רבנים אטאקירן שארף די PEARLS BOOKS

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

רבנים אטאקירן שארף די PEARLS BOOKS

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:08 pm

פילע רבנים זענען ביי די מיינונג אז PEARLS ברענגט אריין זייער נישט גוטע ביכער בבתי החינוך.
בייגעלייגטע פיילס
פערלס.png
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2127
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

הודעהדורך ליפא » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:13 pm

Fake
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2058
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1802 מאל

חבד נגד הפשרות של פערלס

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:56 pm

חבד נגד הפשרות של פערל.pdf
(250.49 KiB) אראפגעלאדנט 126 מאל
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2127
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

הודעהדורך yerushalmi » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:03 am

אלוקים נצב בעדת ק-ל
א זעלטענע אסיפת הרבנים פון איז פארגעקומען יום שנכפל בו כי טוב ג' כי תצא
די אסיפה איז געווען גערופן אויף 2:30 נאכמיטאג, די אסיפה איז פארופן געווארן
דורך כ''ק מרן אדמו''ר מ'סאטמאר (מהר''יי) שליט"א
עס האט זיך באטייליגט כ"ק מרן רבינו שליט"א – די וועד הרבנים פון פערלס כ"ק
אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א - גאב"ד קאשוי שליט"א - אבד"ק פאיע וחבר הבד"צ שליט"א
– ווי אויכט די חשוב'ע רבנים, גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א - - אבד"ק גרינוויל
שליט"א – הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א דומ"ץ קיט"ל בארא פארק וחבר הבד"צ –
הגה"צ ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"צ קיט"ל קרית יואל – הגה"צ אבד"ק סאטמאר
י-ם שליט"א - אבד"ק סיגוט שליט"א - הגה"צ ר' לייבוש פריעדמאן שליט"א דומ"צ
ביהמ"ד הגדול - הגה"צ ר' אשר מאנן שליט"א דומ"ץ קיט"ל מירטל - הג"ר נפתלי
הארוויטץ שליט"א אבד"ק זכרון נפתלי וחבר וועד החינוך דמוסדותינו הק'
וויליאמסבורג – הגה"צ ר' שלום יושע ווייס שליט"א דומ"ץ ספינקא בארא פארק וחבר
וועד החינוך דמוסדותינו הק' ב"פ - הגה"צ ר' שמעון כ"ץ שליט"א דומ"ץ קיט"ל
מאנסי- הגה"צ ר' אהרן שמואל פאדווא שליט"א דומ"ץ בקיט"ל ב"פ - הגה"צ ר' חיים
קלמן גוטמאן שליט"א דומ"ץ קיט"ל סאוט 8 - הגה"צ ר' משה ארי' ליבערמאן שליט"א
דומ"ץ בקיט"ל –הגה"צ ר'יחזקאל טייטלבוים שליט"א דומ"צ קיט"ל קליימער - הגה"צ
ר' יהוסף שווארטץ שליט"א דומ"ץ בקיט"ל - בני רבינו‎ שליט"א
הרה"ח ר' שלמה הערצאג יו"ר וועד החינוך דמוסדותינו הק' וויליאמסבורג
די מנהלים פון די מיידל שולעס פון וומס"ב, בארא פארק, קרית יואל, מאנסי‎
וואו אויך ר' ארי' ווייס וואס מנוצט שוין יארן די ביכער וואס ער מאכט.
עס האט זיך באטייליגט עטליכע חשוב'ע עסקנים וואס די רבנים האבן זיי
באאויפטראגט זיך אריינצולייגן אין די מציאת הדברים.
כ"ק מרן רבינו שליט"א האט אנגעלייטעט די אסיפה מיט א רגש דקדושה ווי ער האט
ארויס געברענגט דעם אחריות וואס עס ליגט אויף די נאספים ווען מ'איז דן אויף די
חינוך פון תשב"ר וואס איז די יסוד פון די קומענדיגע דורות.
יעדע זאך וואס ווערט געטוען אין די מוסדות וואס רביה"ק האט אוועקגעשטעלט דארף
זיין מיט א געוואלדיגע זהירות מען זאל חלילה נישט מועל זיין בקדשים אין די
פקדון וואס רביה"ק האט אונז איבערגעלאזט.‎
די נאספים די רבנים הגאוה"צ עיני העדה וואס זיי טראגן דעם אחריות אויף דעם דור
דארפן טאקע יעדע זאך דורכטוען לדעת את המעשה אשר יעשון.
דערנאך האט רבינו שליט"א ערווענט די גזירת החינוך וואס איז עומד על הפרק
ארויסגעברענגט דעם קריטשען צייט אין וואס מען שטייט די גרויסע סכנה און פונעם
צווייטען זייט ווי שטארק מען דארף האבן זהירות יעדע זאך און יעדע פעולה וואס
מען טוט וואס וועט האבן א עפעקט אויף לאנגע יארן.
נאכדעם האט רבינו שליט"א מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א פון די וועד
הרבנים פון פערלס זאל פארלייגן די אסיפה.
די גאלאנטע רבי שליט"א ‎האט ארויסגעברענגט אז ער איז שוין בעובי הקורה די
גאנצע צייט במשך די לעצטע דריי יאר וואס מען איז לוחם קעגן די גזירה, און די
אלע טענות וואס מאנכע שרייען אז מען מאכט פשרות און אזוי ווייטער קומט פון
חסרון ידיעה והבנה אין די מציאות, ער האט ארויסגעברענגט די לעכערליכקייט פון
די אלע טענות.
דערנאך איז מען אריבער צו דעם נושא פון "קאמען קאר" די גאלאנטא רבי שליט"א האט
מקדים געווען אז ער וועט פארלייגן דאס וואס ער האט מברר געווען אבער ער וויל
הערן וואס די אנדערע רבנים האבן צו זאגן אויף דעם.
נאך א לענגערע צייט אראפלייגן די מציאות הענינים און די אלע טענות וואס מען
טענה'ט דערויף און די אמת'ע פאקטן וואס ער האט מברר געווען, איז ארויסגעברענגט
געווארן אז די נייע ביכער וואס איז ערצייגט דורך פערלס וואס איז געשריבן און
צוזאמען געשטעלט דורך ערליכע אידן אויפן קאמען קאר סיסטעם איז א בחינה פון
רפואה קודם למכה, און מען קען זאגן אז רביה"ק בגנזי מרומים האט דערפון א
שביעות רצון, ווי באקאנט האט רביה"ק משתוקק געווען אז מזאל ערצייגן אייגענע
ביכער.
די גאלאנטע רב ווי אויכט נאך עטליכע רבנים האבן שטארק באטאנט אז די נושא פון
קאמען קאר האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיטן גזירתת החינוך דאס איז א ענין
וואס איז נוגע די מוסדות.
עס איז געווען דארטן אויפן טיש מערערע קונטרסים מיט דאקעמענטן פון אלע צדדים,
כדי מען זאל קענען מעיין זיין בשעת מעשה.
‎נאכדעם האבן די רבנים צווישן זיך איבערגאנגען און דורך געשמועסט אלע חלקי
הבונה והסותר מצד א' די אלע טענות וואס ווערן געהערט בחוצות וברחובות, און
דערקעגן די אמת'ע פאקטן.‎
הגה"צ גאב"ד קאשוי שליט"א האט אויכט ארויסגעברענגט אז ער איז באקאנט אין די
מציאות הענינים און ער האט גוט דורכגעטוען די טענת המערערים, ער האט
ארויסגעברענגט אז די מערערים אין להם על מה שיסמוכו.
די רבנים פון די וועד הרבנים פון פערלס האבן ארויסגעברענגט בתו"ד אז זיי זענען
נישט געקומען דא בעטן די רבנים זאלן זיך מצרף זיין צו דעם וואס זיי האבן מחליט
געווען, נאר אדרבה יעדער איינער וואס האט עפעס א טענה אדער א פקפוק זאל עס
אויסשמועסן כדי מען זאל קענען צוקומען צו א קלארקייט.
די מנהלים שליט"א וואס שטייען בראש המוסדות האבן דארט אויפגעטרעטן הרה"ח ר'
בנציון פייערווערגער הרה"ח ר'נחמן זיגעלמאן און די מנהל אין בורא פארק.
די רבנים שליט"א האבן אויכט פארגעלייגט זייערע שאלות פאר די מנהלי המוסדות פאר
די מנהלי המוסדות פון אלע שטעט צו פארשטיין מיט א קלארקייט די מציאות הענינים.
מען האט אויכט איבערגעשמוסט די אלע פרטי הדברים מיט די אנוועזנדע פונעם וועד
החינוך, וועלעכע האבן מעיד געווען אז יעדע זאך אינערהאלב די מוסדות ווערט
דורכגערעדט און דורכגעטראכט כראוי וכיאות.
מען האט געוויזן די אלע ביכער וואס מען ניצט אין אונזערע מוסדות פאר די רבנים
א טייל ארויסגעגעבן דורך פערלס און א טייל פון אנדערע קאמפעניס.
עס האט אויכט אויפגעטרעטן ר' ארי' ווייס וואס טוט שוין אין די ענין פון ביכער
לאנגע יארן און האט מסביר געווען פארשידענע חלקים אין די מציאות, און געוויזען
אין די ביכער די מציאות.
אזוי אוכיט האט מען גערעדט דארט מיט ר' יואל ברוין פון מאנסי וואס ער איז
שטארק באקאנט אין די מציאת הדברים.
ער האט ארויסגעברענגט אז אסאך ביכער וואס ער האט געמאכט נאך איידער עס איז
ארויס די קאמען קאר מהלך איז למעשה נאך וואס עס איז ארויס קאמען קאר דאס אויכט
באשטעטיגט געווארן, און אנדערע ווערטער "קאמען קאר" איז נישט עפעס א גרויסע
חידוש.
ער האט ארויסגעברענגט אז די אלע טשטושים ובלבולים קען נאר זאגן איינער וואס
זעהט נישט די מציאות פאר די אויגן און האלט נישט מיט די סדר הלימודים אין א
בית חינוך.
מען האט נישט דורגעלאזט א דבר קטן און א דבר גדול וואס איז נישט אויסגעשמועסט
געווארן, אין יעדע טענה האט מען מעיין געווען, ביז עס איז ארויס די קלארקייט
ברור כשמלה.‎

די רבנים שליט"א האבן פה אחד מחליט געווען אז די אלע טענות וואס מען הערט אויף
"קאמען קאר" בחוצים וברחובות האבן נישט קיין האפט אין איז נישט אין איינקלאנג
מיט די מציאות הדברים. און עס איז אויכט נישט מקום להחמיר צוליב מראית עין
וכדומה נאר אדרבה עס האט אויכט געוויסע מעלות ברוחניות מער ווי די אאלטע סדר.

במשך די דיונים האבן די רבנים ארויסגעברענגט די מעשה השחתה וואס ווערט
אפגעטוען דורך אזעלעכע יונגען וואס טראגן נישט קיין אחריות אויף זיך, און זיי
זוכן לחרחר ריב פאר אנדערע אינטערעסן.
קאשוי רב האט בתו"ד פארציילט אז די חברה טערעזירן אים אויף אלע סארט אופנים
און אפילו נעכטען שפעט ביינאכט האט מען אים געקאלט שרייען.
הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א האט פארציילט ווי זיי זענען ביי אים געזעצן שעות
אויף שעות אויף אים אין יעדען טאג האבן זיי געטוישט טענות... ווי אויכט האבן
זיי אים ארום געשלעפט מיטן ברענגן דאקעמענטן און צום סוף האבן זיי אים
געברענגט די זעלבע דאקעמענטן וואס איז שוין מיט עטליכע טעג פריער געווען
פארשפרייט.
גרינוויל רב האבן עטליכע געזאגט אז טאמער גייט ער אינטערשרייבן וועגן קאמען קאר,
נעמען זיי ארויס די קינדער און גייען אוועק דאווענען‎.
בתוך הדיונים האט הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א זיך אויפגעשטעלט און בקול חוצב
להבת אש אויסגעשריגן איבער די השחתה פון די שמוציגע נידריגע האט ליינ'ס און
דיעות זאגגער'ס, וואס דאס רייסט אויס דעם כח התורה והוראה און העצט אן דעם
יונגווארג צו טוען מעשים אשר לא יעשו !
די מאנסי רב שליט''א האט זיך אויסגעדריקט מיט גאר שארפע דיבורים אקעגען די אלע
וואס רעדען אויף די האט ליינ'ס.‎
די דיונים זענען פארגעקומען במשך קרוב צו דריי שעה
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך calculator » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:57 pm

ליפא האט געשריבן:Fake


למעשה איז אמת, אדער נישט?

אויף אייוועלט גייט אהין און צירוק, דער זאגט פאלטש און דער זאגט נישט.

אבער טאמער דאס איז אמת, אוי גייט דא זיין יום טוב.
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:27 pm

calculator האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:Fake


למעשה איז אמת, אדער נישט?

אויף אייוועלט גייט אהין און צירוק, דער זאגט פאלטש און דער זאגט נישט.

אבער טאמער דאס איז אמת, אוי גייט דא זיין יום טוב.


יום טוב וועט סייווי זיין.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2127
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

הודעהדורך אמת ויציב ונכון » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:21 pm

calculator האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:Fake


למעשה איז אמת, אדער נישט?

אויף אייוועלט גייט אהין און צירוק, דער זאגט פאלטש און דער זאגט נישט.

אבער טאמער דאס איז אמת, אוי גייט דא זיין יום טוב.


דעי בריוו איז ריין שקר. אפילו אויף אייוועלט ציעט יענע חכם שוין צוריק אז ער האט אליין געזען 'טייל' פון די חתימות....... יענע טייל איז שוין געווען און פאבליק און מווייסט וואס זיי האלטן. די אלע אנדערע רבנים וואס זיי האבן צוגעלייגט איז ריין שקר
אמת ויציב ונכון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 6:52 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך אמת ויציב ונכון » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:22 pm

איש את רעהו האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:Fake


למעשה איז אמת, אדער נישט?

אויף אייוועלט גייט אהין און צירוק, דער זאגט פאלטש און דער זאגט נישט.

אבער טאמער דאס איז אמת, אוי גייט דא זיין יום טוב.


יום טוב וועט סייווי זיין.


אודאי ווייל אז ענק האבן נישט קיין שום פראבלעים צו מאכן פורים מיט רבנים און ארומשיקן פאלטשע חתימות און טערעררעזירן דיינים......
אמת ויציב ונכון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 6:52 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:37 pm

רב מ'סערדאהעל אטאקירט די PEARLS גאנג
https://drive.google.com/open?id=0B8stx ... hSREdRLXpv
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2127
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 4:07 pm

moste.jpg


#מאסטערס.שותפים
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2127
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

הודעהדורך yerushalmi » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 7:25 pm

אין דער איד קהילות אפטיילונג איז די שו"ת בענין קאמען קאר עיין שם
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך סקרן » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 10:55 am

די איינציגע וואס איז א חידוש אז ער האט געחתמ'ט איז ר' בנימין לאנדא און איך גלייב נישט אז עס איז אמת
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך yerushalmi » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 5:15 pm

yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך yerushalmi » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 5:17 pm

yerushalmi האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/w4efkns0n17h7a9/%D7%A9%D7%90%D7%9C%D7%95%D7%AA.pdf?dl=0

https://www.dropbox.com/s/2qzmkxxk57xh4u8
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 9 געסט