טייערע חתונות, פארוואס?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך שלום שטיסל » דאנערשטאג יוני 29, 2017 1:52 pm

הער צו טייערער ליטוואק, ווי איך און אנדערע האבן דיר שוין געזאגט אין אישי, די האסט נישט די מעגליכקייט אנצוקוקן א זאך ריכטיג, קענסט נישט דעם יואל ראטה, און די ביזט דער ראש המדברים, מ'האט דיר אויפגעוויזן צענדליגער מאל ווי ראנג די ביזט, און ווי ווייניג די ווייסט, דאך רעדסטו, פארוואס? און פארוואס ווען מ'ווייזט דיר אויף אז די ווייסט נישט, ביזטו נישט מודה אויף דיין טעות, אדער כאטש זיץ שטיל, פארוואס ווערסטו נישט רויט ביים שרייבן ליגענט?

ס'האט זיך אנגעהויבן ווען די האסט אוועק געמאכט די אויפטוה פון יואל ראטה בנוגע ביליגע חתונות ווייל ער פארזענדליך מאכט חרוב בחורים, ס'געגאנגן אזוי ווייט אז די האסט אפילו געשריבן דא בזה"ל: די חתונה איז מעגליך א גוטע זאך, אבער די ווידיאו׳ס פון דער ראטה לאזען גאר א שלעכט טעם אין מויל. דאס איז געווען פון דיינע ערשטע תגובות אין די נושא, פון דארט כדי צו בלייבן גערעכט האסטו אינגאנצן געטוישט דיין מיינונג, די חתונוה אויפטוה איז געווארן א שלעכטע זאך, ס'איז נישט עכט קיין אויפטוה, וכו' וכו', ביז די ביזט שוין דא צוגעקומען צו די מסקנא אז דאס איז א לייכטזיניגקייט צו דער מושג פון הייראטונג, (אויסגעטראפן אפאר ווערטער אין ווערטער-בוך וואס מאכט עס אויסקוקן ווי א השקפה פראבלעם) בקיצור ביזט שוין טאטעלי אראפ פון דיין ערשטע מיינונג אז די חתונה אויפטוה איז א גוטע זאך, און דיין התנגדות צו דער מענטש האט דיר געשטיפט צו זאגן אז דאס חתונה אויפטוה איז אויך נישט גוט און ס'האט פילע פראבלעמען.

פאריגע וואך דאנערשטאג האט איך געוואלט פארשטיין פארוואס די האסט אזא התנגדות צו דער מענטש, אזוי ווייט אז ס'נעמט דיר אפילו אוועק די מעגליכקייט צו טראכטן נארמאל, און איך האב געהאט מיט דיר א שמועס און כ'האב אנגעהויבן זעהן אז די הייבסט נישט אן וויסן בחייכון ווער דער יואל ראטה איז, האסט נישט אנגעהויבן וויסן וועלעכע סארט בחור ער פארמאגט, האסט געמיינט אז זיינע מעשים איז גאר עפעס אנדערשט, ס'האט זיך דיר געדאכט אז ער נעמט בחורים פון בריסק און מאכט זיי זאגן משניות, נאכן געוואר ווערן וואס די מעשה איז האסטו געמוזט מודה זיין אז זיין ארבעט מיט די בחורים איז יא א מעלה, אבער ס'האט דיר נישט געפאסט צוריק צו ציען פון דיינע ווערטער, איז די מעשה געווארן גאר פארקערט, זיין אויפטוה פון חתונה מאכן פאר ביליג איז שלעכט, און דאס מאכט דעם מענטש און זיין ישיבה פאר א אפגעפרעגטע מענטש, האסט שוין אבער אינגאנצן פארגעסן אז די האסט אמאל געהאלטן אז דאס חתונה אויפטוה פון אים איז יא א גוטע זאך, נאר ווייל ער פארפירט בחורים וועגן דעם איז עס געווארן אויס גוט. בקיצור פון מודה זיין על האמת איז נישטא פון וואס צו רעדן, ס'זיצן דא אין שטיבל פיר אידן וואס האבן מיטגעהאלטן יענע שמועס, אבער די שעמסט דיר ניטאמאל פאר זיי, און מיט א בלעכענע פנים כאילו גארנישט האט פאסירט גייסטו אן מיט דיינע שקרנות. זאג נאר, שעמסט דיר נישט?

ווען די האסט דא געשריבן אויף @ברסלבער'ס תגובה אז קיינער שטיפט נישט אפ א חתונה וועגן געלט, האט דיר איינער וועם די קענסט דערציילט אז ער האט עס יא געטוהן, ביזטו אויך נישט צוריקגעקומען אין שטיבל פארעכטן דיין מיסטעיק,

ווי אנדערע האבן דיר שוין געזאגט, ביסט א געלונגענער מענטש, אבער דו מוזט זיך אויסלערנען צו פארנעמען נאך דעות, אויב נישט ביסטו גארנישט בעסער ווי דער מצומצמ'דיגער סאטמורי, לערן דיר אויס צו געבן קרעדיט ווען עס קומט זיך. איך זאג נישט אז יואלי ראטה איז קודש קדשים, אבער האב רעספעקט ווי ס'קומט זיך. און זיכער רעד נישט און ווער דער ראש המדברים אויף א מענטש וואס די הייבסט נישט אן צו קענען, האסט נישט אנגעהויבן וויסן וואס דער יואל ראטה טוט, דיינע אלע קענטעניסן איבער אים קומט פון א יו טוב ווידיאו, אין אזא פאל לאזט מען אנדערע רעדן, לאז נישט דאס נער דיר שטיפן, האסט גענוג טאלאנטן און קענטעניסן, און ס'איז א פארגעניגן צו הערן פון דיר אין נושאים אין וואס די ביזט באהאווענט, פארוואס אבער דארפסטו רעדן פון זאכן וואס די הייבסט נישט אן צו וויסן וואס דארט גייט פאר, פארוואס גיין מיטן קאפ אין וואנט צו בלייבן גערעכט, ווען די זעלבסט ווייסט אז די ביזט נישט גערעכט? גענוג!
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 515
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1784 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 29, 2017 5:21 pm

שטיסל האסט א וואלידע טענה צו @ליטוואק,
ווען מען שלעפט די בחורים אין צבא ביסטו סאם הא צופרידן מיט רב שטיינמאן'ס החלטה, נאר ווען א אינגערמאן לערנט זיי זאגן אסאך דברי תורה און לעבן פאר זיך נישט פאר יענעמ'ס אויגן אויסצושטעכן דאס טראגסטו שוין נישט אריבער....
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2161
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

Re: טייערע חתונות, פארוואס?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 29, 2017 7:46 pm

ווען איך וואלט געזען אזא געשרייבאכץ, וואלט איך זיך אויך גערעגט אויף דער שרייבער. די פראבלעם איז, האסט אלץ פארשטאנען קרום און ארויס גענומען פון קאנטעקסט.

איין משל, איך האב דיר געשריבען אין אישי:
דו זאגסט אז ס׳מאכט נישט קיין חילוק ווייל זיי זענען סייווי פארלוירען?

דאס האב איך דיר געוואלט מסביר זיין. דער רעכט פון איינער זיך צו גאווה׳ן אויף א ציבור, איז צוליעב דעם אז זיי זענען סייווי פארלוירענע נשמות, וועמען גייט עס אן? איך האב גוט געוואוסט וואס די בחורים זענען, נאר דאס בארעכטיגט גארנישט. א מעשה דאס?! דער געזעלשאפט האט זיי אויסגעשפיגען און באטרעטען, און צוליעב דעם איז דער וואס שלעפט ווייטער דער גאלדענע קייט איז גאר דער צדיק?

דאס דערמאנט מיר פון דער משגיח אין א"י וואס באוויינט בחורים וואס זענען ׳אריינגעפאלען׳ אין מיליטער נאכדעם וואס ער האט זיי אהין געשיקט.

דאס איז איין משל פון די סילוף דברי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8741
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8210 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דאנערשטאג יוני 29, 2017 11:53 pm

איינע פון די עיקרים וואס די ראש ישיבה ר' יואל רעדט כסדר פאר די יונגעלייט אז מען זאל זיך איינגעוויינען צו זאגן 'איי עם סאררי מודה זיין אויף טעותים, און אפי' דו ביסט יא גערעכט בייג זיך אונטער און בעט איבער זאב ארויס 'זיי מיר מוחל'.

די געשמאקע געפיל איז געוואלדיג, א שטאט זיך ארומדרייען זיין פארנומען זיך צו פארענטפערן מיט כל מיני דחוקים אז באמת בין איך יא גערעכט וכו' און זיך גורם זיין א 'שם טוב' און אוועק נעמען די טעם פון דיינע ארומיגע צו פארברענגן מיט דיר, זיי געשמאק זיי מודה אויף טעותים בעט איבער רעדט שיינע דיבורים.

קיינער איז נישט אינטערסירט דיר צו הערן זיך זעלבסט אויסרימען יעדער איז אינטערסירט אין זיך. און אז דו וועסט פארקוקען פון דיין זיך פאר יענעם'ס זיך ועט ער די מער ארויפקוקען און רעספעקטירן.

איך רעדט בעצם צו מיר איך רעדט פשוט הויך
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1819
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1021 מאל

Re: טייערע חתונות, פארוואס?

הודעהדורך קל וחומר » פרייטאג יוני 30, 2017 12:26 am

קען איינער דא בארעכטיגן דעם שריט פון נעמען א גאנצע קלאס פון אלע סארט בחורים, אריינגערעכענט בחורים מצוינים וואס זענען געזעצן און געלערנט, און זיין פארוואנדלען אין תהלים/משניות זאגער און באס דרייווער וכו'.

ולא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על הכלל כולו יצא. וד"ל.

ווילאנג איך האב נישט קיין תירוץ אויף דעם איז דער מענטש מופרך מכל. דאס ווייזט אז זיין גאנצע ווירטשאפט איז מאניפולאציע און תאות השררה.

יעצט הגם וואס איך בין איינשטומיג אז דאס חתונה מאכן ביליג איז א געוואלדיגע זאך און הלוואי זאל עס ווערן איינגעפירט, בין איך סקעפטיש איבער די מיטלען וואס זענען גענוצט געווארן צו איבערצייגן די מחותנים חתן וכלה צו טוהן אזא זאך.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1882
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2684 מאל

דריטע חתונה אן קיין חובות

הודעהדורך דאכצעכמער » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:29 pm

אין די צייט וואס די אלגעמיינע מידיא טוט פארהוילן נייעס פון די אמת ביליגע חתונות עפאכע, שניידט זיך ר' יואל ראטה שליט"א זיין וועג מיט עקשנות דקדושה, און שטעלט צו חתונות פאר זיינע תלמידים "בחינם", וואס אחרי ככלות הכל קאסט אלע הוצאות החתונה פון איין צד קנאפע 10 אלפים...

אין די יעצטיגע מינוטן שטעלט מען די חופה פונ'ם דריטע חתונה, די דריטע מאל וואס כלל ישראל באקומט א וועק אפ קאל, יא! מען קען חתונה מאכן אן חובות!
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:37 pm

וויפיל איז פרדס פיגא א זייט?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1873
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1666 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1060 מאל

שא! פערטע חתונה אין שול

הודעהדורך דאכצעכמער » מאנטאג יאנואר 28, 2019 9:12 pm

און אינדערצווישן ווי דער עולם האלט ביים וישן ויחלום שנית מען מעלקט און ווי קיען דער מיט די תקנות און דער מיט'ן פארדרייען א קאפ אויף קולמע שניידט ר' יואלי ראטה זיין 4'טע חתונה אין זיין בית מדרש
און...שששששששש וועק נישט אויף
וועסט נישט טרעפן אין קיין שום שופר פונ'ם חרדישן אומהאפהענגיגן ציבור וואס זאל בכלל רעדן דערפון
יא! ווען עס איז געווען א נייעסל האט מען עס צושמירט א לעגנסט און א ברייטס אבער יעצט אז איז ריאליטי "מוז" מען מאכן א שווייג אז נישט זעמיר גוט אין ד'רערד פארוואס מעלקט מען אונז און די בראצלעווע לאכן פון אונז אין די פויסטן

ניטאמאל קאווע שטיבל רעדט דערפון, מיר זענען אלע, יא סיסטעם נישט סיסטעם, קלאויס מיינדעד אפען מיינדעד, שטויסן יא די סיסטעם שטויסן נישט, אלע גייען מיר ווי וואוילע שעפעלעך
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » מאנטאג יאנואר 28, 2019 9:16 pm

דאכצעכמער אויב אין מאך נישט קיין טעות, איים סארי עס איז די פינפטע חתונה
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יאנואר 29, 2019 6:04 pm

איך זעה נישט ווי אזוי חתונות אין זיין בית המדרש העלפט איינער וואס איז נישט פין זיין קהל. אין מיין בית המקדש ווי איך דאווען איז נישטא קיין אפציע צו מאכן א חתונה.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1915
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1010 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » דינסטאג יאנואר 29, 2019 8:06 pm

אישתישבי האט געשריבן:איך זעה נישט ווי אזוי חתונות אין זיין בית המדרש העלפט איינער וואס איז נישט פין זיין קהל. אין מיין בית המקדש ווי איך דאווען איז נישטא קיין אפציע צו מאכן א חתונה.

איך זע דא https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 9189134336 רעדט ער פון מאכן אז די זאך זאל אריינגיין אין די וועלט איך כאפ נישט פונקטליך וואס ער זאגט אויב איינער קען מסביר זיין ווי אזוי ער וויל עס זאל אריינגיין אין די וועלט
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

כל הכבוד אויס מיט תנאים

הודעהדורך דאכצעכמער » דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 6:18 pm

.
דעאגירט געווארן צוליב מיס-אינפארמאציע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך דאכצעכמער אום פרייטאג פעברואר 15, 2019 12:28 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 10:01 pm

נידער מיטן תנאים האט שוין סאטמאר און באבוב 45 איינגעפירט.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1307 מאל

Re: טייערע חתונות, פארוואס?

הודעהדורך יהודי פשוט » פרייטאג פעברואר 15, 2019 12:21 am

דאכצעכמער האט געשריבן:קען זיין אז עס פעלט אויס א נייער אשכול בענין פלאש"ן געלט, גנבענען, כאפן הארץ אטאקעס... וואדעווער.. פאר י תנאים

לויט ווי איך הער מאכט ר' יואל ראטה א שידוך היינט ביי זיין עלסטע קינד און מען מאכט נישט קיין עקסטערע תנאים נאר הכל בכל מכל מאכט ער אינאיינעם בשעתן לחיים

אויב פירט ער דאס איין שפארט ער נאך א 3 4 אלפים און פיל חובות פאר אידישע קינדער

הלואי זאלן מיר כאטש דאס אדאפטירן אז נישט חתונה אין בית מדרש כאטש נידער מיטן תנאים
ער האט געמאכט א לחיים נעכטן אין וויליאמסבורג, היינט אין קרית יואל, און ער פלאנט צו מאכן א תנאים אויך...
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 614
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 367 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 11:42 pm

שלום שטיסל האט געשריבן:
הער צו טייערער ליטוואק, ווי איך און אנדערע האבן דיר שוין געזאגט אין אישי, די האסט נישט די מעגליכקייט אנצוקוקן א זאך ריכטיג, קענסט נישט דעם יואל ראטה, און די ביזט דער ראש המדברים, מ'האט דיר אויפגעוויזן צענדליגער מאל ווי ראנג די ביזט, און ווי ווייניג די ווייסט, דאך רעדסטו, פארוואס? און פארוואס ווען מ'ווייזט דיר אויף אז די ווייסט נישט, ביזטו נישט מודה אויף דיין טעות, אדער כאטש זיץ שטיל, פארוואס ווערסטו נישט רויט ביים שרייבן ליגענט?

ס'האט זיך אנגעהויבן ווען די האסט אוועק געמאכט די אויפטוה פון יואל ראטה בנוגע ביליגע חתונות ווייל ער פארזענדליך מאכט חרוב בחורים, ס'געגאנגן אזוי ווייט אז די האסט אפילו געשריבן דא בזה"ל: די חתונה איז מעגליך א גוטע זאך, אבער די ווידיאו׳ס פון דער ראטה לאזען גאר א שלעכט טעם אין מויל. דאס איז געווען פון דיינע ערשטע תגובות אין די נושא, פון דארט כדי צו בלייבן גערעכט האסטו אינגאנצן געטוישט דיין מיינונג, די חתונוה אויפטוה איז געווארן א שלעכטע זאך, ס'איז נישט עכט קיין אויפטוה, וכו' וכו', ביז די ביזט שוין דא צוגעקומען צו די מסקנא אז דאס איז א לייכטזיניגקייט צו דער מושג פון הייראטונג, (אויסגעטראפן אפאר ווערטער אין ווערטער-בוך וואס מאכט עס אויסקוקן ווי א השקפה פראבלעם) בקיצור ביזט שוין טאטעלי אראפ פון דיין ערשטע מיינונג אז די חתונה אויפטוה איז א גוטע זאך, און דיין התנגדות צו דער מענטש האט דיר געשטיפט צו זאגן אז דאס חתונה אויפטוה איז אויך נישט גוט און ס'האט פילע פראבלעמען.

פאריגע וואך דאנערשטאג האט איך געוואלט פארשטיין פארוואס די האסט אזא התנגדות צו דער מענטש, אזוי ווייט אז ס'נעמט דיר אפילו אוועק די מעגליכקייט צו טראכטן נארמאל, און איך האב געהאט מיט דיר א שמועס און כ'האב אנגעהויבן זעהן אז די הייבסט נישט אן וויסן בחייכון ווער דער יואל ראטה איז, האסט נישט אנגעהויבן וויסן וועלעכע סארט בחור ער פארמאגט, האסט געמיינט אז זיינע מעשים איז גאר עפעס אנדערשט, ס'האט זיך דיר געדאכט אז ער נעמט בחורים פון בריסק און מאכט זיי זאגן משניות, נאכן געוואר ווערן וואס די מעשה איז האסטו געמוזט מודה זיין אז זיין ארבעט מיט די בחורים איז יא א מעלה, אבער ס'האט דיר נישט געפאסט צוריק צו ציען פון דיינע ווערטער, איז די מעשה געווארן גאר פארקערט, זיין אויפטוה פון חתונה מאכן פאר ביליג איז שלעכט, און דאס מאכט דעם מענטש און זיין ישיבה פאר א אפגעפרעגטע מענטש, האסט שוין אבער אינגאנצן פארגעסן אז די האסט אמאל געהאלטן אז דאס חתונה אויפטוה פון אים איז יא א גוטע זאך, נאר ווייל ער פארפירט בחורים וועגן דעם איז עס געווארן אויס גוט. בקיצור פון מודה זיין על האמת איז נישטא פון וואס צו רעדן, ס'זיצן דא אין שטיבל פיר אידן וואס האבן מיטגעהאלטן יענע שמועס, אבער די שעמסט דיר ניטאמאל פאר זיי, און מיט א בלעכענע פנים כאילו גארנישט האט פאסירט גייסטו אן מיט דיינע שקרנות. זאג נאר, שעמסט דיר נישט?

ווען די האסט דא געשריבן אויף @ברסלבער'ס תגובה אז קיינער שטיפט נישט אפ א חתונה וועגן געלט, האט דיר איינער וועם די קענסט דערציילט אז ער האט עס יא געטוהן, ביזטו אויך נישט צוריקגעקומען אין שטיבל פארעכטן דיין מיסטעיק,

ווי אנדערע האבן דיר שוין געזאגט, ביסט א געלונגענער מענטש, אבער דו מוזט זיך אויסלערנען צו פארנעמען נאך דעות, אויב נישט ביסטו גארנישט בעסער ווי דער מצומצמ'דיגער סאטמורי, לערן דיר אויס צו געבן קרעדיט ווען עס קומט זיך. איך זאג נישט אז יואלי ראטה איז קודש קדשים, אבער האב רעספעקט ווי ס'קומט זיך. און זיכער רעד נישט און ווער דער ראש המדברים אויף א מענטש וואס די הייבסט נישט אן צו קענען, האסט נישט אנגעהויבן וויסן וואס דער יואל ראטה טוט, דיינע אלע קענטעניסן איבער אים קומט פון א יו טוב ווידיאו, אין אזא פאל לאזט מען אנדערע רעדן, לאז נישט דאס נער דיר שטיפן, האסט גענוג טאלאנטן און קענטעניסן, און ס'איז א פארגעניגן צו הערן פון דיר אין נושאים אין וואס די ביזט באהאווענט, פארוואס אבער דארפסטו רעדן פון זאכן וואס די הייבסט נישט אן צו וויסן וואס דארט גייט פאר, פארוואס גיין מיטן קאפ אין וואנט צו בלייבן גערעכט, ווען די זעלבסט ווייסט אז די ביזט נישט גערעכט? גענוג!
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט