דער דארפסמאן האט געשריבן:https://youtu.be/wdBdAQtLp_k
די וועג וויאזוי דעם אכסניא'ס שטימע ווערט שטילער ווי נאר פיטער פרעגט אים אן וועגן נדה

איך בין נייגעריג וויאזוי outsiders רעאגירן צו דעם... ס'איז אין די קליינע nuances וואס מענטשן כאפן נישט אז זיי פארציילן פאר די וועלט וועגן זייער אייגענע קולטור.
אן אינטערסאנטע באמערקונג דער vlogger שרייבט אין זיין טשענל דיסקריפשן, אז ער זוכט צו דעקן א וועלט וואס די מידיע פארפאסט צו רעקארדירן, אבער למעשה יעדער מענטש האט זיין אייגענע בייעס, סא איך זעה נישט וואס ער טוט אויף. אוודאי איז עס אינטערסאנט און אינפארמאטיוו צו רעדן מיט לאוקלס, אבער איך האב עס געטראפן איראניש אז די מיידל תוך כדי דיבור ווען זי איז מסביר אז יעדע שרייבער/פילמאכער איז בייעסד אנטקעגן היימישע אידן, איז זי פונקט אזוי בייעסד אויף די פארקערטע זייט! אידישקייט איז אזוי גוט און פרויען זענען נישט צווייטע קלאס בירגער און אלעס וואס מ'זעהט אין מאוויס איז pure hatred דאס איז נישט איינזייטיג?... זייער אינטערסאנט אז אין וויליאמסבורג האט מען עפעס נישט געטראפן א פרוי צו זאגן די זעלבע... קיינער גייט נישט פארציילן די שמוציגע חלקים פון זיין קולטור/רעליגיע/היימשטאט
ס'איז אזוי מאדנע, ווייל די פרויען אין די עפיזאד ווי ער באזוכט סאודי אראביע האבן געזונגען די זעלבע ניגון, די וועלט באטראכט אונז ווי ראדאקאליסטן וואס זענען אונטערדריקט. אבער מיר זענען געהעריג אויפגעקלערט און פארגעשריטן זיי געבן אים דארט א טור פון גאנצע ביזנעס פון פרויען וואס דארף אפיציעל צייגן אויף פעמעניזם און progressivism אבער נאך אלע מיט די שווארצע קליידער ביז די jaw bone...