אב"ד נועם ורצון אויף טוויטער: אונזער עדיוקאציע דארף א תיקון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:17 pm

איך בין מיט אב”ד נועם ורצון הרה״ג הצדיק ר׳ יואל אשר לאבין שליט״א ער איז איינע פון די געטרייסטע אמתע היימישע אידן וואס מיינען דעם ציבור. ווער סקען אים ווייסט גאנץ גוט וויפל שעהן אין טאג ער געט זיך אוועק פאר כלל ישראל אין תפיסות, שפיטעלער, נירן-ארגאנזאציע וכו׳ וכו׳. א זעלטענהייט פון א פיינע געשמאקע קלוגע איד. ער האט מיר געגעבן חשק נישט איבערצולאזן אידישקייט אינגאנצן און בלייבן דא. ווייל כהאב געזעהן אז מקען זיין א נארמאלע אויפגעקלערטע מענטש און נאכאלץ בלייבן מיט די חסידישע שטייגער פונקט ווי הרה״צ ר׳ יואל אשר. ער מיינט דע טובת הכלל, און טראכט גראד.

וואס פארא א פארגלייך איז ער צו די פארגרעבטער מגושמדיגע שייגעץ און מסור הנודע לשמצה גערי שלעזינגער דער וועלטס בארימטע טאכעסלעקער?

הרב לאבין איז א אמתע מענטש א איד א צדיק!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:21 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
הרה״ק מפאפא זצ״ל האט דערציילט אז ער האט משתוקק געוועהן צו וויילן ביים אהבת ישראל אויף א שב״ק אבער היות ער איז דאן געוועהן דיין אין סאטמאר האט ער מורא געהאט צופארן.

אמאל איז ער דורכגעפארן דורך גרויסווארדיין האט ער בכוונה געשפעטיגט די צוג כדאי צוזיין במחיצותו אויף א שבת.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5387
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3179 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:17 pm

יואל אשר אויף טוויטער

א ידיד א תלמיד חכם האט מיר גערופן פרעגן איבער מיין מיינונג וועגן עדיוקעישאן. איך האב אים געפרעגט אזוי: אויב איינער איז מגרש א פרוי על תנאי אז אונזער ענגליש עדיוקעישאן איז גוט, איז זי מותר לשוק?
"הממממ.... עס איז כדאי צו איבערמאכן די גט"
האט ער מיר געזאגט מיט א שמייכל
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:35 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:הרה״צ רבי יואל אשר לאבין שליט״א אב״ד נועם ורצון אויף טוויטער

א ידיד א תלמיד חכם האט מיר גערופן פרעגן איבער מיין מיינונג וועגן עדיוקעישאן. איך האב אים געפרעגט אזוי: אויב איינער איז מגרש א פרוי על תנאי אז אונזער ענגליש עדיוקעישאן איז גוט, איז זי מותר לשוק?
"הממממ.... עס איז כדאי צו איבערמאכן די גט"
האט ער מיר געזאגט מיט א שמייכל


ביטע זיי נישט בייז. די תקנות פון ק״ש פארלאנגט אז יעדע רב זאל מען שרייבן א טיטל. אויף מיר האט מען געשריגן קולות וברקים ווייל כהאב נישט געשריבן קיין רעב אויף דעם ״מענטשען פרעסער״ דער מארמרישער פויער ליידער א וויזניצער דער פארגרעבטער גנב פון די דין תורות אברהם בארעך ראזנבערג. לאבין איז דאך א איד א צדיק כיודיע און פון די גרויסע עסקנים און רבנים פון כלל ישראל.
הרה״ק מפאפא זצ״ל האט דערציילט אז ער האט משתוקק געוועהן צו וויילן ביים אהבת ישראל אויף א שב״ק אבער היות ער איז דאן געוועהן דיין אין סאטמאר האט ער מורא געהאט צופארן.

אמאל איז ער דורכגעפארן דורך גרויסווארדיין האט ער בכוונה געשפעטיגט די צוג כדאי צוזיין במחיצותו אויף א שבת.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5387
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3179 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 9:15 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
ווען אן עסקן פרובירט אים שטיל צו מאכן זאגנדיג אז יעצט איז נישט די צייט דערפאר, אדער אז ער זאל עס שרייבן אויף אידיש אינעם מאמענט, ענטפערט ער מיט פיקחות ווואזשנע תירוצים און באלעקנדע ענטפערס, אזש אלע גאונים וואלטן געטרייסלט פון אזעלכע שארף שפיציגע גאונות.

פארוואס???

פארוואס??? ווייל ער איז אויך א עסקן און וויל די טובה פון אונזערע קינדער. פארוואס דארף יענע עסקן'ס ווארט זיין חשובער??

המלוכה והממשלה: דו ביזסט טויזנט פראצענט גערעכט. ס'זענען דא פארשידענע ערליי עסקנים. למשל, אין מאה שערים אדער בית שמש הייסט אן עסקן ווער ס'שפייט אויף חילוניות'דיגע פרויען ווען זיי גייען אריבער מיט א סטראוללער אויף די גאס. אבער הרב יואל אשר לאבין שליט"א איז אן אנדער סארט עסקן. ער איז אן עסקן וואס טוט אויף פאר אידישקייט. לקדש שם שמים. ושיהא שם שמים מתאהב על ידינו...!...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12040
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13402 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7702 מאל

הודעהדורך בן חכמוני » מאנטאג אפריל 16, 2018 12:03 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:נאך א נקודה למחשבה:

אונזערע קינדער ווילן ניטאמאל לערנען קיין ענגליש. זיי הייבן נעבאך נישט אן צו פארשטיין דאס נחיצות הענין.

נאך ביז צום היינטיגן טאג איז ענגליש - פאן טיים...


זאלן די טאליבאנע מלמדים אויפהערן העצן די קינדער דורכן פארגלייכן ״עענגליש״ צו עמלק וכדומה. זכרני ימים ווען דער פערד פלעגט צו שפאצירן צום בלעקבאורד מיטן מעקער און אויסרופן, ״תמחה את זכר עמלק״ און אזוי אויסמעקן די באורד. ווען דער טיטשער קומט דערנאך אריין, יהיה מי שיהיה, האט ער שוין פארלוירן האלב קלאס.

קאך_לעפל האט געשריבן:עס זענען פארהאן צוויי באמערקונגען וואס כ'מיין אז קיינער האט נאך נישט געהעריג ערווענט:

1
די מקור וואס די משכילים נוצן צו פארפירן די מאסן און צו פארטושן די די מוחות פון די אלגעמיינע מענטשהייט איז א גמרא אין מסכת קדושין:

תנו רבנן: האב חייב בבנו למולו ולפדותו וללמדו תורה ולהשיאו אישה וללמדו אומנות.

האט רבינו הקדוש מסאטמאר אמאל מדייק געווען (טאקע אונטער אזעלעכע אומשטענדן אין וועלכע כלל ישראל געפונט זיך אצינד) אז די ברייתא גייט אין א כראנאלאגישע סדר: א קינד ווערט געבוירן, ערשט נעם אים אראף די ערלה, דאן מאך זיכער אז דאס בלייבט טאקע ביי דיר און נישט ביים בייזן כהן. דאן לערען מיט אים תורה, דאן טרעף אים די ליבע פון זיין הארץ, און ערשט דאן לערען אים אויס א פאך. (נישט פאר די חתונה, נאר ערשט נאך די חתונה) ודו''ק.

אגב, רבי נהוראי זאגט דארט אין די גמרא אז ניין: "מניח אני כל אומנות שבעולם ואיני מלמד את בני אלא תורה שאדם אוכל משכרה בעולם הזה והקרן קיימת לו לעולם הבא ושאר כל אומנות אינן כן כשאדם בא לידי חולי או לידי זקנה או לידי יסורין ואינו יכול לעסוק במלאכתו הרי הוא מת ברעב אבל התורה אינה כן אלא משמרתו מכל רע בנערותו ונותנת לו אחרית ותקוה בזקנותו בנערותו

די משכילים און אנגעבליכע כלל פארזארגער וואלט דאך דעם רבי נהוראי געהאנגן אין די סאמע צענטער פון טיים סקווער...


צו ערשט, שוין יא ערווענט: viewtopic.php?p=381836#p381836

און ווי דו קענסט דארט זעהן איז דער רבי פלעין מופרך. ס׳דא א תשובה אין שבט הלוי ווי ער מאכט כלאחר יד אוועק דעם שטיקל. נעמען א פשוטע גמרא און רמב״ם און עס אזוי שמיר ניש דיר נישט אריינפעקלען א פשט ווייל פארוואס נישט. א בפירושע חסדי דוד אויף פארקערט ווי גאנצע הויפט ראיה!

און די בעסטע איז נאך די בפירושע מגן אברהם, דער פוסק אחרון ביי די סיקריקים (שטייצעך ווי לאנג עס קומט גוט אויס), וואס ברענגט די חיוב להלכה. איי ווי דאס קלאפט אין פנים קעגן דאס וועלן פאסקענען ווי רב נהוראי וועם די היימישע טאליבאן און מאדערענע סיקריקים וואלטן דערקלערט קעניג אן א שמן המשחה. (אזוי שפילט מען די געים?)

איסר האטלקי האט געשריבן:וואס דער עולם כאפט נישט איז איין זאך, אויב מאסטער געווינט גייען זיך נישט די מוסדות טוישן און אנהויבן לערנען מער ענגליש, נאר די העלדישע רבנים גייען זיך גענצליך מתנזר זיין משולחן איזבל און שכל לימוד גייט קאסטן עשרות אלפים יערליך. אויב האט מען געמיינט אז ביז יעצט איז טייער, קען מען זיך גרייטן. און פון לערנען ענגליש קען מען פארגעסן.


״דער עולם כאפט נישט״? ״נאר די העלדישע״? דער עולם ערווענט און דער עולם כאפט פיין. קיין איין ערנסטע מענטש בתוכינו איז נישט אינטערעסירט און לערנען די קינדער אלע חאזעריי און כפירה וואס מען לערנט אין די פובליק סקולס. מען דארף נישט זיין העלדיש, מען דארף פלעין זיין א יוד. זאל ער געווינען וועט קיינער זיך נישט צושטעלן און עס האט גארנישט מיט העלדישקייט.

וואס דו כאפסט נישט איז אויב מאסטער געווינט וועט עס נאר זיין צוליב ענק טאליבאנע זכריה בן אבטולס׳ניקעס וואס ברויכן כסדר זיין פרומער פונעם פריעדיגן פרומקייט שטאפל צו וועלכע עטץ
האטס ערשט פריערט ארויפגעשלעפט דעם גאנצן ציבור פונעם פריעדיגן שטאפל. איינער דעטאלירט שוין די אלע גאול-פאוסט ריקעריי וואס איז פארגעקומען דורכאויס די לעצטע פינף זעקס יאר, אלעס מיט איין מטרה: ווייזן פאר יעדן ווי הייליגע כשרע חזיר פיסלעך עטץ האטס.

ווען עס איז ווען אפ צו ענק וואלט מען די גאנצע ענגליש מבטל געווען און פטור אן עסק. אמער, אז מען קען סייווי זיין א מיליאנער אן ענליש וואס ברויך די גאנצע זאך בכלל? דאס קענט עטץ נאר נישט ווייל די רבי האט עס שוין געהאט און ביי אים האט עטץ געקענט ברעכן שפיגלעך אנשטאט.

לויט ווי עס איז קלאר געווארן מיט די מערכה ווי אונזער עליט שטייט קען גאר זיין א גוטע זאך אז אלע מוסדות׳ער פארלירן די גרענטס און דארפן שליסן טויערן. עס וועט בסך הכל געבן א בעסערע שאנס פאר ניכטערע מוחות צו עפענען מוסדות מיט נארמאלע חינוך פראגראמען, אריינגערעכענט די לימודי קודש וועלכע דארף נאך פונקט אזוי א תיקון ספעציעל ביי די ישיבה לעוועל. (און זאג מיר נישט אז מען קען יעצט אויך ווייל ניין!!! מען קען נישט און וועגן ענק סיקריקים וועלכע האלטן שוין כלל ישראל פארמשכונט זינט פארן חורבן הבית ימח שמכם וזכרכם.)
The heart has its reasons of which reason knows nothing.
Pascal -
בן חכמוני
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 26, 2015 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 16, 2018 12:12 pm

ערשט שלום אליכם, וואס מאכסטו עפעס גוטס? וויאזוי גייט דיר דאס לעבן?

צווייטנס הרב בן חכמוני, שמך נאה לך, ואתה נאה לשמך.

דריטענס, איר קומט אריין אביסל צו שארף, מילד גערעדט. ס'זעט זיך עפעס אויס ווי ס'קוועשט אייך עפעס אויפן געוויסן. אלזא דער חכם מכל אדם שרייט שוין דאגה בלב איש ישיחנה... לאמיר הערן... קוילער עטוואס אראפ פון הארץ דיין שווערע לאסט....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1095
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1129 מאל

הודעהדורך בן חכמוני » מאנטאג אפריל 16, 2018 12:33 pm

שכח פארן קאמפלימענטן. דעם דאגה בלב איש האב איך מקיים געווען מיטן פריעדיגע פאוסט. די פרומקייט און ווילדקייט ביי אונז איז וואס באדערט מיך.
The heart has its reasons of which reason knows nothing.
Pascal -
בן חכמוני
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 26, 2015 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג אפריל 16, 2018 1:21 pm

בן אדם האט געשריבן:קען מיך איינער לינקען צו זיין טוויטער קאנטע?
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2950
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3063 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1415 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » מאנטאג אפריל 16, 2018 1:44 pm

לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 460
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

מענה

הודעהדורך יונה כהן » דינסטאג מאי 01, 2018 3:37 pm

ראובן האט געשריבן:
רימון האט געשריבן:קראקס אויף טוויטער איז א כתה ב' שפראך און נישט אזוי רעדן ערוואקסענע און באזעסענע מענטשן. דיין נידריגע שפראך און רעטאריק שטעלט אין שאטן פרידן פון אייוועלט. הרב לאבין האט קלאר געזאגט אז ער "סופארט נישט מאסטער" און געמאכט גאר א שטארקע און עלעקוואנטע ארגומענט פארוואס. דיין קעפל איז שקר, הוצאת שם רע און פארפירעריש.
לגופו של ענין טוט לאבין ממש א העלדישע עבודת הקודש יעצט, ווען פאר די הייליגע מצוה פון קעמפן קעגן מאסטער איז אצינד געווארן דער אפיציעלער נאראטיוו אז אין אונזער ישיבות איז אלעס געוואלדיג און קיין איין ווארט ווערט נישט דערמאנט אז רעפארמען זענען נויטיג עי' ערך אהרן בנציון ווידער. די עוולה דערפון און די רשעות דערפון האט נישט קיין ווערטער.
זאגן אז לאבין טאר נישט יעצט רעדן פון אונזער פעלערהאפטיגע און סכנה'דיגע עדוקאציע סיסטעם איז גענוי די זעלבע טענה פון די בלוט דורשטיגע NRA אז נאך א מאסן שיסעריי טאר מען נישט רעדן פון גאן קאנטראל.
איך שטוין ווי הרב לאבין האט באמת אין זיך א מסירת נפש צו גיין קעגן די גאנצע עסטאבלעשמענט און זאגן במר נפשו וואס עס ליגט ביי אזויפיל פון אונז אויפ'ן הארץ און כ'האב ממש געהאט טרערן אין די אויגן ביים ליינען זיינע טוויטס. איך האב נישט די דרייסט זיך ארויסצושטעלן אזוי בפומבי און קעמפן אויף א זאך וואס איך האלט פאר וויכטיג און אין מקוה וועל איך נאכזינגען דעם זעלבן ניגון ווי יעדן עס ברענגט אים נישט קיין כבוד און נישט קיין געלט אויב עפעס נאר דאס פארקערטע (יעדער איינער ווייסט וויפיל פאן עס איז צו זאגן אן אות אחת אנדערש ווי די עליטע) און ער טוט עס פשוט פאר'ן וואוילזיין פון מיינע און זיינע און דיינע קינדער.
יעצט וועט ער ליידן בושות און שיקאנירונגען, כ'בין אבער איבערצייגט אז היסטאריע וועט אים פארמשפטן מיט גאלדענע אותיות און אפשר נישט בלויז די היסטאריע נאר אפילו דער נאנטער צוקונפט.
#ראביי_לאבין_דאס_ספיק_פאר_מי

דו האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. הרב לאבין איז דער זעלטענער העלד וואס רעדט וואס ער האלט. ער שפילט נישט דעם געים צו טאנצן נאכ'ן שדים-טאנץ פון א.ג. "עסקנים" ושאר מרעין בישין. רבנים וואס אין יעדן פאל גייען זיי נאך דעם סקריפט האבן מיר גענוג. ענדליך האבן מיר א חשוב'ן רב, א תלמיד חכם, בר דעת, און בעל מסירת נפש, וואס זאגט זיין דעה אויף יעדער נושא.

צי האב איך דען ליב יעדע פון הרב לאבינ'ס דעות? אוודאי נישט. אבער העטן ווען אלע דעות זיינע געשטימט מיט מיינע וואלט ער דאך געטאנצן מיין טאנץ. איך האב ליב א רב וואס טאנצט זיין אייגענעם טאנץ.

און וואס זאגט דען הרב לאבין? ער זאגט דאס זעלבע וואס יעדער וואס האט א מוח בקדקדו זאגט. יעדער מחנך ווייסט אז דער מצב פון "ענגליש" איז א חורבן ביי אונז, און יעדער וואס דיעלט מיט יונגעלייט ווייסט וויפיל מוטשען זיך א דאנק דאס נישט האבן א בעיסיק עדיוקעישאן.

אינטערעסאנט אז דער זעלבער ר' @יונה כהן, וועלכער איז יעצט פארנומען ווייזן דעם "ביזנעס דירעקטארי" אז אונזער עדיוקעישאן איז געוואלדיג, איז עטליכע יאר צוריק געווען פארנומען פארשפרייטן דעם פאלגנדן בריוו וואס האט געשטורעמט אז אונזערע מוסדות גרייטן נישט אן אונזערע קינדער פאר פרנסה. יא, כ'ווייס אז ר' יונה האט נישט אליין געשריבן דעם בריוו, אבער ער האט עס ארומגעשיקט צו אלע זיינע פריינט און האט מסכים געווען מיט כמעט אלעם וואס איז געשטאנען דארטן.

הכסף והכבוד יענה את הכל. אבער פאר אונזערע קינדערלעך קעירט מען נישט.


איך זעה איצט דאס ערשטע מאל דעם פּי די עף פייל פון א בריעף וואס איינער האט עס אפגעשיקט לכאורה צו מיר. ס'איז מיר הפלא ופלא אז איינער זאל נעמען די מיה, און אזוי פיל כוח אין מוח אריינצולייגען און מיט טענות אויף מיר, אני הקטן.
און אלס פאר איין טוויט??? אתמהה??

איך האב אפילו נישט קיין צייט אדורך צו גיין אלע טענות פון די וויכטיגקייט זיך צו לערנען א פרנסה, נא שוין, ער קען עס מיר אפשיקן געדרוקט אויף פאפיער און איך וועל אונטערשרייבן אויף 99.9999% וואס ס'שטייט דארט און עס אפילו נעמען פאר א זיגל פון א נאָטאַר (משה מעצגער פון שומר שבת מאכט עס פאר שיבוש) לאות ולמופת לכל העולם כולו.

וויאזוי דאס האט א שייכות צו די פארלאנגען וואס יאפעד אָרג אז די רעגירונג זאל זיך אריינדרינגען אין אונזערע מוסדות, ווייס איך נישט. ס'איז א פשוט'ע פאקט אז היי-סקול עדוקעישן זעלבסט, קען נישט מינדערן קיין מקצת דמקצת פון אונזערע פינאנציעלע צושטאנד. עס איז אויך קלאר אז אפילו נאר נאכצוקומען 25% פון זייערע recomonations ווי למשל טיטשער קוואליפיקאציעס און די צאל שעות פון לימודי חול, און וויפול יאר קלאסן, וועט אפּקאסטן אלפי אלפים "פּער" קינד מער. איז דען דער ציבור בפרט זענען דען די אָפּרעדערס, גרייט צו צאלן זייער חלק שכר לימוד??

איז דען דא א ממשות'דיגע האפענונג איז די רעגירונג וועט שטיצן מיט געלט אזא זאך? (אין די אזוי גערופענע REPORT פון יאפעד איז נישט דא קיין שום דבר או חצי דבר איבער די costs per each and every chasidic child פון זייערע רעקעמאנדאציעס - און איך בין חושש אז איך ווייס פארוואס זיי באנעמען זיך נישט מיט די פראגע) ס'איז אלץ הבלי הבלים.

אפשר קען איינער אנפרעגען די קאטאָליק סקול אדמיניסטראטורן וואס לערנען שוין יא 100% די קעריקולעם פון די סטעיט. צו זיי באקומען א שפּיי פונעם סטעיט?? בשעת ווען זייער שכר לימוד איז 5 פאכיג מער ווי מיר צאלען פאר שכר לימוד.

איך צי גארניש צוריק פון מיין שטיין אין פאבליק זיך אננעמען פאר אונזערע ישיבות, און דיין ""כסף וכבוד" באשולדיגונג איז אן עקעל און נידריג ווייל סהדי במרומים עס איז נישט דא אין דעם פאר מיר לא מזה ולא מזה. יא איך ארבעט פאר אגודה און יא אגודה האט מיך אויפגענומען ווייל איז בין שוין אקטיוו און אגודה עסקנות קרוב צו 40 יאר בעז"ה.

מ'קען זיך ערענסט טענה'ן אויף יעדן פרט. די אונטערשטע שורה איז, וואס איז ביי אונז בבת עיננו. און מיר וואס די וואס ס'איז נוגע בלבבו אז אונזער הייפעלע קטנה שרדי אש זאל בלייבען ווייטער מיט אונזער מורשה מיט אונזער קולטור און דרך החיים זאל האבען א קיום דערזעט און אנערקענט א געפערליכע סכנה אין דעם פראגראם פון יאפעד. און דאס מוז מען בכל מחיר באקענפן. זאנסט בין איך מסכים אויף אלע גוטע עיצות צו אויסלערנען אונזער יונגע קינדער און יונגעלייט צו קענען זיין גוטע בעלי פרנסה וואס זייער ציל און לעבען איז צו זיין תלמידי חכמים ויראי אלוקים נישט קיין נפקא מינא צו איז דורך זיין א קוימען קערער, פלאמבער צו א חשבון פירער. ווייל סוף כל סוף אשרי מי שבא לכאן ותלמידו בידו.

כידוע מיר אין אגודת ישראל זענען נישט די איינציגסטע וואס טוען אויסשולטן יונגעלייט און פרויען מיט פרנסות כגון bookeeping און CPA וכו' און פול אנדערע מקצוע'ס. און איבער די יארן האט שוין אגודה ארויסגעגעבן 100טער אויב נישט 1000טער חסיד'ישע תלמידים בעלי פרנסה טובים.

אודאי דארף מען טון מער און מער און בעסער און בעסער. אבער דאס אויסמישן דעם רצון און תפקיד צו מאכן אונזערע פרנסות בעסער מיט דעם טפשות'דיגע ('טיפשות' איז מילד, ווייל באמת איז דא אין דעם א רשעות, נאר ס'לשון פאסט דאך נישט...) פראגראם פון די שונאי הדת מהרסים און זיי גיבען א פלייצע כל דהוא איז א שאנדע.
יונה כהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2012 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

הודעהדורך בן ישי » דינסטאג מאי 01, 2018 3:51 pm

ר' יוסל אז איר זענט שוין יא דא וואלט איך אייך געוואלט פרעגן צו איר האט שוין אמאל גערעדט מיט מאסטער אין אויב יא וואס איז געווען די שמועס.
איך פרעג פאר צוויי סיבות, 1 איך בין פשוט נייגעריג, אין 2 ווייל ווען מ'אטאקירט עם אז ער האנדלט נאר מיט שונאי ישראל , טענה'ט ער אז ער האט פרובירט צו רעדן צו אינזער זייט אבער מ'האט עם איגנערירט.
איז אזויווי איר זענט א באוויסטע מענטש בין איך נייגעריג צו הערן אויב ער האט פרובירט צו רעדן צו אייך אדער אפשר ווייסט איר פון איינעם אנדערש אין די אגודה וועם ער האט גערופן?
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1274
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

הודעהדורך יונה כהן » דינסטאג מאי 01, 2018 4:02 pm

בן ישי האט געשריבן:ר' יוסל אז איר זענט שוין יא דא וואלט איך אייך געוואלט פרעגן צו איר האט שוין אמאל גערעדט מיט מאסטער אין אויב יא וואס איז געווען די שמועס.
איך פרעג פאר צוויי סיבות, 1 איך בין פשוט נייגעריג, אין 2 ווייל ווען מ'אטאקירט עם אז ער האנדלט נאר מיט שונאי ישראל , טענה'ט ער אז ער האט פרובירט צו רעדן צו אינזער זייט אבער מ'האט עם איגנערירט.
איז אזויווי איר זענט א באוויסטע מענטש בין איך נייגעריג צו הערן אויב ער האט פרובירט צו רעדן צו אייך אדער אפשר ווייסט איר פון איינעם אנדערש אין די אגודה וועם ער האט גערופן?


שתי תשובות
על ראשון: ניין איך האב נישט געהאט קיין שום ערענסטע שמועס מיט אים (ער האט מיך שוין אפאר מאל נאכגעשריגן אין פאבליק כדרכו, ווער עס האלט נישט מיט אים באקומט פון אים א קיתון של שופכין)

צווייטנס, והעיקר ער איז נישט קיין בעל דברים מיט מיר אדער מיט אונז, ער האט בפרהסיא פארלאזט אונזער גלויבען (וזה זכותו תחת הקאנסטיטוציע של אמעריקע) ער האט נישט קיין קינדער ביי אונז ובלע"ז he has no skin in the game איז ער נישט קיין בעל דברים דידי או שלנו בשום פנים ואופן לא לפי החוק ולא על פי ההגויון

און יא PEARLS ארגאנאזאציע האט שוין אויסגעגעבן אלפי אלפים ורבבות אין אינוועסמענט אין ביכער און טרעינען טיטשערס וואס ארבעטן און אונזערע ישיבות. אבער וכל זה איננו שוה לו ער האט דאך טענות אין דעם ריפּארט אויף ישיבות וואס געבען ארויס מער גראדואירטע ווי ברוקלינער פאבליק סקולס!!!
יונה כהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2012 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

הודעהדורך בן ישי » דינסטאג מאי 01, 2018 4:08 pm

יא איך האלט אז pearls איז טאקע א גיטע ארגענזאציע אין איך האף אז זיי וועלן מצליח זיין אין אלע ענינים מיט שטיל מאכן די קריטיקירער אין בעסער מאכן די עדיוקאציע (איך בין זיכער אז די האלטסט אויך אז עס קען זיין בעסער - יעדע זאך קען זיין בעסער).
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1274
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

הודעהדורך יונה כהן » דינסטאג מאי 01, 2018 4:10 pm

:דאבללייק:
יונה כהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2012 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג מאי 01, 2018 4:55 pm

יונה כהן האט געשריבן:איך זעה איצט דאס ערשטע מאל דעם פּי די עף פייל פון א בריעף וואס איינער האט עס אפגעשיקט לכאורה צו מיר. ס'איז מיר הפלא ופלא אז איינער זאל נעמען די מיה, און אזוי פיל כוח אין מוח אריינצולייגען און מיט טענות אויף מיר, אני הקטן.
און אלס פאר איין טוויט??? אתמהה??

איך האב אפילו נישט קיין צייט אדורך צו גיין אלע טענות פון די וויכטיגקייט זיך צו לערנען א פרנסה, נא שוין, ער קען עס מיר אפשיקן געדרוקט אויף פאפיער און איך וועל אונטערשרייבן אויף 99.9999% וואס ס'שטייט דארט און עס אפילו נעמען פאר א זיגל פון א נאָטאַר (משה מעצגער פון שומר שבת מאכט עס פאר שיבוש) לאות ולמופת לכל העולם כולו.

וויאזוי דאס האט א שייכות צו די פארלאנגען וואס יאפעד אָרג אז די רעגירונג זאל זיך אריינדרינגען אין אונזערע מוסדות, ווייס איך נישט. ס'איז א פשוט'ע פאקט אז היי-סקול עדוקעישן זעלבסט, קען נישט מינדערן קיין מקצת דמקצת פון אונזערע פינאנציעלע צושטאנד. עס איז אויך קלאר אז אפילו נאר נאכצוקומען 25% פון זייערע recomonations ווי למשל טיטשער קוואליפיקאציעס און די צאל שעות פון לימודי חול, און וויפול יאר קלאסן, וועט אפּקאסטן אלפי אלפים "פּער" קינד מער. איז דען דער ציבור בפרט זענען דען די אָפּרעדערס, גרייט צו צאלן זייער חלק שכר לימוד??

איז דען דא א ממשות'דיגע האפענונג איז די רעגירונג וועט שטיצן מיט געלט אזא זאך? (אין די אזוי גערופענע REPORT פון יאפעד איז נישט דא קיין שום דבר או חצי דבר איבער די costs per each and every chasidic child פון זייערע רעקעמאנדאציעס - און איך בין חושש אז איך ווייס פארוואס זיי באנעמען זיך נישט מיט די פראגע) ס'איז אלץ הבלי הבלים.

אפשר קען איינער אנפרעגען די קאטאָליק סקול אדמיניסטראטורן וואס לערנען שוין יא 100% די קעריקולעם פון די סטעיט. צו זיי באקומען א שפּיי פונעם סטעיט?? בשעת ווען זייער שכר לימוד איז 5 פאכיג מער ווי מיר צאלען פאר שכר לימוד.

איך צי גארניש צוריק פון מיין שטיין אין פאבליק זיך אננעמען פאר אונזערע ישיבות, און דיין ""כסף וכבוד" באשולדיגונג איז אן עקעל און נידריג ווייל סהדי במרומים עס איז נישט דא אין דעם פאר מיר לא מזה ולא מזה. יא איך ארבעט פאר אגודה און יא אגודה האט מיך אויפגענומען ווייל איז בין שוין אקטיוו און אגודה עסקנות קרוב צו 40 יאר בעז"ה.

מ'קען זיך ערענסט טענה'ן אויף יעדן פרט. די אונטערשטע שורה איז, וואס איז ביי אונז בבת עיננו. און מיר וואס די וואס ס'איז נוגע בלבבו אז אונזער הייפעלע קטנה שרדי אש זאל בלייבען ווייטער מיט אונזער מורשה מיט אונזער קולטור און דרך החיים זאל האבען א קיום דערזעט און אנערקענט א געפערליכע סכנה אין דעם פראגראם פון יאפעד. און דאס מוז מען בכל מחיר באקענפן. זאנסט בין איך מסכים אויף אלע גוטע עיצות צו אויסלערנען אונזער יונגע קינדער און יונגעלייט צו קענען זיין גוטע בעלי פרנסה וואס זייער ציל און לעבען איז צו זיין תלמידי חכמים ויראי אלוקים נישט קיין נפקא מינא צו איז דורך זיין א קוימען קערער, פלאמבער צו א חשבון פירער. ווייל סוף כל סוף אשרי מי שבא לכאן ותלמידו בידו.

כידוע מיר אין אגודת ישראל זענען נישט די איינציגסטע וואס טוען אויסשולטן יונגעלייט און פרויען מיט פרנסות כגון bookeeping און CPA וכו' און פול אנדערע מקצוע'ס. און איבער די יארן האט שוין אגודה ארויסגעגעבן 100טער אויב נישט 1000טער חסיד'ישע תלמידים בעלי פרנסה טובים.

אודאי דארף מען טון מער און מער און בעסער און בעסער. אבער דאס אויסמישן דעם רצון און תפקיד צו מאכן אונזערע פרנסות בעסער מיט דעם טפשות'דיגע ('טיפשות' איז מילד, ווייל באמת איז דא אין דעם א רשעות, נאר ס'לשון פאסט דאך נישט...) פראגראם פון די שונאי הדת מהרסים און זיי גיבען א פלייצע כל דהוא איז א שאנדע.


א דאנק פאר'ן ענטפערן.

מיין "הכסף והכבוד" קאמענטאר האב איך נישט געמיינט אייך ספעציפיש, נאר בכלליות די אלע "עסקנים" וואס לייקענען דעם שרעקליכן מצב פון עדיוקעישאן אין אונזערע מוסדות. בעצם איז "הכסף והכבוד" א לימוד זכות -- פונקט ווי א מומר לתיאבון איז בעסער ווי א מומר להכעיס.

איך בין נישט קלאר וואס איר מיינט צו זאגן אז איר האט נאך קיינמאל נישט געזען דעם בריוו וואס איז געשריבן געווארן צו אייך. צי מיינט איר דאס אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט? איר האט דאך אליין ארומגעשיקט דעם בריוו צוריק אין תשע"א, און איך בין כמעט 100 פראצענט זיכער אז איר האט דעמאלט גערעדט פון דעם בריוו אויף אייער עקאנאמיע פראגראם אויף קול מבשר.

דער פראבלעם פון עדיוקעישאן איז יעצט נישט א חסרון אין געלט, עס איז אן אומאינטערעסע און גלייכגילטיגקייט פון די עומדים בראש צו דעם גאנצן ענין פון עדיוקעישאן, הן ביי לימודי קודש און הן ביי לימודי חול. דער פאקט איז אז אונזערע גראדואנטן קענען נישט שרייבן קיין גראדן זאץ אין קיין שום שפראך, און קענען זיך ניטאמאל גוט אויסדרוקן מיט'ן מויל מיט א גוטער, ברייטער שפראך.

אלזא, עס איז מעגליך אז אויב זאל מען דארפן גענצליך איבערמאכן דעם ענגליש פראגראם מיט פיל מער שעות און לימודים וועט עס קאסטן מער געלט, און דעמאלט וועט מען דן זיין צי מ'זאל ענדערש אינוועסטירן געלט אין אונזערע קינדער'ס עדיוקעישאן, אדער אינעם רבינ'ס אייניקל'ס חתונה. אבער דערווייל האלט מען נאך ביים שלב וואס מ'דארף פשוט שטורעמען אז מיר ציען אויף א דור פון אנאלפאבעטן, און די מוסדות דארפן האבן עדיוקעישאנעל פריאריטעטן. מלמדים דארפן לערנען שרייבן אידיש און לשה"ק, זיי דארפן לערנען אידישע היסטאריע מיט קינדער -- און דווקא ווי אן ערנסטער לימוד, נישט ווי עפעס וואס מ'טוט ווען דער מלמד איז אויסגעמוטשעט. און דאס זעלבע די טיטשערס דארפן האבן עדיוקעישאנעל פריאריטעטן, און נישט זוכן צו דורכשטופן דעם טאג. דאס אלעס פאנגט זיך אן פון די מנהלים און אדמורי"ם וואס שטייען בראש פון די מוסדות. זיי דארפן דאס פארשטיין און האבן אן עדיוקעישאנעל צוגאנג צו חינוך הבנים, בקודש ובחול.

דאס איז נוגע מצד תורה, מצד אונזער אידישן אידענטיטעט, מצד מענטשליכקייט, און מצד פרנסה.

ווען איר וואלט געפירט א מערכה מיט מאסטער דירעקט החרשתי. ווען איר זאלט ווען פארפירן אויף ספעציפישע נקודות פון עדיוקעישאן וואס זענען לדעתכם א סתירה מיט אידישקייט, וואלט איך נישט געמאכט קיין עסק. אבער ווען אלס וואס איר טוט איז ווארפן זאמד אין די אויגן ווי כאילו דער עדיוקעישאן אין די ישיבות איז יא גוט, דאן זענט איר, במחילה, א טייל פון דעם פראבלעם.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2145
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2703 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8655 מאל

הודעהדורך יונה כהן » דינסטאג מאי 01, 2018 6:54 pm

ראובן האט געשריבן:

ווען איר וואלט געפירט א מערכה מיט מאסטער דירעקט החרשתי. ווען איר זאלט ווען פארפירן אויף ספעציפישע נקודות פון עדיוקעישאן וואס זענען לדעתכם א סתירה מיט אידישקייט, וואלט איך נישט געמאכט קיין עסק. אבער ווען אלס וואס איר טוט איז ווארפן זאמד אין די אויגן ווי כאילו דער עדיוקעישאן אין די ישיבות איז יא גוט, דאן זענט איר, במחילה, א טייל פון דעם פראבלעם.


איי פליד גילטי עז טשארדשד: אז איך "ווארף זאמד אין די אויגען" פון אונזערע שונאים (די וואס זאגען תמית נפשי עם פלישתים אבּי די סיסטעם זאל קראכן). אין אויב טאקע ווילט איר זיך שטעלן אויף זייער זייט דורכאויס די גורל'דיגע צייטן איבער אונזער עתיד על אדמת אמעריקע, הרי שלך לפניך!
מצדי וועל איך מיר ווייטער איין חזר'ן והיא שעמדה ....
יונה כהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2012 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג מאי 01, 2018 7:15 pm

נו, מיין קריטיק איז אויף אייערע תכסיסי מלחמה וואס איז לדעתי אויף דעם חשבון פון אונזערע קינדער און אייניקלעך. איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז איר זאלט זיך שלאגן מיט נפתלי מאסטער, און אויף סעפיצישע זאכן אין עדיוקעישאן וואס זענען א סתירה מיט אידישקייט. אבער לייקענען דעם פראבלעם וואס איר זענט מודה אז עס אפעקטירט אונזערע קינדער איז אן עוולה נוראה.

משל למה הדבר דומה (און ווי דער נאטור פון א משל איז עס עקסטרעם), די נטורי קרתא'ניקעס וואס פירן א מלחמה קעגן די ציונים, און לייקענען דעם האלאקאסט צו "ווארפן זאמד אין די אויגן" פון די ציוניסטישע שונאים.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2145
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2703 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8655 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג מאי 01, 2018 7:21 pm

don't throw out the baby with the bathwater

גייט די שפרעך ווארט
ראבון און יונה האבן פשוט אנדערע בעביס און אנדערע פרייארעטיס -והא לן והא להו
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1863
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 871 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג מאי 01, 2018 8:36 pm

יונה כהן האט געשריבן:איי פליד גילטי עז טשארדשד: אז איך "ווארף זאמד אין די אויגען" פון אונזערע שונאים (די וואס זאגען תמית נפשי עם פלישתים אבּי די סיסטעם זאל קראכן). אין אויב טאקע ווילט איר זיך שטעלן אויף זייער זייט דורכאויס די גורל'דיגע צייטן איבער אונזער עתיד על אדמת אמעריקע, הרי שלך לפניך! מצדי וועל איך מיר ווייטער איין חזר'ן והיא שעמדה ....


@יונה כהן, כ'וויל אייך באדאנקן פארן נעמען פון אייער צייט צו הערליך ערקלערן אייער צד, כ'האב זייער הנאה געהאט. דא האט איר זיך (דאכציך) פארלוירן. איך וואלט אייך געוואלט בעטן זיך צו באציען צו די שטארקע נקודות וואס @ראובן ברענגט ארויס און ענטפערן בטיב טעם כדרכך. עס איז דא מער קאלירן ווי שווארץ און ווייס. מען קען קרעכצן און איבערדרייען וועלטן פאר א בעסערע עדזשוקעישאן אפילו אויב מ'איז נישט קיין נאצי. נוצן אזעלכע אויסדרוקן ווי אין אייער לעצטע תגובה איז א discussion killer און א ריכטיגע ביישפיל פון גאדווינ'ס געזעץ.

בתקוה להבנה.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2749
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6157 מאל

הודעהדורך שמערל » דינסטאג מאי 01, 2018 9:07 pm

יונה כהן האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:

ווען איר וואלט געפירט א מערכה מיט מאסטער דירעקט החרשתי. ווען איר זאלט ווען פארפירן אויף ספעציפישע נקודות פון עדיוקעישאן וואס זענען לדעתכם א סתירה מיט אידישקייט, וואלט איך נישט געמאכט קיין עסק. אבער ווען אלס וואס איר טוט איז ווארפן זאמד אין די אויגן ווי כאילו דער עדיוקעישאן אין די ישיבות איז יא גוט, דאן זענט איר, במחילה, א טייל פון דעם פראבלעם.


איי פליד גילטי עז טשארדשד: אז איך "ווארף זאמד אין די אויגען" פון אונזערע שונאים (די וואס זאגען תמית נפשי עם פלישתים אבּי די סיסטעם זאל קראכן). אין אויב טאקע ווילט איר זיך שטעלן אויף זייער זייט דורכאויס די גורל'דיגע צייטן איבער אונזער עתיד על אדמת אמעריקע, הרי שלך לפניך!
מצדי וועל איך מיר ווייטער איין חזר'ן והיא שעמדה ....


באמת א הארץ ווייטאג אז איר רעדט אזוי, איר זענט דאך שוין יא א חכם און א שטיקל בר דעת, און איר ווייסט גאנץ גוט די פראבלעמען פון אונזער עדיוקאציע, ווי קומט דאס צו אייך צו שטיין אין איין ליגע מיט אזוינע נידריגע בלאפערס ווי בנציון ווידער ודומיהן?
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 957
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1133 מאל

הודעהדורך newkave » דינסטאג מאי 01, 2018 9:08 pm

ער האט געענטפערט מיט די זעלבע רוגזה ווי זיין הייליגע רבי וואלט גע'רוגזה'ט.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

הודעהדורך שמערל » דינסטאג מאי 01, 2018 9:50 pm

און @ראובן, דאס אז עס איז כלומרשט דא עפעס א מלחמה ווייל כאילו די רעגירונג פארלאנגט לערנען זאכן וואס איז אקעגן אונזער רעליגיע, איז אויך א חלק פון די זאמד ווארפעריי פון די שקרני העסקנים. די רעגירונג עקזעמפט בפירוש יעדע לימוד וואס איז אקעגן די רעליגיע פון די סקול.

און ר' @יונה כהן, איר זענט זייער גוט מסביר פארוואס נפתלי מאסטער האט נישט וואס אריינצורעדן אין אונזער חינוך, אבער אפשר זענט איר מיר מסביר פארוואס איר האט יא? דאכט זיך מיר אז איר האט אויך מער נישט קיין קינדער אין די מוסדות, אלזא פארוואס זענט איר דא יא א מחותן? איך און ראובן און הרב יואל אשר לאבין שליט"א, און טויזענטער אנדערע אידען האבן יא קינדער אין די מוסדות און שפייען בלוט פארואס איז נישטא צו וועם צו רעדן, פארוואס פארשטאפן די מנהלי המוסדות זייערע אויערן ווען עלטערן בעטן זיך ביי זיי צו פארבעסערן די חינוך, גייט איר נעמען די צד פון די יחידים המשתלטים על הציבור צו העלפן זיי משתיק זיין דיי ווי געשריי פון רוב ציבור אז מען זאל פארבעסערן די חינוך? כ'פארשטיי אז איר האט נישט די גאטס וואס הרב לאבין האט ארויסצוקומען מוט וואס איר האלט באמת בפומבי, איך האב ליידער אויך נישט, די טעראר איז צו גרויס. אבער צו גיין ברבים בשם כלל ישראל צו ווארפן זאמד אין די אויגן? מי שמך לאיש?? איז אייך אפשר בייגעפאלן אז מיר זענען ברוך השם נישט אזוינע אינוואלידן און קענען זיך אליין פארטיידיגן? ביי מציצה בפה האט מען געזאמלט געלט אין די בתי מדרשים להעביר את רוע הגזירה, ווייל יעדער האט געוואוסט אז דאס איז וואס מיר שטייען פארדעם, דא זאגט איר אליין אז פערל"ס האט שוין אויסגעגעבן מיליאנען און אינטרעסאנט אז קיין איין אפיעל איז נאכנישט פארגעקומען ביים ציבור לטובתם, די סיבה איז זייער קלאר, דאס איז נישט קיין גזירה אויפן ציבור נאר אויף די פרנסי הציבור, און איר נעמט אייער שטומע צו העלפן שטופן זייער אגענדע, צו פאר א בצע כסף צו פאר כבוד צו סתם פאר אייער אייגענע זעלבסט אנערקענונג, ווייל איר שפיץ חכם פארשטייט בעסער וואס איז גוט פאר מיר ווי איך אליין, און העלפט מסביר זיין און ספינען, און 'ווארפן זאמד אין די אויגן' בשם א ציבור וואס האט אייך קיינמאל נישט געבעטן דאס צו טוהן??? ישפט ה' בינינו ובינך.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 957
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1133 מאל

הודעהדורך yatzmachp » דינסטאג מאי 01, 2018 10:11 pm

yatzmachp
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

הודעהדורך אספקלריה » דינסטאג מאי 01, 2018 11:27 pm

יונה כהן האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:ר' יוסל אז איר זענט שוין יא דא וואלט איך אייך געוואלט פרעגן צו איר האט שוין אמאל גערעדט מיט מאסטער אין אויב יא וואס איז געווען די שמועס.
איך פרעג פאר צוויי סיבות, 1 איך בין פשוט נייגעריג, אין 2 ווייל ווען מ'אטאקירט עם אז ער האנדלט נאר מיט שונאי ישראל , טענה'ט ער אז ער האט פרובירט צו רעדן צו אינזער זייט אבער מ'האט עם איגנערירט.
איז אזויווי איר זענט א באוויסטע מענטש בין איך נייגעריג צו הערן אויב ער האט פרובירט צו רעדן צו אייך אדער אפשר ווייסט איר פון איינעם אנדערש אין די אגודה וועם ער האט גערופן?


שתי תשובות
על ראשון: ניין איך האב נישט געהאט קיין שום ערענסטע שמועס מיט אים (ער האט מיך שוין אפאר מאל נאכגעשריגן אין פאבליק כדרכו, ווער עס האלט נישט מיט אים באקומט פון אים א קיתון של שופכין)

צווייטנס, והעיקר ער איז נישט קיין בעל דברים מיט מיר אדער מיט אונז, ער האט בפרהסיא פארלאזט אונזער גלויבען (וזה זכותו תחת הקאנסטיטוציע של אמעריקע) ער האט נישט קיין קינדער ביי אונז ובלע"ז he has no skin in the game איז ער נישט קיין בעל דברים דידי או שלנו בשום פנים ואופן לא לפי החוק ולא על פי ההגויון

און יא PEARLS ארגאנאזאציע האט שוין אויסגעגעבן אלפי אלפים ורבבות אין אינוועסמענט אין ביכער און טרעינען טיטשערס וואס ארבעטן און אונזערע ישיבות. אבער וכל זה איננו שוה לו ער האט דאך טענות אין דעם ריפּארט אויף ישיבות וואס געבען ארויס מער גראדואירטע ווי ברוקלינער פאבליק סקולס!!!

ר׳ יוסעל,
איך בין ממש אהן ווערטער פון דיין תגובה,
צום ערשטען וואס די שרייבסט אז ער איז נישט אונזער בע״ד,
פרעג איך דיר, וואו האט ער געלערענט ?? נישט און אונזערס א חדר ??? איז ער נישט אונזערס א פרי ??
ספאלט דיר נישט איין אז אפשר זעמיר אונז גאר שולדיג אז ער האט אונז איבער געלאזט,
ביסט אזוי זיכער אז אונז קענמיר זאגען ידינו לא שפכו את הדם הזה ?
לבי אומר לי אז מאסטער און דווקא מאסטער איז אונזערס א בעל דברים, לבי אומר לי אז ערגעץ ווי און מאסטערס הארץ איז דא לאך פיל מיט ווייטאג אז ער איז קען שוין נישט זיין דבוק און אור התורה,
ווייסט פארוואס ער איז נישט צווישען אונז, זאלסט מיר מוחל זיין אבער איך מיין אז דאס וואס די טוסט יעצט און וואס ווערט ליידער צופיל געטוהן און אונזער סוסייעטי פארשרייען מענטשענס פראבלעמען, דערשטיקען די מענטשהייט, דאס איז וואס טרייבט אוועק מענטשען פון אונז.
מאסטער איז נאך מיט אונז, און ער שרייט און אז אונזערס א פרי שרייט דארף מען עם אויסהערען, זיין געשריי קומט פון צווישען אונזערע ווענט.
פארוואס הערט מען נישט צו דעם ציבור ???????????????????
פארוואס רעפזינטערט אגודת ישראל נאר זיך אליינס און נישט דער אמתער אגודת ישראל.
האט אגודת ישראל צאם גענומען אן אסיפה און געפרעגט וואס דער עולם האלט און וואס דער עולם וויל,וואס איז נוגע דיין דעה אדער מיין דעה ?
מאסטער איז א מהרס ? ווייס איך וואס, מאסטערס הארץ שרייט פארוואס האט מען מיך קיינמאל נישט אויסגעהערט און פארוואס הערט מען מיר ווייטער נישט אויס ? יא ער איז אונזערס א קינד ער איז אויפגעוואקסען אונטער אונזער פארטוך, און אונז ברויכען עם אויסהערען און מיט שפירען מיט עם און מיט אלע אונזערע פירות,
כפי וויפיל איך ווייס ווילען רוב היינטיגע עלטערען אז זייערע בחורים זאלען לערנען ענגליש און ישיבה, יא און ישיבה, די עלטערן ווילען אז מזאל אוועקרייסען זייערע בחורים פון זייער דביקות בתורה און לערנען דברי חול , יא אוודאי ווייס איך וואס. בחורים זענען און ישיבה ווי חיות טורפות אן קיין שום אחריות און ציוולעזירטקייט, עלטערען האלטען אז ווען מלערענט ווען מיט זיי אביסעל פראקטישקייט וועט עס זיי דערנעטערען צו ציווילזאציע און זיין אביסעלע גראונדען.
הכלל ר׳ יונה סאיז נישט נוגע ווער זענען אונזערע באקעמפער פון אויסעווייניג, אונז דארפען זיך מאכען א חשבון ווי האלטען אונז פון אינעווייניג, אונזערע שונאים אינעווייניג זענען אסאך שטערקער און אסאך מער פאורעפאול און אסאך מער געפארפאול.
דער פערלס ארגענעזאציע וואס איז דאכציך אונטערען פליגעל פון נידערמאן וכת דיליה זענען אסאך א גרעסערע סכנה פאר אונז וואו א די זעץ פון אלבעני
משה דוד נידערמאן האט שוין אסאך פראבלעמען געמאכט פאר אונז יודען.
סכאפט א אפשיי צו זעען חזקעל בעננעט מיט זיינע אגאוסטישע טוויטס, ער איז אונזער בע״ד ???? ער האט געלערענט בא אונז ? ער האט געלערענט פיין ענגליש און ער איז אנגעקומען צו א פיינעם פאזיציע און ער מאכט שיין פרנסה,און ער איז נאך א שיינע יוד, מיט א נאמען צוזיך, ער איז מיין בעל דבר ??????????? ער ווייסט בכלל ווער אונז זעמיר ? ער ווייסט וויפיל אן עווריזש יונגערמאן ביי אונז מאכט מיט ביז ער קען אויס לייגען א פשוטע קליינע אימייל ?
@יונה כהןאיך בין זייער זייער אנטוישט און די ריכטונג וואס איהר האט גענומען
אנשטאט זאלסט אונז רעפראזינטירען און שרייען אונזער געשריי, האסטו זיך אוועקגעדרייעט פון דיינע ברידער און גענומען דעם אלטע פארבריכישע מהלך פון דערשטיקען דעם קול הציבור.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אספקלריה אום מיטוואך מאי 02, 2018 8:46 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
אספקלריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מאי 01, 2018 11:57 pm

איך בין בכלל נישט אנטוישט פון יונה כהן. טיפיקל חרדי'שע מענדליסטישע געמויזאכץ. אנשטאט צו אדרעסירן די אמת'ע פראבלעם זענען זיי אלע פארנומען נקמה צונעמען אין מאסטער און אים באגראבן, אבער זיי כאפן נישט אז זיי באגראבן זייערע אייגענע קינדער און אייניקלעך אין די פראסעס. קיין שום לעזונג האבן זיי נישט. ענק ווילן באשמוצן מאסטער? פיין! יעצט וואס איז מיט די קומענדיגע דורות, ווער גייט זיי אויסהאלטן? וואס איז מיט די חז"ל וואס באפעלט יעדע טאטע זאל אויסלערנען די קינד א פאך? דאס האט אויך צוטוהן מיט מאסטער?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5387
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3179 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט