ווי לאנג גייט דער ביטערער וויץ אנהאלטן? (אפיציעלע ארימקייט)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ווי לאנג גייט דער ביטערער וויץ אנהאלטן? (אפיציעלע ארימקייט)

הודעהדורך העניך » מאנטאג יוני 11, 2018 6:20 pm

שוין ווידער האט די מידיא זיך גענומען צו אונזערע ביינער. דאס מאל איז עס 'פאקס ניוז' וואס האט היינט אנגעפאנגען א דריי-חלקים סעריע איבער חסידישע אידן. היינט רעדן זיי וועגן דעם מצב פון עדיוקעישאן, און די א.ג. ארימקייט וואס הערשט ביי אונז.

צו ערשט די שוידערליכע ציפערן:
Numbers.jpeg


שיכון סקווירא און קרית יואל זענען אפיציעל פון די ארימסטע פלעצער אין אמעריקע. די ציפערן וואס פאקס ניוז ברענגט ווייזט אז וויליאמסבורג איז נישט קיין סך הינטערשטעליג. די חסידישע געמיינדע ווערט גרעסער און גרעסער. אט האבן מיר דערגרייכט א מצב וואס אונזערס א רעפרעזענטאט אינעם ניו יארק סענאט האט אויפגעהאלטן דעם גאנצן ביליאנען-דאלארדיגן סטעיט בודזשעט וועגן אונזערס אן אישו. מיר זענען גרויסע נייעס איבער ניו יארק סטעיט, און מ'רעדט פון אונז איבער גאנץ אמעריקע.

די ארימקייט ציפערן וואס מיר ווייזן זענען פיין געווען ווען מיר זענען געווען א קליינע וויליאמסבורגער געמיינדע ארומגענומען מיט פארטאריקאנער שכנים. אז מיר זענען מקיים וידגו לרוב, מיר צעשפרייטן זיך לאורך ולרוחב, ווערט דאס א מצב פון א קריזיס. ווי לאנג קענען מיר אנהאלטן די שטיק? וואספארא קאטאסטראפע דארף פאסירן אז מיר זאלן זיך אין דער האנט נעמען אין אנפאנגען לעבן ווי נארמאלע מענטשן?

דער ציניקער אין מיר זאגט אז ס'איז א שאד צו רעדן. דער איינציגסטער וועג וויאזוי דער מצב וועט זיך טוישן איז אויב ס'וועט געשען ממש א קאטאסטראפע. דער חילול השם וואס דאס ברענגט יעדע שטיק צייט רירט אונז נישט פון ארט, די מאסן ארעסטן וואס מ'הערט פון צייט צו צייט ברענגט נישט קיין שינויים. וואס וועט אונז יא אויפוועקן פון שלאף?

אבער מ'האלט נאך נישט ביי אויפוועקן פון שלאף, דערווייל וועקט מען ניטאמאל. די אלע מצבים האבן ניטאמאל געברענגט אז די היימישע צייטונגען זאלן שרייבן וועגן דעם ענין - די נושא איז דערשטיקט, מ'קען נישט רעדן דערפון... מיר האלטן אזוי ווייט פון א ישועה, אז ניטאמאל איז דא א מעינסטרים מעורר וואס זאל רעדן ברחל בתך הקטנה. אז מענטשן זאלן נתעורר ווערן איז שוין גאר א ווייטער חלום.

אז כ'וויל מיר מצייר זיין אן אופן וויאזוי מיר וועלן זיך כאפן ביים קאפ איז עס נאר מיט מאסן-ארעסטן. אבער נישט 150 שווארצעס און פריעדמאנס, נאר 150 בלאאמו"רס, חדב"נס, בנש"קס, אראלים ותרשישים. אייגנטליך, זאל עס אפילו נאר זיין געציילטע פון דער צווייטער קאטעגאריע, און דער רבי וועט תיכף פאררופן דרשות התעוררות, און מהפך זיין אונזער גאנצן לעבנסשטייגער. שווארצעס און פריעדמאנס זענען פערפעקט קאנדידאטן פאר שבת-פעקלעך פון "דרור"; די טייטלבוימס און טווערסקיס דארף מען ראטעווען. און די פריעדמאנס וועלן זיך שוין דעמאלט קענען מיטכאפן.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1620 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג יוני 11, 2018 7:34 pm

האסט עס גוט אראפ געלייגט, אבער רעד דיך איין, די טווערסקי'ס מיט טייטלבוים'ס וועט מען טאקע ראטעווען, אבער די שווארץ'ס און פרידמאן'ס וועלען בלייבן אין דער ערד.
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2120 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 11, 2018 7:42 pm

די שווארצע געמיינדע איז אסאך גרעסער ווי אונזער געמיינדע. און דאס זעלביגע קומט דארט פאר אויף אסאך א גרעסערע פארנעם. א מערהייט פון די שחורים אין די פראדזעקס דרייוון גאר טייערע לוקסוסדיגע אויטאס. די אלע שטאטישע פראגראמען זענען נישט אהערגעשטעלט ספעציפיש צו העלפן ארעמע, ס'איז אהערגעשטעלט צו ברענגען וויילער און מאכן וואס מער מענטשן אנגעוויזן אויף די רעגירונג. און אט פאר די סיבות וועט עס נישט מאכן קיין ריזיגע נפקא מינה.

ס'איז אבער שוין הויך צייט אז מיר זאלן מחנך זיין און אויפקלערן אונזער המון עם אז די אלע סאציאלע פראגראמען זענען בכלל נישט קיין טובה פאר אונז. נאר ס'טוהט פונקט דאס פארקערטע ס'לייגט אונז אריין אין א לאך.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 651 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 11, 2018 7:55 pm

אונז זעמיר צוגעוואוינט אז אנדערע גייען\זאלען טוהן פאר אונז, און 'אנדערע' האבען עס ליב אזוי.

ביז ווילאנג דער וואס זיצט אין דער בעק און קוועטשט האלט נישט ביים גיין טוהן אליינס, זוכען א שטאט ווי צו וואוינען, צורעדן חברים דערצו, עפענען זיין ביזנעס דארט, קויפען א הויז און שטעלען א אידישע קהלה מיט א שול, א מקוה און א מיידל סקול, וועסטו דארפען דינען יענעמ'ס אינטערעסן.

יא, דו קענסט יא! גיי און טו און פארגעס פון תבל ומלואה. די ערשטע פאר יאר וועט מען חוזק מאכן, און דערנאך וועט מען דיר מקנא זיין.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7149
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6789 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג יוני 11, 2018 8:00 pm

קורקלענד האט געשריבן:די שווארצע געמיינדע איז אסאך גרעסער ווי אונזער געמיינדע. און דאס זעלביגע קומט דארט פאר אויף אסאך א גרעסערע פארנעם. א מערהייט פון די שחורים אין די פראדזעקס דרייוון גאר טייערע לוקסוסדיגע אויטאס.

דעטרויט, מישיגען, באשטייט פון 83% שווארצע, און דער ארימקייט שטאפל איז פיל נידריגער פון די חסידישע געגנטער - "בלויז" 35% פראצענט. און דעטרויט איז אויף אן אמת איינער פון די ארימסטע ערטער אין אמעריקע.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1620 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 11, 2018 8:11 pm

די ראסיסטישע דעמאגאגיע פאדערט נישט קיין תגובה. 'דאס מערהייט פון שווארצע' אן א טראפ דעקונג איז סתם אזוי נישט וויכטיג.

דער גוי האט פיינט א איד ווען ער זעט אן ארימאן מיט א שמייכעל אויפ'ן פנים. ביי גוים טוט דאס ארימקייט פאראורזאכן פארשידענע סאציאלע פראבלעמען, ווייל ביי זיי איז מען נישט קיין מענטש אן געלט. א איד קען פארט קומען אין ביתמעדרעש און שמועסען מיט אנדערע און קען שטרעבן צו עפעס אנדערש. ווען זיי זעהען אז מיר לעבן גאר פון פראגראמס, טוט עס פלאקערן די שנאה פי אלף. עס האט נישט מיט וואוטס און גערעכטיגקייט, עס האט מיט זייער שנאה.

און אויך אז גנב'נען איז נישט קיין גאנג און אז מ'דארף לעבן אויף אונזער צוויי פיס
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7149
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6789 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 11, 2018 8:37 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ראסיסטישע דעמאגאגיע פאדערט נישט קיין תגובה. ׳דאס מערהייט פון שווארצע׳ אן א טראפ דעקונג איז סתם אזוי נישט וויכטיג.

איך האב געשריבן 'די מערהײט פון די שווארצע אין די פראדזעקס', ביטע נישט אפהאקן מיינע ווערטער. שווער צו דעקן מיט דאטא, ווייל ס'איז אלעס אףף די ביכער. אבער ווען איר וועט מיר ברענגן פּראָף אז די מערהייט פון אונזערע ארעמע זענען באמת רייך וועל איך זיך קימערן אייך צו איבערצייגן אויף די שחורים.

און אויך אז גנבנ׳ן איז נישט קיין גאנג און אז מ׳דארף לעבען אויף אונער צוויי פיס

גערעכט, ס'זאגט זיך זייער גרינג. ס'איז אבער זייער שווער צו אימפּלעמענטן למעשה ווען די גאנצע סיסטעם איז אויסגעשטעלט קעגן דער יחיד וואס וויל נישט זיין אנגעוויזן אויף יענעם.


Sent from my LG-K373 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 651 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 11, 2018 8:43 pm

העניך האט געשריבן:דעטרויט, מישיגען, באשטייט פון 83% שווארצע, און דער ארימקייט שטאפל איז פיל נידריגער פון די חסידישע געגנטער - "בלויז" 35% פראצענט. און דעטרויט איז אויף אן אמת איינער פון די ארימסטע ערטער אין אמעריקע.


איר האט אין די פתיחה געברענגט א טבלה מיט ציפערן, און לויט אייערע ווערטער פארשטיי איך אז איר האלט אז די ציפערן זענען פאלשע, און אנדערע ווערטער 'אפיציעלע ציפערן'. וויפיל שאצט איר איז פאלטש? די פאקט איז אז א מערהייט פון אונזער געזעלשאפט לעבט באמת אין ארימקייט. טאקע נישט אין אן ארימקייט אינעם פולן זון פון די אפיציעלע לעגאלע פאווערטי ראטע, זיי פארדינען מעגליך מער. אבער למעשה דעקן זיי נישט די בודזשעט מידי חודש בחודשו. מעגליך וועגן אונדזער לעבנסשטייגער איז איבערגעטריבן וכדו'. אבער פאקט איז אז זיי זענען למעשה יא ארעמעלייט אינעם פולן זון פונעם ווארט ארעם.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 651 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 12, 2018 2:00 pm

קורקלענד האט געשריבן:די שווארצע געמיינדע איז אסאך גרעסער ווי אונזער געמיינדע. און דאס זעלביגע קומט דארט פאר אויף אסאך א גרעסערע פארנעם. א מערהייט פון די שחורים אין די פראדזעקס דרייוון גאר טייערע לוקסוסדיגע אויטאס. די אלע שטאטישע פראגראמען זענען נישט אהערגעשטעלט ספעציפיש צו העלפן ארעמע, ס'איז אהערגעשטעלט צו ברענגען וויילער און מאכן וואס מער מענטשן אנגעוויזן אויף די רעגירונג. און אט פאר די סיבות וועט עס נישט מאכן קיין ריזיגע נפקא מינה.

ס'איז אבער שוין הויך צייט אז מיר זאלן מחנך זיין און אויפקלערן אונזער המון עם אז די אלע סאציאלע פראגראמען זענען בכלל נישט קיין טובה פאר אונז. נאר ס'טוהט פונקט דאס פארקערטע ס'לייגט אונז אריין אין א לאך.

קורקלאנד: דו ביסט 100% גערעכט. איך האב א גוטן און (כ'מיין) טרעפליכן ענטפער פאר דיר. נאר אזוי ווי איך מוז לויפן צום באס וועט דער ענטפער מוזן צו ווארטן ביז איך קום בעז"ה צוריק מציד ציד.... אויב איך וועלל נאך געדענקען דעם גוטן און טרעפליכן תירוץ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11542
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7406 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 12, 2018 7:51 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:די שווארצע געמיינדע איז אסאך גרעסער ווי אונזער געמיינדע. און דאס זעלביגע קומט דארט פאר אויף אסאך א גרעסערע פארנעם. א מערהייט פון די שחורים אין די פראדזעקס דרייוון גאר טייערע לוקסוסדיגע אויטאס. די אלע שטאטישע פראגראמען זענען נישט אהערגעשטעלט ספעציפיש צו העלפן ארעמע, ס'איז אהערגעשטעלט צו ברענגען וויילער און מאכן וואס מער מענטשן אנגעוויזן אויף די רעגירונג. און אט פאר די סיבות וועט עס נישט מאכן קיין ריזיגע נפקא מינה.

ס'איז אבער שוין הויך צייט אז מיר זאלן מחנך זיין און אויפקלערן אונזער המון עם אז די אלע סאציאלע פראגראמען זענען בכלל נישט קיין טובה פאר אונז. נאר ס'טוהט פונקט דאס פארקערטע ס'לייגט אונז אריין אין א לאך.

קורקלאנד: דו ביסט 100% גערעכט. איך האב א גוטן און (כ'מיין) טרעפליכן ענטפער פאר דיר. נאר אזוי ווי איך מוז לויפן צום באס וועט דער ענטפער מוזן צו ווארטן ביז איך קום בעז"ה צוריק מציד ציד.... אויב איך וועלל נאך געדענקען דעם גוטן און טרעפליכן תירוץ...!

קורקלענד: דער תירוץ איז זייער פשוט. אונז אידן האבן נישט קיין על שארפטאן וועלכער קען סטראשען מיט ראיאטן. ממילא וועט מען נישט אזוי שנעלל אודיטן די ביכער פון די (פאלשע) שווארצע ..."הילפ'ס" ארגאניזאציעס. און שווארצע יחידים. מ'וועט זיך ענדערש נעמען צו די אידעלעך. מיט זיי איז זייער גרינג. מ'דארף נאר איינשפאנען די ליבעראלע מידיא...וה' ירחם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11542
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7406 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג יוני 14, 2018 5:25 am

פאקס ניוס איז דאך "פעיק ניוס"... איך געדענק שוין נישט וועלכע איז די עכטע נייעס? דאכצעך ברייטבארט, טראמפס-טוויט'ס מיט די 'צוויבל' זענען די אמת'ע, און די רעשט זענען פאלשע. מ'דארף אנפרעגן דעם הויכבאשפריצטן מעיאר דזשוליאני און יוסי געשטעטנער וועלכע אויסגאבעס זענען אויסגעהאלטן און צי מ'מעג אננעמען אלעס אלץ אמת. אויב דזשוליאני זאגט אז ס'איז אמת מוז מען אים גלייבן זאפארט אויפן פלאץ. נאכדערצו אויב דער בעלזער ווידער פון מאנסי שטימט-צו, און שאקלט נאך צו מיט'ן קאפ, איז עס זיכער אמת! הונדערט פראצענט! דעמאלטס וועט שוין אפילו שאולזאהן מוזן מודה זיין אז ס'איז ריכטיגע "פעיק ניוס"...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5228
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3087 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: משהארון און 5 געסט