די נאכט פון די ערמארדעטע פאעטן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

די נאכט פון די ערמארדעטע פאעטן

הודעהדורך נחום האלפנטיני » מאנטאג פעברואר 11, 2019 6:03 am

אריינקומענדיג אין געשעפט און באגעגענענדיג זיך מיט א ריזן הויפן פון אלערליי 'היימישע' לייען מאטעריאל אין ענגליש און אין אידיש, קען איך מיר נישט צוריקהאלטן פון נישט דערמאנען די געשיכטע פון די נאכט פון ערמארדעטע פאעטן - א געשיכטע אין קאמיוניסט-רוסלאנד אונטער סטאלין, אין יאר 1952.

ארום מיט א צען יאר בעפאר, אינמיטן די צווייטע וועלט קריג, האבן א גרופע יידישע שרייבער און פאעטן, מאכערס און שישקעס, צווישן זיי פינף פראמינענטע יידישע נאוועליסטס, און נאך עטליכע וואס האבן אנגעהאלטן עט סאם פוינט פאזיציעס אין רעגירונגס קאמיטעס וכדומה, אויפגעמאכט אן ארגאניזאציע מיט די נאמען 'דזשואיש אנטי-פאשיסט קאמיטי אפפעיר', אין קורצן JAC, מיט די ציהל צו אפעלירן צו די וועלט, אין פארטיקולאר, די אידישע אינטעליגענציע אין אמעריקע, צו די געפאר פון אן אטאקע פון דייטשלאנד אויף רוסלאנד.

אלץ פיין און וואויל. די ארגאנעזאציע האט געקריגן גוטע שטיצע און פובליסטיטי. נאך די קריג אבער, האט די ארגאנעזאציע פארגעסן אירע גבולים און אנגעהויבן לייגן עפארטס און בויען אידישקייט, א שטייגער ווי קהילות, פארמס, קולטור און אידענטיטעט. סטאלין האט נישט לייכט געקוקט אויף ארט און קולטור און נאך ווייניגער אויף רעליגיע און אידענטיטי. אזוי לאנד ווי די וויזיע - האט די יידישע שרייבער געברויכט - כדי אפצופירן די יונגווארג און זיי איינשפאנען אלס 'קאמעראדס' צו די רעוועלוציע האט מען זיי נישט נאר טאלערירט נאר גרויס כבוד אפגעגעבן. ברגע דאס וואס זיי האבן פראדוצירט האט אויפגעהערט דינען די ציהל, און נאטורליך אזוי ווייל איינמאל די פענע איז ארויס פון איר שיידל גייט זי נישט צוריק, אדער ווי דער קעצל וואס מען פלעג שטעלן אין מקולת צו כאפן מייז, וועמענס אינטערעסע איז אז די מייז זאלן נישט אויפהערן קומען, האט מען אין פאקט געזען אין זיי שטער צו די אחדות און נושא בעול זיין פון דאס פאלק. איבערהויפט ווען די שפראך אין וואס זיי שרייבן איז נישט די שפראך פון די לאנד. ס'איז עפעס א פרעמדע און ווילדע געוואוקס וואס קאמפיט פאר וואסער נאר צו וואקסן און קאמפיטן פאר מער.

סאוי איין טאג האט סטאלין פאר-ארדנט מען זאל זיי אלע צאמנעמען, מאכן א שנעלע "משפט" אויף קלאגעס פון טריזן, און זיי הינריכטן. וכך הוה. פופצן פון זיי, אחוץ צוויי, זענען אהנע געהעריג בארעכטיגטע באזיסן און נאך א טרייעל פון בלויז שופטים (קיין פראסעקיוטער אדער דעפענדערס) באגלייט מיט אוממענשטליכע פייניגונגען, געשאסן געווארן צום טויט איינע איינע, און מיט דעם האט זיך געענדיגט א גאלררייכע תקופה פון ארום פערציג יאר קאמיוניסטישע יידיש ווירקערשאפט. איינער, שלמה בערגמאן איז געשטארבן אין תפיסה זייענדיג אין א קאמא און אן אנדערע לינא שטערן, א בייאקעמיסט און פיזיאליגיסט אין די רוסישע אקעדעמיע אף סייענס, בארימט פאר אירע פיאנירינג פארש ארבעט אויף די בלוט-ברעין באריער (וואס האט אסאך פארלייכטערט דראג דערליווערי צו די מח) איז פארשוינט געווארן צוליב די אנערקענונג אין די וויכטיגקייט וואס אירע ריסוריטש האט בייגעשטייערט.

וויכטיג אנצומערקן איז דאס זענען נישט אלע, נאך א צאל שרייבער און ליטערארישע פיגורן זענען ערמארדעט געווארן דורך די קאמיוניסטן אין די יארן בעפאר און שפעטער אלס א טייל אין סטאלינ'ס פוירדזשעס און אויסראטונגען פון 'שונאים' און 'אונטערגרובער'. איינעם פון זיי, נישט צווישן די אויבן-דערמאנטע וואס קומט מיר אצינד אויפ'ן געדאנק איז משה קולבאק, א בארימטער שרייבער פון יענער צייט און פאר ווער עס האט אים געלייענט אביסל, סטרייקט א מענטשן, צוהאבן א געוויסע צינישע צוגאנג מיט א טיפיקעל 'איך אנגעהער נישט אינערגעץ' שניט אין זיין שרייבן; אזא איינער 'מיט לאיאליטעטן צו קיינעם'. דאכצעך מיר איך האב געלייענט ערגעץ איבער א סך פון 20 יידישע שרייבער און דענקער וועמען סטאלין האט געלאזט אומברענגען דורכאויס די יארן.

איך וויל נישט טאדלען מיט די פינגער צו די אלע שרייבערלעך און גרויס-ווייסער פון די מיליאנע מאגאזינען אז דער דאזיגער ענדע ערווארטעט אייך ווייל דאס וועט זיין אכזריש און שמאלקעפיג און מסתמא אויך נישט אמת (איר האט נאך צייט א דור צוויי..). ווי אויך גיב איך נישט סטאלין קיין רעכט נאר וויל איך נישט ערקלערן זיין צד פון די ארגומענט - אויף אזויפיל וויל איך יא זאגן, עס לוינט זיך נישט די שארטליווד קאריערע וואס איר מאכט אצינד אלס כדי זיך איבערצווייזן אז לערנען זי אלס אן ערשטע (און ע"פ רוב איינציגסטע) שפראך איז יא געווען נוצליך; אפילו אויב אייערע ווערק איז יא לשמה, מיט א מה יפית'דיגער אגענדע, און איבערהויפט ווען די ווערק זענען א זעכערע דבר האבוד אין די גאר נאנטע צוקונפט, סיי ווייל די קליענטעל און די געברויך וועט זיך גיך און דראמאטיש ענדערן און סיי ווייל די שפראך האט קיין צוקונפט און אזוי אויך אירע מייסטערס.

אזוי ווי איך בין מודה אז עס איז קלאר דא א חילוק צווישן ארגינאלע ווערק און פלאיגיזירטע-איבערגעטייטשטע ווערק איז אויך דא א חילוק פון ווערק געשריבן להתיגייע און ווערק געשריבן להשתשע און אזוי אויך א חילוק פון ווערק געשריבן ווייל דו (די לייענער) קענסט, די תוכן, נישט קריגן אינערגעץ און ווערק געשריבן (און פארקויפט) ווייל דו 'קענסט' נישט לייענען עפעס אנדערש… דהיינו א קליענטאל וואס קען פשוט נישט לייענען קיין ענגליש.
נחום האלפנטיני
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:59 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג פעברואר 11, 2019 7:44 am

שרייבס פיין, נאר א שאד דו מישט היסטאריע מיט נארישע נביאות וואס דו בעיסד אויף די פארשימעלטע פארווערטס יודישיסטן. געב נאר א קוק ברחבי ק''ש וויפיל די נארישע יונגלעך מאכן חוזק פון די היימישע מאמעס וואס פראדעצירן ב''ה אזויפיל יודיש רעדענדע קינדער.

ורוח הקודש אומרת וכן ירבה וכן יפרוץ.

אה, נאך שיין פון דיר אז דו גיבסט נישט סטאלין ימש''ו קיין רעכט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2503 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 11, 2019 1:37 pm

נחום האלפנטיני: ייש"כ פאר אויפברענגען דעם וויכטיגן קאפיטל אין אידישע היסטאריע...!

איך ווילל נאר ארויסהייבן עטליכע אינטרעסאנטע נקודות. וואס איך האב געליינט אין אן אנדער'ן בוך איבער דעם אנטיסעמיט און וועלט'ס רוצח יאזעף סטאלין, ימ"ש. דער ביכל הייסט...Stalin's Last Crime...געשריבן דורך די גרעסטע עקספערטן (אלע אידן) איבער יענע תקופה אין היסטאריע. פארוואס הייסט דער ביכל אזוי...?! ווייל דער מאסן מערדער און רוצח האט זייער א סאך אנגעשטעלט אין זיין פארשאלטענעם לעבן. (ער האט געטון גוטס אויך.) אבער דאס וואס וואס דער ביכל באשרייבט איז געווען זיין לעצטער קרימינאלער אקט. ווייל ער איז געפגר'ט מיטי א מיתה משונה נאכדעם...!

ומעשה שהיה, כך היה. דא רעדט זיך איבער דעם וועלט בארימטן בלוט בילבול וואס דער וויסטער אנטיסעמיט האט געמאכט איבער אידישע דאקטוירים. אז זיי האבן געוואלט פארסמ'ען איהם. און אנדערע הויכע רעגירונגס מענטשן...!

ער האט צוזאם גענומען פארשידענע געשעענישן וועלכע זענען זיך פארלאפן אין משך פון 10 יאר אדער מער. און ער האט געמאכט א..."קוגל"...מיט פאבריציר'טע ..."עווידענס"...אקעגן די אידישע דאקטוירים פון מאסקווע און לענינגראד. די נ.ק.וו.ד. האבן זיי אלע (בערך 250) ארעסטירט און געפייניגט אז זיי זאללן ..."מודה"...זיין אז זיי האבן געוואלט פארסמ'ען די הויכע רעגירונגס מענטשן.)..!

זיין אנגעבליכער ציהל איז געווען אז די גוי'אישע באפעלקערונג זאללן מאכן פאגראמען אויף די אידן. און ווען די אידן וועללן קומען זוכן שוץ ביי די רעגירונג, וועט מען זיי זאגן אז די איינציגע עצה וואס זיי האבן איז ארויפגיין אויף טרעינס וואס זאללן זיי פיהרן אין א..."אידישע מדינה"...אין בירא-בידזשאן. א פוסטע, דאמאלס אומ-באוואוינטע געגענט וואו ס'זענען נישט געווען קיין געהעריגע הייזער זיך צו שיצן אקעגן די גרויסע קעלט. און אויך איז נישט געווען וואס צו עסן. דער צורר היהודים האט טאקע געהאט זיין מפלה בעצם יום הפורים. ווען אידן זענע געגאנגען צו מגילה ליינען. אזוי ווי צוויי גרויסע רבי'ס וועלכע קומען פון רוסלאנד האבן געזאגט. דער ליובאוויטשער רבי , רמ"מ. און דער סטאלינער רבי זצ"ל..אזוי ווי ס'שטייט אין די מגילה אז המן הרשע האטציך געזעצט צו א סעודה מיט אחשורוש נאכדעים וואס ער האט ארויסגעגעבן די גזירה אויף די אידן. דער מאסן מערדער סטאלין, ימ"ש האט אום שבת פארטאגס געמאכט א הוליאנקע מיט זיינע גוטע פריינט. וואו ער האט געטרינקען פון זיין באליבטן גרוזינער וויין. די יודעי דבר און היסטאריקער האלטן (קיינער איז נישט זיכער) אז זיין אינער'ן מיניסטער און הויפט פון די נקוו"ד, לאוורענטי בעריא (א האלבער איד) האט אריינגעגאסן דעם סם, וועלכער האט נישט קיין גערוך אדער טעם, אין זיין דרינק...! דע השערות זענען ווייל סטאלין האט איהם אויכעט שוין געוואלט ערלעדיגן. אזוי ווי ער האט שוין געטון צו טויזנטער אנדערע מענטשן וועלכע האבן איהם געטריי געדינט. האט ער איהם מקדים געווען. בכל אופן סטאלין, ימ"ש האט באקומען יענע נאכטו (מוצש"ק) א סטראוק. און ער איז אראפגעפאללן אינמיטן פון זיין צימער. אבער אוי ווי די מענטשן האבן געלעבט אין גרויס פחד. און ער האט אנגעווארנט אז קיינער זאלל נישט אריינגיין אין זיין שלאף צימער. אנישט איז אחת דתו...!האבן זיינע מענטשן מורא געהאט אריינצוגיין זעהן פארוואס ער איז נאכנישט אויפגעשטאנען. ערשט פארנאכטס איז איינער אריין. און ר'האט געזעהן זיין מצב. ער איז געליגן אין זיין אייגענעם שתן. באוואוסטלאז. און אדהכי והכי האבן זיי אלארמירט די מעדיקל פערסאננעל. און בעריא איז פלוצלינג אויסגעוואקסן. און ער האט געזאגט. וואס מאכט עטץ אזא פאניק...?!. איז די פראבלעם, אז ס'זענען נישט געווען קיין דאקטוירים. ווייל ער האט געלאזט ארעסטירן אלע אידישע דאקטוירים. ביז מ'האט געברענגט א גרויסן דאקטער פון די תפיסה ער זאלל באהאנדלען די נבילה. אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט. ער איז געפגר'ט. כן יאבדו כל אויבך ה'. און זיין נאכפאלגער. בעריא, האט תיכף ומיד ארויסגעגעבן א באפעל אז מ'זאלל באפרייען אלע אידישע דאקטוירים פון תפיסה. און דער בלוט בילבול איז ב"ה געווארן אויס..!

המשך יבוא, אי"ה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12724
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 14065 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8048 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 11, 2019 8:34 pm

המשך פון פריער:

לאמיר גיין א ביסל צוריק. בערך 10 יאר.צו 1943. אין רוסלאנד זענען געווען א סאך זייער געלונגענע מענטשן וועלכע זענען געווען פאעטן און שרייבער. זינגערס און אקטיארן. וועלכע האבן געשפיעלט אין טעאטער. מילא. קיין ל"ו צדיקים זענען זיי נישט געווען. אבער, זיי אלע האבן גערעדט אידיש. האטציך צוזאם גענומען א גרופ פון בערך 25 מענטשן. און זיי זענען ארויסגעפארן קיין אמעריקע. דארט האבן זיי געמאכט פארשטעלונגען אין די גרויסע שטעט וואו ס'וואוינען א סאך אידן. אזוי ווי ניו יארק, שיקאגא און לאס אנדזשעלעס. זיי האבן געמאכט אינטרעסאנטע שויס . מערסטנס אויף אידיש. וואס די פריש געקומענע אימיגראנטן האבן זייער שטארק ליעב געהאט. און מ'האט זיי באגאסן מיט געלט. זיי האבן דאס גאנצע געלט אריבערגעשיקט אהיים קיין רוסלאנד. פארשטייצעך. זיי האבן אליינס אויך א ביסל הנאה געהאט פון עולם הזה. איך האב געזעהן פיקטשערס ווי 2 פון די גרעסטע שפילערס און זינגערס אין די גרופ. שלמה מיכאעלס. און איציק פעפער גייען אנגעטון מיט טייערע סוטס און נעק טייס. וואס מ'האט נישט געקענט באקומען אין רוסלאנד. און סטאלין האט זיי ארויסגעוויזן גרויס דאנקבארקייט. נאך די מלחמה האבן זיי נעבעך געמיינט אז זיי קענען טון וואס זיי וויללן. זיי האבן אויך געגרינדעט אן אנטי-פאשיסטישע קאמיטעע. שלמה מיכאעלס איז געשטאנען אין שפיץ פון די קאמיטע. די קאמיטעע האט געדארפט פארשאפן געלט. און זיי האבן געמאכט פראפאגאנדע לטובת רוסלאנד. סטאלין האט אבער געווארפן אן אומחן אויף זיי . ס'זענען דא פארשידענע גירסאות וויאזוי מ'האט זיי אומגעברענגט. איין זאך איז זיכער באשטעטיגט געווארן. אז דעם הויפט פון די גרופ. שלמה מיכאעלס האבן נ.ק.וו.ד. אגענטן געשאסן. אויפ'ן באפעל פון סטאלין. נאכדעים האבן זיי געברענגט א טראק. און דער טראק איז איהם איבערגעפארן. אז ס'זאלל הייסן אז ס'איז געווען אן עקסידענט....! אבער די איבריגע מעמבערס פון די גרופ איז דא א גירסא אז סטאלין האט זיי געמאכט א גרויסע סעודה. און זיי געגעבן א שיינעם האטעל וואו איבערצונעכטיגן. אינמיטן די נאכט האט ער געשיקט זיינע מערדערס. און מ'האט זיי אלע אויסגעשאסו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12724
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 14065 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8048 מאל

הודעהדורך נחום האלפנטיני » דינסטאג פעברואר 12, 2019 4:15 pm

איך אויך האט געשריבן:שרייבס פיין, נאר א שאד דו מישט היסטאריע מיט נארישע נביאות וואס דו בעיסד אויף די פארשימעלטע פארווערטס יודישיסטן.

איך בין נישט זיכער אז איך פארשטיי וואס דו מיינסט צו זאגן, קום אריין קלארער ביטע!
נחום האלפנטיני
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:59 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 12, 2019 8:29 pm

איך אויך: נחום האלפנטיני שרייבט זייער גוט. און ער ווייסט וואס ער רעדט. דו האסט נישט געליינט די היסטארי. און דערפאר ווייסטו נישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12724
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 14065 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8048 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט