בת קול האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:פון וועמענ'ס ווערטער מאכסטו דא א "קיצור"?
נישט פון מיינע, ווייל איך האב דאס קיינמאל נישט געזאגט. מענער קענען נישט זיין רשעים? וואו שטייט דאס אין מיין תגובה?
אנטשולדיגט אבער פון דיין לאקשן תורה שטעלט זיך ארויס נאר פרויען זענען רשעים. וויל אויב נישט פארוואס האבן די פרויען בכלל נישט באקומען עפעס א מין leverage צו ניצן אין א פארקערטן פאל? מוז זיין אז עס איז נישט דא א פארקערטן פאל, אדער אז די תורה איז דא אינטערצודריקן פרויען.
דו האסט עס געזאגט, נישט איך.
איך זאג אז רבנים זאלן ארויסקומען אנטקעגן די מענער מיט א שטארקייט ווי די הלכה פאדערט, און ארויסווייזן קלאר אז יעדע אידס (פרויס) צער טוהט אונז די זעלבע וויי. די רבנים דארפן ניצן יעדע מעגליכע הלכהדיגע וועג צו מאכן זיכער אז פרויען זענען protected דורך א פרינאפ צו וואס.
די תורה איז סעקסיסט און אנטי פרויען!
Written by men, for men
דאס איז די איינציגסטע תירוץ וואס קען ראציאנאליזירן אזא פאוער דיינעמיק וואס מענער האבן! case closed! period. finish
פארטיג. געשלאסן. געענדיגט. מער נישט. און דעטס איט און נאמאר.
@שמעקעדיג זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער דו קוקסט דערויף ווי א טאטע וואס זעהט זיינע קינדער רייסן זיך ארויס די האר פון קאפ איינער דעם צווייטן טאג איין און טאג אויס, נעמט ער אוועק די שיך פון דעם איינעם וואס האט געגעבן די לעצטע שטויס, פארוואס ווייל דער נגח איז געווענליך די רודף און דער אנדערע דער נרדף... איי די אידיאט זיי זענען ביידע partners in crime קומען זאגן אז ווייל א פרוי האט אמאל די אויבערהאנט (אויב איז דאס בכלל א מציאות) ממילא זאל מען עס אינגאנצן צונעמען פון זיי?? דאס איז אזא אומדערהערטע אומרעכט! דאס איז יושר?! אדער אלעס אדער גארנישט? נישט גענוג וואס די פרוי דארף זיין אונטערגעווארפן אונטער איר מאן, קאכן, באקן, בגוף ובנפש, דארף זי נאך זיין פארשטיקענע הסכמה ווען זי וויל אים אפלאזן? און אנדעם איז נישט דא קיין דיווארס? ווי איז דאס געהערט געווארן? טראכט א מינוט, ווען די מאן איז ווען נישט אין פאוער וואלט דער פרוי געווען אינדיפענענט רחמנא יצילנו, און די רגע דאס געשעהט פארלירט די מאן זיין גאנצע כח. זיי ווייסן דאס גאנץ גוט, איז קום מיר נישט מיט די בולשיט אז ס'קומט אזוי. דו פאפסט דיך, נישט מיר... ווייל אויב איז וואס דו זאגסט וואר, אויב אזוי אפשר זאגסטו מיר פארוואס איז די מאן אין קאנטראל ביי דיפאולט? א אכצן יעריגע טוטער קען צוריקהאלטן א גט אויב וויל ער שטארק. די באשעפער האט דאך עס שוין אזוי אוועקגעשטעלט סאך פאר מאדערניזם נישט משום מעשה שהיה, ווי דו טענה'סט... נאר וואזשע דען? דאס איז פאוער און אונטערדריקונג!
וואס מיינט פאוער? סאושל פאוער אין דעם קעיס:
The ability to make others do what you would have them do
דאס דזשאסטיפייען די הלכה'דיגע מהלך און פריטענדן ווי ס'מאכט איין קערנדל סענס (נאך מיטן אויסרייד אז מענער זענען "געווענליך" נישט די שלעכטע) איז סובדזשעקטיוויטי, גראבע טיפשות. און אויך זייער דיסהאנעסט. איך בין נישט נייגעריג אין קיין היסטארישע פאקטן און קיין דיסקריפשנס אויף מיר ליבעראלן (אטאמאטישע מארקסיסטן, בל"ם, פעמעניסטן, און שמוציאנען) צו דזשאסטיפייען די פארדארבענע אלטמאדישע כלומרשט "טראדיציאנעלע" אויפפריעכצער. נאר אויף מציאות הדברים אינעם היינטיגן יאר ווי מיר לעבן יעצט, און וואס מ'טוט יא אדער נישט דערצו.
אידן זענען נישט די איינציגסטע און ערשטע פאלק זיך אויפצופירן אזוי גרויזאם און אוממענטשליך קעגן פרויען.
אזא פנים האט עס ווען מ'שטודירט נישט קיין טריפה'נע סאציאלע סייענסעס...
פרויען ליידן און מענער ליידן! פיין און וואויל. אבער איז דא א shift אין פאוער דיינעמיקס פון איין צד און איז דזשאסטיפייד? אויסדריקליך יא. זייער א אנפעיר one
ווי האט מיר מיין לוה געזאגט ווען די טשעק האט געקראכט? Life is unfair