מיאמי - כניסה לרבנים only!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

מיאמי - כניסה לרבנים only!

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:09 pm

די באקאנטע רביסטיווע אויסרייד פארוואס אלע רבנים אנגעהויבען ביי סאמע יונגעלייטליך-רבנים קוים און די זעכציגער מעגן פארען היות זיי זענען אלט, גייט מיר אויף די נערווען שוין יארן לאנג, און היות יעצט דא ביי מנחה מעריב זעה איך נאכאמאל די צעטיל וויל איך מיטיילען מיין ווייטאג מיט אחים לדעה חברי ק"ק ק"ש.

ווי באקאנט מיאמי איז סך הכול א סטעיט און אמעריקא, נישט קיין דאקטערס אפיס, ס'מאכט נישט בעסער פילען, די ים דארט איז נישט די ים המלך, די לופט דארט איז נישט אווירא דארץ ישראל, סך הכול רעדט מען פון ווארעמע וועטערס, מענטשן וואס גייען דא אויס פאר קעלט פארען אהין דארט איז בעסער די וועטער. די לופט דארט היילט נישט קיין עלטערע מענטשן, די ווארט צורך רפואה איז עפעס זייער נישט פאסיג אויף א סיבה אהין צוגיין, איך גלייב אויך אז קיין שום מעדיקעל אינשורענס דעקט נישט פאר אירע פאציענטען א טריפ קיין מיאמי, סך הכול גייען די רבנים אהין כאטש זיי אליין אסערען עס ווייל די וועטער איז דארט בעסער, נו פאלט זיי נישט איין אז איך יונגערמאן אדער אפילו איך בחור בין אויך אויסגעשטעלט צו די קעלט? רחמנא ליצלן אזא ליצנות וואס מ'מאכט מיט אונז ואין פוצה פה.......

זאג נאר פאפא/וויען'ע/סאטמער'ער/קאשוי רב איך יונגערמאן האלט ענדערשט אויס די קעלט ווי די?, שומו שמים אזא דיסקרימענעישאן...... פארוואס קומט זיך דיר ווארעמערע ליפט ווי פאר מיר?
וואס איז דאס סעלפישקייט? פארוואס נאר די רבי'לעך מעגן? ווייל זיי זענען אכציג מאל אייניקלעך פון די שפאלער זיידע און איך נישט? איז דא רוסלאנד? טראכטען זיי טאקע אז זיי האבן זיי royal blood? אזא חוצפה אפילו נאר אזוי צו טראכטן, ווער רעדט נאך צו שרייבן אזעלעכע קול קורא'ס

מיט מיין שכל וואלט איך ווען געזאגט אז טאקע א יונגערמאן וואס לויפט ארום אויף פרנסה און מוז זיין אידערויסען פון שטוב ער האט רוב מאל נישט קיין קאר דער מוז פארען אהין, אבער דער רב וואס און בעסטען פאל לערענט ער אביסעל אינמיטען טאג זאל נישט ארויסגיין אויפן גאס נאר זיצען אינדערהיים און לערנען וויפל ער וויל. וואס האט ער אהין צו פארען?

און לאמיר נישט פארגעסן דער רב גייט נישט אויפן גאס ער פארט סך הכול מיט קעדילעיק מיט סיטס וואס דערווארעמט אים די מחילה הקדושה, און די פינעף טריט פון דער הויז צום קאר גייט ער מיט א צען טויזענט דאלערדיגע פעלטז, נו וואס איז אים בעסער מיאמי פון דא? ווען ווערט ער קאלט ער זאל זיך דארפן ווארעמען? די איינציגסטע מאל ער שפירט די קעלט איז דאך נאר זומער ווען די עירקאנדישאן ארבעט נו וואס זיכט ער איצט און מיאמי.

אויב איינער קען דא יואל אייזדערפער זאל ער אים בעטן בשמי, ער זאל שוין אויף הערן vip check in פאר רבנים און די לופטפעלדער, זאלן זיי גיין און די פובליק טוילעטס, און אז ס'וועט זיין א בילד פון א פעלטז און די פוקליק בעסקיס איז אויך נישט געפערליך

און נאכאמאל מיאמי בכלל, מיאמי ביטש, סאוט מיאמי, נארט מיאמי, בעל הארבער, סאני איילס, אווענטורע, פאלם ביעטש, סאוט ביעטש, קיינער פון די פלעצער האט נישט ווייטעמין לופט וואס היילט קראנקע ווען יא וואלט עס מעקסי העלט פארקויפט.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1722 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:19 pm

בעיני געווינט די פלארידע קול קורא דעם טיטול די גרויליגסטע און נארישסטע קול קורא אוו אלל טיים.
כאילו פלארידע איז עפעס א מציאות ס'סך הכל נאך אן אמעריקאנער שטאט וואו די וועטער איז ווארימער און צוליב וואס סאיז נישט אזוי ווייט פון ניו יורק און ס'קאסט נישט אזוי סך אהינצופארן גייט מען אהין.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2308
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6338 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:46 pm

מיר קרענקט אויך די קול קורא און די ליצנות דערין ווען מ'איז מפרסם אן איסור פון פערציג יאר צוריק. זאג נאר, ווען א רב האט געגעבן א הכשר אויף א פראדוקט פערציג יאר צוריק מיינט אז היינט איז עס אויך כשר?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1835
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1874 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:52 pm

מיאמי איז נישט א סטעיט אין אמעריקע
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2162 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:00 pm

בשם התאחדות הרבנים דארצות הברית ובעהאמעס פה מיאמי פלארידע לפ"ק.

אזוי ווי ס'איז געקומען צו אונזערע אויערן שמועות וואס האט אויפגעשאקלט די ערליכע רבנים בכל אתר ואתר, דאס וואס מאנכע זענען זיך מתיר צו גיין וואקאציע אין דעם טריפה'נע שטאט ניו יארק, היו לא תהיה..

ווילן מיר דא קלאר מאכן עטליכע וויכטיגע נקודות:

ניו יארק איז דאס צענטער פון טומאה ופריצות וואס די טריפה'נע אמעריקע שטעלט מיט זיך פאהר. עס קומען דארט צו גיין פון אלע עקן פון די וועלט אינגע צולאזטע עלעמענטן וואס האבן נישט קיין שום עול אין לעבן, בלויז ווי מ'קען זיך נאכגעבן נאך און נאך משוקצ'דיגע תאוות.


מיר דארפן זיין שטאלץ און אננעמען דאס אחריות אויף דעם וואס אונזערע הייליגע רבי"ס זצוק"ל האבן מיט זייער טיפן שכל און ווייטען בליק, ב"ה, מיט בלוט! צוריק איינגעפלאנצט דאס אמאליגער אידישקייט פון דערהיים דא אינעם שטאט פלארידע וואס איז אביסל אוועק פון די רוישיגע מעטראפאלישע שטאטישע איבלען, ווי אויך איז פלארידע א שטאט וואו עס וואוינען מיינסטענס די עלטערע לייט וואס זייערע תאוות ברענט שוין נישט אזוי שטארק ווי אין די אינגע יארן.

על כן טוהן מיר בעטן און ווארענען בכל מיני אזהרות ובקשות, אז קיין שום מאן אדער פרוי זאל זיך מורה היתר זיין צו גיין קיין ניו יארק סיטי און באטרעטן אזא טמא'נע באדן, נישט פאר וואקאציע, אדער קיין שום אנדערע סיבה.

שלוחי מצוה, גבאים פון רבינ'ס הויף, אדער רבנים וואס גייען להחזקת מוסדותיהם זענען ערלויבט צו גיין אהין לויט די אנווייזונגן פון רבינ'ס שטוב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאטי אום דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:15 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2961
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4185 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:03 pm

מאטי טייערער שטעל דיך פאר ווען דיין קול קורא ענדיגט זיך אז נאר עלטער יודען מעגן גיין וויליאמסבורג לצורך רפואה, איז דאס ליצנות? שטעל דיך פאר ווען אזא קול קורא ווערט פארשפרייט יאר איין יאר אויס, און קיינער זאגט נישט גארנישט, וואלסטו ווען געטראכט אז מיר זענען א נארמאל פאלק?
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1722 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:33 pm

יעצט באקומען די אשכול אויף וואטס אפפ פון מיין באליבטע כולל יונגערמאן שוואגער. איך האב א ניסיון אים צוזאגען אז איך האב עס שוין געזעהן פאר אים, און פאר סיי וועם.
#ועל תביאינו לידי נסיון.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך עזריאל אום דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:39 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1722 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:38 pm

ועל תביאיני לידי נסיון וועט נישט העלפן
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2162 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 06, 2015 12:54 am

עזריאל, א שאד זיך צו עסן דאס געזונט. דער צעטל ליגט אויפן וואנט און רעדט צום וואנט.
אדרבה, שא נא עיניך וראה, גיי קוק וואס טוט זיך אפ היינט צו טאגס אין פלארידע, קע"ה היימישע אידן כחול הים, ווי די זאמד פונעם ביעטש!!
און טאקע פון די היימישע גווארדיע, סאטמארע אידן. ווי אזוי שרייבן די צייטונגען? "שאי סביב עיניך וראי כולם נקבצו באו לך"...
ווי גייט דאס ווערטל? א סטאטיסטיק זאגט עס זענען פאראן מער פאלם טייטץ אין מיאמי ווי פאלם ביימער. וש"י.
וחמת המלך שככה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14532
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17131 מאל

הודעהדורך עזריאל » פרייטאג פעברואר 06, 2015 4:54 pm

@שמעקעדיג געוואלדיג. דיין הומאר און דריי שורת ווישט אפ מיינע 15 שורות. וויאזוי פלעגט די רבי זאגן אז מ'קאן אז מ'קאן.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1722 מאל

הודעהדורך גנדי » פרייטאג פעברואר 06, 2015 5:00 pm

דאס ליצנות איז אזוי גרויס אז מען פירט א חמשה בעשר בשבט טיש אין מיאמי.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

הודעהדורך שעפטל » זונטאג פעברואר 08, 2015 5:48 pm

האבעך שוין געשריבן, אז דו וועסט גוט קוקן ענדיגט זיך די קול קורא
וע"ז באנו על החתימה פה מיאמי, עיר האבות והאמהות
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3438
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3351 מאל

הודעהדורך בעל מדות » זונטאג פעברואר 08, 2015 8:30 pm

אדאנק עזריאל פאר דיין אייגנארטיגע ארטיקל געמישט פון לצנות, ווייטאג, חסידות, און ידיעות,... אבער איך מיין אז אין די היינטיגע מצב זענען די קול קורא'ס אזוי שטארק אפגעפרעגט אז די פאפיר אויף וואס זי געפינט זיך שעמט זיך אוועק דערמיט, זיי ווערן נישטאמאל געלייענט און פיגורירן נאכאמאל און נאכאמאל אהן קיין שום אינטערעסע ביי די מענטשהייט.
מען זאגט נאך אז ווען דער סאטמארער רבי פון ק"י האט ביי א געלעגנהייט געפרעגט פון הרב ר' דוד ווערדיגער ע"ה די קרוין פון "אידישע נגינה" (טאטע פון ר' מרדכי) וויפיל געלט מען מאכט אויף א סידי? האט ר' דוד געענטפערט מיט א שמייכל אויף די לעפצן, "מען מאכט צען טויזנט דאלער בערך אויף א סידי אהן א קול קורא און ארום צוואנציג טויזנט דאלער מיט א קול קורא"...
די שברים פון כלל ישראל וואס זענען אייביג די נערנים ביי מחאות האבן גענימען די אמאל הייליגע געדאנק פון "מוחה זיין" ווען א משכיל האט גערייכערט אום שבת צו רייצן זיך מיטן געמיינדע...און אדאפטירט אלץ א מאדנע שגעון וואס ברענגט ארויף שלשול ביי מענטשן, זיי זענען ווערדלאז און איך מיין אז נטורי קרתא אינאיינעם מיטן צימערמאן פארבאנד (דער מענטש וואס פארפלעקט כלל ישראל מיט זיינע אומבאגרייפליכע אנטריסטונגען) האבן אפילו לעצטענס ארויסגענימען א "פעטענט" דערויף און זיי פארמאגן לעגאל די רעכטן צו נוצן די מחאות, איך האב שוין דא אויך אין קורצן באטאנט די לעכערליכקייט פון מחאות,
עס ברויך א לענגערע היסטארישע באהאנדלונג פון די אמת'ע ווייטאג ביים מוחה זיין "אמאל" און די צייטן פון פנחס וואס זיין "בקנאו את קנאתי" איז געווען תורה'דיג און פון א מענטשליכע שטאנדפונקט ביזן פענאמענאלע באגריף "היינט" ווי התאחדות הרבנים מיט די עטליכע באטריגערישע באנדעס האבן אויסגעוועפט דעם מחאה פראצעדור ווי א זעקל לאקשן וואס ווערים זיצן דערין,



איך וואלט געזאגט פאר די נוסחאות מאכער, צעטלעך קלעבער, ווייטאג שפירער, פאשקעוויל ווארפער און די אלע וואס נוצן מוחה זיין פאר זייער ביזנעס, אז אויב שטערט ענק באמת אין הארץ פולע זאכן דאן זאלט איהר שוין טוישן גאנג ווי ביז אהער און אויפהערן מיט די פאלטשע היפאקריטסווע וואס האט נישט קיין הענט, פיס, בויך און גלידער, ווייל איר וועט ווערן נאך מער אויסגעשפיגן פון דעם געזעלשאפט און זיך טרעפן אין אן אינזל איינזאם ווען משיח קימט אינז אפנעמען, לאזט אפ פלארידא ווען ענק בויך אידן פאשען דארט וואקאציע און הערט אויף מיט אנדערע קרייזן ווי ליבאוויטש און אזוי ווייטער וועלכע זענען נאך ערליכער פון אינז (ששששש....) און טוען דעם רצון השם מיט א אומבויגזאמע תמימות אין א צייט ווען ציונות איז שוין נישט קיין פראבלעם ביי אסאך אינדרויסן פון אינזער מחנה וואס זענען אנטלאפן צוליב סיבות וסיבות שונות.

אז איך רעד שוין ארום דא וועל איך שילדערן א געשיכטע וואס האט געעפנט א לאך אין מיין הארץ און עס געלאזט אפן ביז יעצט, אהן א ענטפער פאר מיין עגבערנדע פראגע (אויב א מנהל זעהט אינטערעסע קען ער מיט מיין גאנצן צישטימונג עפענען א נייע טעמע און אפטיילן פון דעם אשכול)

ביי א איבערגעפרומטע פאמיליע מיט איינפלוס פון יעדע זאך וואס פארן צווייטן וועלט קריג איז נישט געווען, א שטייגער ווי נטורי קרקע און אזוי ווייטער האט א קינד ליידער אפגעלאזט זיין מסורה און אנטרינען פון טאטנ'ס שטוב און פון זיין פאמיליע וואס האט געלעכצעט נאך אים,
איך האב געשפירט א טרויער פאר דעם נשמה וויסנדיג אז ער גייט אויף א פעלד אנגעפילט מיט מינעס און שווערע עקספיריענס'ן וואס קומען אויף א שווערע וועג פון גייסטישע ליידן אפהאקן מיט פאמיליע און אזוי ווייטער.
איך האב "זיך נעכטן געגעסן און מארגן פארגעסן" און קיינמאל נישט פרובירט פארשטיין דעם "פארלאזער" ווייל איך האב נישט געהאלטן דערפון און איך האב פלעין "נישט געטראכט פון אים"
געווען יעצט א האלבע יאר צוריק און איך זעה א בילד פון אים און א לענגערע שילדערונג ווי ער שילדערט "סודות פון חדר" און איך לייען זיין געשיכטע וואס ער שילדערט מיט סענסיטיווע איבלענישן, און דאס איז וואס עס דרוקט אים.


איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי מחאות און אנטי ציונות האבן באקומען מער ליבשאפט ווי אינזער אייגענע פאמיליע, אלץ בחור האב איך געלערנט אין א ישיבה וואס איז אנגעשטעקט מיט אט די שיקאנירונגען פון האסן יעדער איד און איך האב פלייסיג מיטגעהאלטן די גאנצע מסגרת און איך האב נאך א יאר פון זיך פלאגן אויף תורה אוועקגעבנדיג פון מיין פרייע צייט און אייגן ווילן שעות אריכות ווילנדיג ברענגען צו מיינע עלטערן נחת, איך האב געלערנט גוט און זיך ענדליך פארהערט ביי א רייע "בוחנים" (א געוויסע "ארבעט" פאר "ארבעט'סלאזע" מענטשן) איך האב גוט געקענט אינעווייניג און אויסענווייניג און אלץ מתן שכרה בצדה געקריגן א "בעכער" פון די הנהלת הישיבה אלץ אנערקענונג פאר מיין אויסעגעווענליכע התמדה פון א גאנצן יאר הארעווען,
איך קום אהן אהיים מיט מיין אזוי באליבטע מתנה פון ישיבה, איך וויל הערן מיין טאטנ'ס גוט ווארט, א קניפ אין בעקל, א קלאפ אין רוקן, מיין טאטע עפנט דעם באקסל הייבט אהן הנאה האבן ווען מיטאמאל זעה איך א ווילדן גרימצארן אויף זיין באקן, ער כאפט מיין בעכער געבט עס א טראסקע אראפ אויפן ערד האקנדיג דערויף מיט זיין פיס ווען פון זיין מויל רייסן זיך ארויס ווילדע אטאקעס אנגעהויבן אויף מיר און געענדיגט מיטן הנהלת הישיבה, כאפט אייך אהן דאס הארץ, ער קוויטשעט מיט באנומענע יללות, ...פוי..ווי קען דאס ווערן געניצט פאר א מתנה ווען עס איז דערויף ארויפגעקריצט די טמא'נע ווערטער "מעיד אין איזראעל"?!?...שעמען זאלן זיי זיך!.....


אט דאס האב איך געלייענט און מיין מיינונג איז גארנישט אריינצירעדן אין אזעלכע האקעלע נושאים און איך גיי נישט געבן רעכט פאר דעם בחור'ל פארן אראפנעמען די בארד און פאות אבער איך קען נישט קיין טענות צו אים האבן.

און דאס איז ליידער מיט די סארט מענטשן וואס זייער גאנצע לעבן איז פול מיט לעבנסלוסט פון מוחה זיין, זיי אטעמען ציונות, און שטעלן זייערע פאמיליע'ס, קינדער'ס חינוך, ברענגען פרנסה, און אלעס ארום אלץ א זייטיגע זאך אין לעבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בעל מדות אום זונטאג פעברואר 08, 2015 10:50 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:04 am
האט שוין געלייקט: 734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1902 מאל

הודעהדורך עזריאל » זונטאג פעברואר 08, 2015 9:49 pm

יעצט געהערט א שטיקעל לימוד זכות אז די לעיטלי קול קורא איז פון די רבנים וואס גייען און פאלם ספרינג, זיי זענען קעגן די רבנים וואס גייען קיין מיאמי, איבערקוקנדיג די חתימות שטומט עס גוט (פאפא, וויען,) קען זיין אז און מיאמי איז דא מער וואס צו טוען מיט די צייט מילא האבן יעינ רבנים נישט קיין צייט פאר א קאונטער אטאקע
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1722 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm

איך מיין אז אפילו די קול קורא פון די רבנים איז געשריבן געווארן אין מיאמי יצ"ו, נישט אז יצחק שטערן האט געדארפט אראפצופארן, מ'האט עס געשיקט דורך אימייל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1431
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1742 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1847 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » מאנטאג פעברואר 09, 2015 2:17 pm

על הטוב יזכרו די רבנים וואס פארן אויף אנדערע פלעצער כדי נישט צו זיין היפאקריטס
ווי למשל סקולען, מהר״א מסאטמאר, פאפא, וויען, און נאך
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען,
אזוי?
דאס שרייבט איינער (newkave) וואס איז new to kava נישט איינער וואס קען מיין רעקארד
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 935
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2255 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג נאוועמבער 08, 2015 4:57 pm

עצה טובה ווער עס וויל זיך מקשר זיין מיט די צדיקים, קען ארויפקוקן צו די זין וואס שיינט אויך אין מיאמי.

אוי רבי רבי רבי מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר....
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1835
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1874 מאל

Re: מיאמי - כניסה לרבנים only!

הודעהדורך טמיר » זונטאג נאוועמבער 08, 2015 8:53 pm

בעל מידות: איך קען אסאך גרויסע קנאים, קיינער וואלט נישט געטון אפילו אן ענליכע זאך. אדער איז ער סתם אזוי א חסר דעה, אדער איז די מעשה 95% ליגענט.

וככלל, מען קען נישט פון אזאלכע סארט בויען א כלל אויף א גאנצע גרופע מענטשן
טמיר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 2683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

מיאמי - כניסה לרבנים only!

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » זונטאג נאוועמבער 08, 2015 10:27 pm

בעל מדות האט געשריבן:
איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי מחאות און אנטי ציונות האבן באקומען מער ליבשאפט ווי אינזער אייגענע פאמיליע, אלץ בחור האב איך געלערנט אין א ישיבה וואס איז אנגעשטעקט מיט אט די שיקאנירונגען פון האסן יעדער איד און איך האב פלייסיג מיטגעהאלטן די גאנצע מסגרת און איך האב נאך א יאר פון זיך פלאגן אויף תורה אוועקגעבנדיג פון מיין פרייע צייט און אייגן ווילן שעות אריכות ווילנדיג ברענגען צו מיינע עלטערן נחת, איך האב געלערנט גוט און זיך ענדליך פארהערט ביי א רייע "בוחנים" (א געוויסע "ארבעט" פאר "ארבעט'סלאזע" מענטשן) איך האב גוט געקענט אינעווייניג און אויסענווייניג און אלץ מתן שכרה בצדה געקריגן א "בעכער" פון די הנהלת הישיבה אלץ אנערקענונג פאר מיין אויסעגעווענליכע התמדה פון א גאנצן יאר הארעווען,
איך קום אהן אהיים מיט מיין אזוי באליבטע מתנה פון ישיבה, איך וויל הערן מיין טאטנ'ס גוט ווארט, א קניפ אין בעקל, א קלאפ אין רוקן, מיין טאטע עפנט דעם באקסל הייבט אהן הנאה האבן ווען מיטאמאל זעה איך א ווילדן גרימצארן אויף זיין באקן, ער כאפט מיין בעכער געבט עס א טראסקע אראפ אויפן ערד האקנדיג דערויף מיט זיין פיס ווען פון זיין מויל רייסן זיך ארויס ווילדע אטאקעס אנגעהויבן אויף מיר און געענדיגט מיטן הנהלת הישיבה, כאפט אייך אהן דאס הארץ, ער קוויטשעט מיט באנומענע יללות, ...פוי..ווי קען דאס ווערן געניצט פאר א מתנה ווען עס איז דערויף ארויפגעקריצט די טמא'נע ווערטער "מעיד אין איזראעל"?!?...שעמען זאלן זיי זיך!.....


אט דאס האב איך געלייענט און מיין מיינונג איז גארנישט אריינצירעדן אין אזעלכע האקעלע נושאים און איך גיי נישט געבן רעכט פאר דעם בחור'ל פארן אראפנעמען די בארד און פאות אבער איך קען נישט קיין טענות צו אים האבן.

און דאס איז ליידער מיט די סארט מענטשן וואס זייער גאנצע לעבן איז פול מיט לעבנסלוסט פון מוחה זיין, זיי אטעמען ציונות, און שטעלן זייערע פאמיליע'ס, קינדער'ס חינוך, ברענגען פרנסה, און אלעס ארום אלץ א זייטיגע זאך אין לעבן.


א ביטערע רחמנות אויף דער קינד וואס האט נעבעך געוואלט איבערצייגן די פאטער אז ער איז א מציון אין די פאטער האט עיהם צופילקט די בעכער, אין די טאטע דארף מען הענגן אונדרויסען פון שומר שבת א זונטאג נאכט.

אבער טוע א טובה הער אויף קויפן די קרעפ, דער בחור איז נישט אראפ פון וועג וועגען דעים, דאס איז אפשר א גוטע תירץ אדער א צו הילף, אבער זיי מוחל האק נישט אין טשיייניק.
דא ביי אונז א געוואלד קראנקע עלטערן וואס האבן געמאכט מיטן קינדער וואס זיי איז געפאלן, ספעיצעל די אינגערלייט וואס האבן עלטערן וואס זענען גיבורען תיכף נאכן קריג האבן די עלטערן איבגעלאסט יעדער שני וחמישי די טעם זיי האבן באקומען, אין ב״ה א הערליך דור פון חסידישע אינגערלייט מעט אייפאונס אין בעקיטשעס.
אראפ נעמען די פיאות האט זירא מיט א טאטע רוב מאל, סהאט מיט די קינד וועלען האקן א לעבן,
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2082 מאל

Re: מיאמי - כניסה לרבנים only!

הודעהדורך אהרן » זונטאג נאוועמבער 08, 2015 10:49 pm

@שטילע אינגערמאן איך ווייס נישט פינקטלעך אויף וואס די ביסט חולק, אבער עס איז מוסכם ביי אלע, אז איינער וואס באקומט נישט עקסעפטענס גייט נישט זוכן עקסעפטענס, נאר ער איז בועט אינעם סיסטעם וואס האט אים דעליווערט די ביטערקייט און גייט זיך זוכן עפעס אנדערש, ואכ"מ.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 561 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 08, 2015 11:47 pm

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ב"ה א הערליך דור פון חסידישע אינגעלייט מיט אייפאונס און בעקיטשעס.

:P
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14532
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17131 מאל

הודעהדורך מאטל שניידער » מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 6:22 pm

איינער האט אפשר א בילד פון די קול קורא אדער א PDF?
מענטשן'ס מחשבות ווערן געטוישט דורך אָבזערוואַציע און נישט דורך אַרגומענטן.
באניצער אוואטאר
מאטל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 239
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:31 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

הודעהדורך מרדכי ישראל » מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 7:10 pm

די לעצטע פאר יאר קומט שוין נישט ארויס קיין קול קורא'ס אקעגן פארן קיין מיאמי מען נעמט זיך איבער די עכט פרצות ווי סנודס און אינטערנעט
מרדכי ישראל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 8:20 pm

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
בעל מדות האט געשריבן:
איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי מחאות און אנטי ציונות האבן באקומען מער ליבשאפט ווי אינזער אייגענע פאמיליע, אלץ בחור האב איך געלערנט אין א ישיבה וואס איז אנגעשטעקט מיט אט די שיקאנירונגען פון האסן יעדער איד און איך האב פלייסיג מיטגעהאלטן די גאנצע מסגרת און איך האב נאך א יאר פון זיך פלאגן אויף תורה אוועקגעבנדיג פון מיין פרייע צייט און אייגן ווילן שעות אריכות ווילנדיג ברענגען צו מיינע עלטערן נחת, איך האב געלערנט גוט און זיך ענדליך פארהערט ביי א רייע "בוחנים" (א געוויסע "ארבעט" פאר "ארבעט'סלאזע" מענטשן) איך האב גוט געקענט אינעווייניג און אויסענווייניג און אלץ מתן שכרה בצדה געקריגן א "בעכער" פון די הנהלת הישיבה אלץ אנערקענונג פאר מיין אויסעגעווענליכע התמדה פון א גאנצן יאר הארעווען,
איך קום אהן אהיים מיט מיין אזוי באליבטע מתנה פון ישיבה, איך וויל הערן מיין טאטנ'ס גוט ווארט, א קניפ אין בעקל, א קלאפ אין רוקן, מיין טאטע עפנט דעם באקסל הייבט אהן הנאה האבן ווען מיטאמאל זעה איך א ווילדן גרימצארן אויף זיין באקן, ער כאפט מיין בעכער געבט עס א טראסקע אראפ אויפן ערד האקנדיג דערויף מיט זיין פיס ווען פון זיין מויל רייסן זיך ארויס ווילדע אטאקעס אנגעהויבן אויף מיר און געענדיגט מיטן הנהלת הישיבה, כאפט אייך אהן דאס הארץ, ער קוויטשעט מיט באנומענע יללות, ...פוי..ווי קען דאס ווערן געניצט פאר א מתנה ווען עס איז דערויף ארויפגעקריצט די טמא'נע ווערטער "מעיד אין איזראעל"?!?...שעמען זאלן זיי זיך!.....


אט דאס האב איך געלייענט און מיין מיינונג איז גארנישט אריינצירעדן אין אזעלכע האקעלע נושאים און איך גיי נישט געבן רעכט פאר דעם בחור'ל פארן אראפנעמען די בארד און פאות אבער איך קען נישט קיין טענות צו אים האבן.

און דאס איז ליידער מיט די סארט מענטשן וואס זייער גאנצע לעבן איז פול מיט לעבנסלוסט פון מוחה זיין, זיי אטעמען ציונות, און שטעלן זייערע פאמיליע'ס, קינדער'ס חינוך, ברענגען פרנסה, און אלעס ארום אלץ א זייטיגע זאך אין לעבן.


א ביטערע רחמנות אויף דער קינד וואס האט נעבעך געוואלט איבערצייגן די פאטער אז ער איז א מציון אין די פאטער האט עיהם צופילקט די בעכער, אין די טאטע דארף מען הענגן אונדרויסען פון שומר שבת א זונטאג נאכט.

אבער טוע א טובה הער אויף קויפן די קרעפ, דער בחור איז נישט אראפ פון וועג וועגען דעים, דאס איז אפשר א גוטע תירץ אדער א צו הילף, אבער זיי מוחל האק נישט אין טשיייניק.
דא ביי אונז א געוואלד קראנקע עלטערן וואס האבן געמאכט מיטן קינדער וואס זיי איז געפאלן, ספעיצעל די אינגערלייט וואס האבן עלטערן וואס זענען גיבורען תיכף נאכן קריג האבן די עלטערן איבגעלאסט יעדער שני וחמישי די טעם זיי האבן באקומען, אין ב״ה א הערליך דור פון חסידישע אינגערלייט מעט אייפאונס אין בעקיטשעס.
אראפ נעמען די פיאות האט זירא מיט א טאטע רוב מאל, סהאט מיט די קינד וועלען האקן א לעבן,


אין דער ספר הזכרון אויף הרב הוטנער, ברענגען זיי א גאר אינטרעסאנטע רשימה פון איהם. ער שרייבט וואס איז געשען צו איהם נאכ'ן לערנען דער מוסר מהלך. ער האט אלס געוואוסט די גמרא פון אותו האיש, וואס יהושע בן פרחיה האט איהם דערווייטערט אין מיטען ק"ש מיט א שאקעל מיט די האנט, און אזוי איז ער ארויס לתרבות רעה.
איידער ער האט געלערנט מוסר, האט ער געטראכט ביי זיך, קוק אן די גאנצע קריסטענדום, אלס איז געבויט אויף א קליינע שאקעל מיט די הענט, קוק ווי אלס איז געבויט אויף אזא קליינע יסוד, ס'איז אלס איין שטיק גארנישט. נאכ'ן לערנען מוסר האט ער געזען אז פארקערט, מ'זעט פון דא די גרויסע כח פון א שאקעל מיט די האנט, אז פון אזא קלייניקייט קען ארויסקומען אזא מין ריזיגע צרה ווי די קריסטליכע גלויבונג, וואס האט יארען געבויט און געבליעט און גערודפ'ט אידען און דער אויבישטער. אלס פון א שאקעל מיט די האנט.

אין מיין קליינע ערפארונג אין מיין קינדער האב איך זיך איבערגעצייגט מערערע מאל דער ענין. אמאל קען מען דורך א קלייניקייט מאכען פראבלעמען און פאררעכטען אדער אויסמיידען פראבלעמען דורך א קלייניקייט. יא, איך האב נישט קיין ערפארונג אין בחורים אוועק גייען פון אידישקייט און וויאזוי דאס צו פארמיידען, אבער ס'איז מיר בכלל נישט קיין וואונדער אזא מעשה. אז דער בחור גייט צוריק אין ישיבה אן א חשק אין לערנען, און דערנאך זוכט ער מיט וואס אנצופילען די צייט, איז עס מיר גאנץ לייכט פארצושטעלען דער גליטש פון אזא מעשה.

איך האב זיך אויסגעלערנט נישט מזלזל צו זיין אין קלייניקייטען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6272
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5943 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 1:31 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין דער ספר הזכרון אויף הרב הוטנער, ברענגען זיי א גאר אינטרעסאנטע רשימה פון איהם. ער שרייבט וואס איז געשען צו איהם נאכ'ן לערנען דער מוסר מהלך. ער האט אלס געוואוסט די גמרא פון אותו האיש, וואס יהושע בן פרחיה האט איהם דערווייטערט אין מיטען ק"ש מיט א שאקעל מיט די האנט, און אזוי איז ער ארויס לתרבות רעה.
איידער ער האט געלערנט מוסר, האט ער געטראכט ביי זיך, קוק אן די גאנצע קריסטענדום, אלס איז געבויט אויף א קליינע שאקעל מיט די הענט, קוק ווי אלס איז געבויט אויף אזא קליינע יסוד, ס'איז אלס איין שטיק גארנישט. נאכ'ן לערנען מוסר האט ער געזען אז פארקערט, מ'זעט פון דא די גרויסע כח פון א שאקעל מיט די האנט, אז פון אזא קלייניקייט קען ארויסקומען אזא מין ריזיגע צרה ווי די קריסטליכע גלויבונג, וואס האט יארען געבויט און געבליעט און גערודפ'ט אידען און דער אויבישטער. אלס פון א שאקעל מיט די האנט.
איך האב זיך אויסגעלערנט נישט מזלזל צו זיין אין קלייניקייטען.


היינט איז זיין יארצייט
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען,
אזוי?
דאס שרייבט איינער (newkave) וואס איז new to kava נישט איינער וואס קען מיין רעקארד
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 935
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2255 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט