איז אידיש בלוט הפקר?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג אקטאבער 15, 2017 11:38 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
лпم iοوԴ האט געשריבן:כ'זאג דיר צו אז ר' יואליש גייט נישט אהן קיין איין טראפ אויב ר' געציל איז ביי זיין לויה. ביים לעבן האט ער אים געדארפט אז מ'זאל אפשטעלען די טעראר וואס האט זיך אנגעהאנגען אויף זיין פסק.

נו, יעצט איז דאך שוין זיכער נישט קיין חילוק. נאר דאס ווייזט אויף די מענטשליכקייט פון ר' געציל...!

דאס ווייזט לפחות אז ר' געציל'ס פסקים איז געבעיסט אויף די פראטאקאל פון הרב אהרן ט''ב ענדערש ווי אויף די פראטאקאל פון רבי יוסף קארוי....

אז נישט זעה איך נישט די סיבה צו גיין מלווה זיין א פורץ גדר ומרבה ממזרים בישראל....
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1794
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1013 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:43 pm

אינטערסאנט ביים מלוה זיין האט ער זיך נישט גערעכנט מיט ר' אהרן ט"ב

........

סאו ווען רעכנט ער זיך יא און ווען נישט ?

אקעי דאס וועלן מיר שוין לאזן פארענטפערן ווי אזוי דו ווילסט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2820
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:18 pm
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:57 pm

גאנצל האט געשריבן:אינטערסאנט ביים מלוה זיין האט ער זיך נישט גערעכנט מיט ר' אהרן ט"ב

........

סאו ווען רעכנט ער זיך יא און ווען נישט ?

אקעי דאס וועלן מיר שוין לאזן פארענטפערן ווי אזוי דו ווילסט

פארשטייסט אליינ'ס נישט?? איך וועל דיר מסביר'ן.
ווען עס קומט צום ענין פון מיתה א מענטש גייט פון וועלט, וועט מען געווענליך זיך פירען אן נגיעות, אזוי איז עס עז איז א מצב פון אמת, ווי די גמ' אין מס' ברכות אז פון וואס מען רעדט אויף א מענטש ווען ער גייט פון די וועלט ווייסט מען צו ער איז געווען ערליך, אזוי איז עס עז איז א מצב פון אמת.

ממילא ווען די גרויסע לייט ווי ר' אברהם לייטנער און ר' יואליש זענען אוועק איז ביים דיין געווען א מצב פון אמת וואס זיין אמת'ע הערכה פאר די אידן זענען ארויסגעקומען.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1794
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1013 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג אקטאבער 16, 2017 7:46 pm

בקיצור זאגסטו אז ס'איז דא זמנים ווען ר' געציל פייפט זיך אויף ר' אהרן ווייל ער איז מודה על האמת.........

און איך זאג דיר אז ער רעכנט זיך קיינמאל מיט ר' אהרן און זאגט וואס ער האלט

און דאס וואס ער איז געגאנגען צו א לוי' פון זיין בר פלוגתא איז בכלל ניט קיין קשיא
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2820
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:18 pm
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

הודעהדורך יחי המלך » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 9:42 am

איך האלט אז ר אהרן שליט"א וואלט אויך געדארפט גיין!!! סיי צו ר אברהם ז"ל. אין סיי צו ר יואליש ז"ל. { נאר ער איז ליידער ארימגענימען מיט מענשען אן חכמה!!! וד"ל!!! }
יחי המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 29, 2016 4:25 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 11:25 am

עמעזאן: דו לייגסט עס זייער גוט אראפ. די פראבלעם איז, אז דער צווייטער צד האלט זיך אינגאנצן נישט צו אט די כללים. האסטו געזעהן ר' יאסל וואלדמאן אדער איינעם פון די אנדערע גדולים פון די בני יואל פראקציע ביי די לוי' פון הרב מיללער, דער ראש הכולל. אדער פון אנדערע אנשים חשובים וועלכע זענען נאנט מיט ר' אהרן...?! אדער. לאמיר שוין זאגן ביי א שמחה אדער סיי וועלכע מסיבה...! און אפילו ווען דער דיין ר' געציל בערקאוויטש שליט"א איז געגאנגען צו די לוי' האט מען איהם נישט געגעבן קרעדיט און משבח געווען. נאר מ'האט אריינגעטייטשט אלע קרומע פשעטלעך און מיינונגען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12296
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13674 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7837 מאל

הודעהדורך גאנצל » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 11:50 am

יחי המלך האט געשריבן:איך האלט אז ר אהרן שליט"א וואלט אויך געדארפט גיין!!! סיי צו ר אברהם ז"ל. אין סיי צו ר יואליש ז"ל. { נאר ער איז ליידער ארימגענימען מיט מענשען אן חכמה!!! וד"ל!!! }


ער גייט נישט צו קיין מענטשן וואס האבן געשטעפעט זיין טאטן ז"ל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2820
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:18 pm
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 3:26 pm

פארט ארום וואטסעפפ אז די מיידעלע וואס איז היינט אומגעקומען פון א באס עקסידענט רח"ל, קומט פון א שטוב ווי ס'געהאנגן אויפ'ן טיר א צעטל אז קינדער וואס גייען נאך געלט פאר בני יואל און ויואל משה זאלן נישט קלאפן דארט.

איך האב נישט קיין השגה ווער די משפחה איז און כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת. קען דאס איינער באשטעטיגן אדער אפלייקענען?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2333
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3632 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2410 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 3:33 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:פארט ארום וואטסעפפ אז די מיידעלע וואס איז היינט אומגעקומען פון א באס עקסידענט רח"ל, קומט פון א שטוב ווי ס'געהאנגן אויפ'ן טיר א צעטל אז קינדער וואס גייען נאך געלט פאר בני יואל און ויואל משה זאלן נישט קלאפן דארט.

איך האב נישט קיין השגה ווער די משפחה איז און כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת. קען דאס איינער באשטעטיגן אדער אפלייקענען?

נישט אמת. צוויי באזונדערע וואטסעפפ קאפי-פעיסטעראציעס. קאפי איז א העכסט-נארמאלער מענטש.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1026
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 1752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 1:38 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:פארט ארום וואטסעפפ אז די מיידעלע וואס איז היינט אומגעקומען פון א באס עקסידענט רח"ל, קומט פון א שטוב ווי ס'געהאנגן אויפ'ן טיר א צעטל אז קינדער וואס גייען נאך געלט פאר בני יואל און ויואל משה זאלן נישט קלאפן דארט.

איך האב נישט קיין השגה ווער די משפחה איז און כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת. קען דאס איינער באשטעטיגן אדער אפלייקענען?


שקר וכזב לא מיני' ולא מקצתי'

געוואגעלט אין אידיש בלוט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2820
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:18 pm
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

Re: איז אידיש בלוט הפקר?

הודעהדורך טרויבן88 » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 1:50 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:פארט ארום וואטסעפפ אז די מיידעלע וואס איז היינט אומגעקומען פון א באס עקסידענט רח"ל, קומט פון א שטוב ווי ס'געהאנגן אויפ'ן טיר א צעטל אז קינדער וואס גייען נאך געלט פאר בני יואל און ויואל משה זאלן נישט קלאפן דארט.

איך האב נישט קיין השגה ווער די משפחה איז און כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת. קען דאס איינער באשטעטיגן אדער אפלייקענען?
אויב יא, דעמאלטס? אויב נישט, דעמאלטס?



Sent from my LGLS675 using Tapatalk
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 785
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

הודעהדורך טשעסטער » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:40 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:פארט ארום וואטסעפפ אז די מיידעלע וואס איז היינט אומגעקומען פון א באס עקסידענט רח"ל, קומט פון א שטוב ווי ס'געהאנגן אויפ'ן טיר א צעטל אז קינדער וואס גייען נאך געלט פאר בני יואל און ויואל משה זאלן נישט קלאפן דארט.

איך האב נישט קיין השגה ווער די משפחה איז און כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת. קען דאס איינער באשטעטיגן אדער אפלייקענען?

שקר וכזב! לא מיני' ולא מקצתי'.

ווער עס קען די משפחה פארשטייט אז דאס וואלטן זיי קיינמאל נישט געטון. איך וואלט מיך אפילו נישט באצויגן צו די תגובה נאר צוליב דעם וואס דא ליינען מענטשען פון אומעטום, און זיי ווייסן נישט וואס טוט זיך אין קרית יואל, און קענען נאך אנהייבן בויען מעשיות.
טשעסטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 05, 2017 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך ליפא » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:52 pm

קען עס אפשר נאך איינער לייקענען? דריי איז נישט גענוג. אויך אויב מעגליך עס אויסציען יעדע צוויי טעג נאך אן הכחשה
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2044
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 3:09 am
האט שוין געלייקט: 1857 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 3:07 pm

דער גאנצע הימל דרייט זיך דאך ארום די ארונים מיט די בני יואל
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2950
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 pm
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3063 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1415 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 8:17 pm

ליפא האט געשריבן:קען עס אפשר נאך איינער לייקענען? דריי איז נישט גענוג. אויך אויב מעגליך עס אויסציען יעדע צוויי טעג נאך אן הכחשה

ליפא: וואס ארט דיך אז א סאך מענטשן לייקענען עס אפ...?! ווייל שלעכטס און בייזוויליגקייט לויפט שנעלער ווי אמת און יושר.

איך קען נישט די משפחה (ה' ינחם אותם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים.) אבער איך שטעלל אויף די חזקה אז זיי האבן נישט געהאט אזא סיין הענגען אויפ'ן טיר. נאר בדרך כלל די מחלוקות אנדרייערס און מחרחרי ריב האבן נאך די וויקטים מענטאליטי. זיי וויללן זיך נאך אהערשטעללן ווי די וויקטימס. איך וויל נישט אויספיהרן די ווייטער'דיגע מסקנות וואס נארישע מענטשן וועללן ארויסנעמען פון דעם...ס'איז סימפליסטיק, קינדעריש און בייזוויליג.

אויב מ'ווילל דוקא ציען בייזוויליגע מסקנות און האבן די וויקטים מענטאליטי איז דא די והותר פון דעם אנדער'ן צד אויכעט...!

ביי מיר איז יאסל וואלדמאן און זיין עדת קורח דער לעצטער וועלכער האט א רעכט צו שפיעללן וויקטים...!

וואס מ'טוט צו זיי (פארשטייצעך, נישט פיזיש שעדיגן). און סיי וועלכע אקציעס מ'נעמט אן אקעיגן די גרופ איז בארעכטיגט...ווילאנג זיי וועללן נישט מקבל מרות זיין און זיך צושטעללן נארמאל צו די קהילה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12296
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13674 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7837 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 9:52 pm

ליפא האט געשריבן:קען עס אפשר נאך איינער לייקענען? דריי איז נישט גענוג. אויך אויב מעגליך עס אויסציען יעדע צוויי טעג נאך אן הכחשה


יאפ אידיש בלוט איז נישט הפקר
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2820
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:18 pm
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

הודעהדורך ליפא » פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 3:24 pm

IMG_20171117_152347.jpg
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2044
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 3:09 am
האט שוין געלייקט: 1857 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 7:46 pm

ליפא: איך זעה ניש וואו אידיש בלוט איז הפקר מיט מפרסם זיין די מודעה. הלכות זענען הלכות. און תקנות זענען תקנות. און ווער ס'איז עובר בשאט נפש, איז זיך אליינס שולדיג. און לו יצוייר ווען די אנשי בני יואל וואלטן געגאנגען צו א רעפארם ראביי (איך פארגלייך נישט ח"ו ר' יואל ז"ל צו א רעפארם ראביי. נאר די מעשים.) און איהם מכבד געווען מיט סידור קידושין, וואלטן זיי געקענט האבן טענות אז מ'אנערקענט נישט זייער חופה וקידושין...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12296
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13674 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7837 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 1:22 am

בערל, אזויווי די שטעלסט אן א פנים ווי אן אומוויסענדע תם וועל איך דיר מסביר זיין.

לגבי די ענין פון סידור קידושין אין מאנראו איז בסה"כ נתפרסם געווארן א איסור פון איין דיין - ר' געציל בערקאוויטש - וועלכע איז אגב א "פעיראלל דיין" כלשון ה'בלאט', און ווער נאך ווי ארונים ווייסן אז פעיראלל דיינים זענען נישט פארלעסליך.

פון די אנדערע זייט זענען דא עטליכע רבנים וואס האבן אליינס מסדר קדושין געווען אן א. ג. רשות פון מרא דאתרא און אנדערע רבנים האבן מפרסם געווען בכתב אז ס'איז נישט קיין פראבלעם.

פונקט ווי ביים עירוב האט דיין רבי געזאגט אז מ'זאל נישט אטאקירן די וואס טראגן ווייל זיי האבן א רעכט צו פאלגן זייערע רבנים, דארף דא זיין די זעלבע.

יעצט קענסטי איבער זאגן מרא דאתרא וויפול די ווילסט אבער דאס נעמט נישט אוועק די פאקט אז אסאך רבנים האלטן אז די גאנצע מרא דאתרא שאפט הייבט זיך נישט אן. והבוחר יבחר, אבער מ'דארף נאך אלץ רעספעקטירן א צווייטן וואס פאלגט זיין רב
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2333
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3632 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2410 מאל

Re: איז אידיש בלוט הפקר?

הודעהדורך גראף » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 7:03 am

איז שוין געווען א פארפאלק וואס זיי זענען געגאנגען איבער מאכען די סידור קידושין? אויב יא בערך וויפיל קאפעלס?

Sent from my XT1096 using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 704
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 3:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 530 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 387 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 9:34 pm

שמעון וואלף: או.קעי. מארגן גיי איך ברענגען א צעטל פון עפעס א ראביי שוירלי טעמפל וועלכע האט מיך מגייר געווען. און ראביי סוזען פרענק, וועלכע האט מיר מסדר קידושין געווען. פארשטייצעך לפי מיטב תורת הרפורם. און אפשר מיט א הסכמה פון עפעס א ציוניסט'ישן רב. און איך וועל וועללן ווערן אקצעפטירט אין די קהילה קדושה וטהורה. און שיקן מיינע קינדער וועלכע האבן א קליינע איזראעלישע פאן ארויפגענייט אויף די העמד. און זיי וועלן גיין מיט קורצע הויזן און ברוינע סניקערס. און רעדן נאר עברית. און איך וועלל האבן טענות פארוואס מ'האט זיי אהיימגעשיקט פון חדר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12296
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13674 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7837 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 9:39 pm

ועוד: נעקסטע וואך וועט קומען בערל בעל עגלה אדער חאצקל דער שניידער און אנהייבן מסדר קידושין צו זיין. און זיי וועללן נאך האבן טענות פארוואס מ'אנערקענט נישט זייער סידור קידושין. דערפאר דארף צו זיין א רב א מרא דאתרא. וואס נאר ער קען מסדר קידושין זיין. ס'איז נישט קיין חילוק צו דער מסדר קידושין קען מאכן א המוציא אויף א רעטעך אדער איז א גאון עולם וואס איז בקי בפת ושותקים. א מרא דאתרא איז דא נאר איינער. מיט זיין בית דין...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 1:50 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12296
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13674 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7837 מאל

Re: איז אידיש בלוט הפקר?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 5:06 am

צוליעב דעם איז זייער ראטזאם אז די אידען אין אלע אידישע שטעט זאלען זיך צוזאמען נעמען און אויפנעמען א רב, דורך אויפריכטיגע וואלען. אין ברוקלין, לעיקוואד, מאנסי, קליוולאנד, טשיקאגא און אין קרית יואל. מ׳דארף שטעלען אפענע וואלען, ווייל ווען נישט וועט יעדער ראביי סוזען מסדר קידושין זיין.

ביזדערווייל האבען די אלע שטעט נישט קיין אויפגענומענע רבנים, און יעדער רב אדער ראש ישיבה איז מסדר קידושין פאר זיין סטאדע, און די אלע שירליס און סוזענס גיבען זיך ערגעץ אן עצה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 4:36 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7727
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7294 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 2:01 pm

ר' ליטוואק פון בודאפעסט: במחכת"ה יש לחלק. לעיקוואוד, ניו יארק און שיקאגא דארפן טאקע האבן וואלן (בחירות הטמאות...?!) פאר מ'נעמט אויף א גאב"ד אדער א ראב"ד. משא"כ קרית יואל שב'טאון אוו פאלם טרי, יצ"ו. ס'איז א סאטמאר'ע שטעטל, נתייסד געווארן דורך ר' יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר. און לאחר מאה ועשרים האבן זיינע בני קהילה ממנה געווען זיין יורש ד'אורייתא. דעם ברך משה. סיגעטער רב. און ער האט (בחייו) ממנה געווען זיין עלטסטן זוהן. דעם בכור ויורש דאורייתא. אלס מרא ד'אתרא. און ווער ס'וואוינט אין קרית יואל ו'הגלילות (חוץ די גויים און פרייע חברה, פארשטייצעך.) דארף אויספאלגן זיינע הוראות פון איהם און זיין בי"ד. ווער ס'וואוינט אין בארא פארק אדער לעיקוואוד איז נישט אונטערגעווארפן זיינע פסקים והוראות...! אה...! ווער ס'האלט אנדעריש, האט א ברירה. אוועקמופן...קעיס קלאוזד...!

Sorry. I ran out of time. Have to get back to the bus...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12296
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13674 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7837 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 3:12 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:ר' ליטוואק פון בודאפעסט: במחכת"ה יש לחלק. לעיקוואוד, ניו יארק און שיקאגא דארפן טאקע האבן וואלן (בחירות הטמאות...?!) פאר מ'נעמט אויף א גאב"ד אדער א ראב"ד. משא"כ קרית יואל שב'טאון אוו פאלם טרי, יצ"ו. ס'איז א סאטמאר'ע שטעטל, נתייסד געווארן דורך ר' יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר. און לאחר מאה ועשרים האבן זיינע בני קהילה ממנה געווען זיין יורש ד'אורייתא. דעם ברך משה. סיגעטער רב. און ער האט (בחייו) ממנה געווען זיין עלטסטן זוהן. דעם בכור ויורש דאורייתא. אלס מרא ד'אתרא. און ווער ס'וואוינט אין קרית יואל ו'הגלילות (חוץ די גויים און פרייע חברה, פארשטייצעך.) דארף אויספאלגן זיינע הוראות פון איהם און זיין בי"ד. ווער ס'וואוינט אין בארא פארק אדער לעיקוואוד איז נישט אונטערגעווארפן זיינע פסקים והוראות...! אה...! ווער ס'האלט אנדעריש, האט א ברירה. אוועקמופן...קעיס קלאוזד...!

Sorry. I ran out of time. Have to get back to the bus...!

א רבי אדער רשכבה"ג - אדער אפילו דער מייסד ה'שטעטל - האט א כח צו ארויפצווינגן א מרא דאתרא?
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1026
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 1752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט