרמב"ם "לפיכך ראוי להחזירן בתשובה "ולמשכם בדברי שלום" עד שיחזרו לאיתן התורה".


נאכאמאל ראובן כ'קען דיר נישט גענוג באדאנקן פאר אזא הערליכען ארבייט וואס דו האסט אריינגעלייגט מיט אזויפיל הארץ און ווארעמקייט, סיי אין דעם ארטיקל בפרט און סיי אינעם וועקער בכלל, 

ישלם ד' פעלך ותהי משכרתך שלמה מעם ד'


לעבן זאל דער וועקער!

לעבן זאל קאווע שטיבל! 
דער גאלדענער אדלער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 325
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 635 מאל

Re: א ז' אדר דרשה, און די אמונה קריזיס

הודעהדורך יב הלוי סאלאווייטשיק » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 11:00 am

גיט געזאגט ,
די ירושלים רב ז״ל וואס די ברענגסט , פין וועמען רעדסטו וכמדומה אז ביסט דיך טועה מין חזו״א..
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

Re: א ז' אדר דרשה, און די אמונה קריזיס

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 11:27 am

יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:גיט געזאגט ,
די ירושלים רב ז״ל וואס די ברענגסט , פין וועמען רעדסטו וכמדומה אז ביסט דיך טועה מין חזו״א..
שכוח,
דער ירושלימער רב מיינט מען הרב קוק זצ"ל.

און לגבי דעם וואס דו זאגסט וועגן דעם חזו"א, ניין כ'האב מיך נישט טועה געווען, און כ'ווייס אז דער חזו"א און אפילו נאך אנדערע ליטווישע גדולים האבן און האלטן אזוי, און זייער עיקר טעם איז ווייל היינט איז נישטא א גילוי ווי אמאל פון ניסים און השראת השכינה.

אבער דער רב זצ"ל גייט נאך א מדריגה טיפער, אז אפילו איינער וואס איז יא געווען עהרליך נאר איז געווארן א חוזר בשאלה, גייט אויך אריין בגדר אונס, אדער אין אן אנדערע פלאץ רופט ער זיי שוגגין, און איז מסביר ווייל די ווינט אין די גאס איז שטארק און דאס איז בערך זיין לשון, שרוח הזמן מלא בכפירה הרווחות בדור, אדער מחמת "שפחא בישא של זרם הזמן, און נאך אסאך ענליכע לשונות.
דער גאלדענער אדלער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 325
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 635 מאל

הודעהדורך יואב » מוצ"ש אקטאבער 07, 2017 10:27 pm

כ'האב דעם ארטיקל ערשט געלייענט דעם שבת, און כ'האב ממש נישט קיין ווערטער. א מייסטער שטיקל אין יעדן מעגליכן זין. די נשמה, דאס הארץ, דער מוח; די גאר מאכטפולע נקודות און דער אבנארמאל-געבענטשטער פעדער. יעדעס ווארט איז פון ריין גאלד, און כ'האף ס'וועט גרייכן די ריכטיגע אויגן און אויערן.

יחי ראובן!
"שעם דיך! שנייד דיך אפ די בארד און פיאות."
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1602
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6420 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5648 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט