פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 5:25 pm

איך גלויב אז ווייניג האבן אפגעלאזט דעם סיסטעם בלויז פארן איינזעהן אז ס'איז בלאף וכו', רוב מאל קען מען אנצייגן עפעס א לעבנסדורכגאנג וכו' וואס האט יענעם 'ארויסגעשטופט' פונעם סיסטעם ("סיסטעם" איז א היבש אומריכטיגע אויסדרוק. רוב זאכן וואס שטערן פאר די אומצופרידענע, קומט נישט ביי דיזיין, דאס זענען געזעלשאפטליכע נארמען וואס שאפן זיך אין יעדע פלאץ וואס רופט זיך 'סאסייעטי').

מענטשען מאכן נישט אזוי שנעל א דראסטישע כמעט-אומצוריקדרייבארע טויש אזוי שנעל, ספעציעל ווען מ'איז תלוי בדעת אחרים ווייב, קינדער.

בכלל דארף מען דא אויסקלארן וואס אלץ מען פאקט אריין דא אין דעם ווארט 'סיסטעם' איז עס די סטאנדארד אידישקייט? איז עס די חינוך?

בכל אופן, דארף מען פארגלייכן סאסייעטיס וואס זענען אינעם סיסטעם מיט די וואס לעבן אנגעבליך 'אינדרויסן' פונעם סיסטעם, און זעהן ווי מ'איז מער מצליח (הייבט זיך אן א וויכוח וואס הייסט הצלחה...)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 905 מאל

הודעהדורך דערהויבענע איד » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 8:37 pm

קורקלענד האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ווייל די סיסטעם מיט אלע פראבלעמען איז נאך אלץ בעסער ווי א לעבן פיל מיט נסיונות... ואפילו אם תמצא לומר אז איך בין גענוג שטארק זיך צו האלטן ערליך, וואס וועט זיין מיט די קינדער און אייניקלעך וכו׳

אין א וועג מיינט עס אז דו האלסט פון אונזער סאסייעטי, וויל סוכ"ס קוקסט עס אן א ערליכע פלאץ,...ליידער איז דא אסאך אידן וואס זענען זייער אנטוישט פון די סיסטעם, און האלטן אז ס'איז ממילא נישט די ערליכסטע פלאץ...

די אנטוישטע פארשוינען גלויב איך ווילן אוודאי זיין ערליך. אויב אנערקענען זיי אז אונזער סיסטעם איז נישט ערליך, וואו זעהן זיי יא א ערליכע סיסטעם?

און אויב מ'טרעפט נישט א ערליכע סיסטעם, דארף מען בלייבן דא?
וואס מיינט ערליך בכלל?
און וואס מאכט מענטשן טראכטן אז מ'דארף א סיסטעם?
דערהויבענע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

הודעהדורך דערהויבענע איד » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 8:39 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו האסט יא נאר דו ווילסט נישט

אפשר ווייסט ער נישט אז ער קען באמת יא?

(ס'איז א סיסטאמאטישע זאך צו זאגן פאר יעם "ווילסט נישט"...כאילו דו ווייסט פונטקליך וואס ער קען און וואס נישט...)
דערהויבענע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

הודעהדורך שארפןקאפ » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 8:49 pm

אוי ווי איך ווייס אז איך קען....

נאר ליידער האב איך א קראנקייט פון פילן שלעכט ווען איך טו וויי טאן פאר אנדערע מענטשן אפילו זיי שטייען מיר אין וועג אין עס וואלט זיי נישט געדארפט ווי טאן, אין אפילו וואס איך טו איז ריכטיק , הנקרא people pleasing בלע"ז

סא יא איך קען,יא איך וויל, אבער דערווייל קען איך זיך נישט צוברענגען צו ווייטין אזויפיל מענטשן אין מיין לעבן,

(נ.ב. איך האב די פראבלעם אויך געהאט ביי די שידוך וואס מיין טאטע האט אפגעמאכט איז גוט פאר מיר, ווי אויך ביי מיין אלטע ארבייט ווי איך בין נישט צופרידן געווען וואס איך האב געשוויגן פאר באלד א יאר נאר נישט צו דארפן זאגען פאר מיין ב"ה אז איך וויל גיין)
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 8:55 pm

ווער האט דיר געזאגט אז עס רופט זיךpeople pleasing ?

איך וואלט עס מער געשטיפט אין דער ריכטונג פין נישט האבן גענוג קאנפידענץ.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1972 מאל

הודעהדורך יעקב מעקסוועל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 8:56 pm

שארפןקאפ האט געשריבן:נאר ליידער האב איך א קראנקייט פון פילן שלעכט ווען איך טו וויי טאן פאר אנדערע מענטשן...

נישט אייביג איז עס א קראנקהייט, אמאל קען די קראנקהייט זיין פארקערט, מען זארגט זיך בכלל נישט אויב די אייגענע מעשים מאכן קאליע פאר אנדערע. ווייניג מענטשן זענען אינגאצען געזונט צווישן די צוויי...
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

הודעהדורך שארפןקאפ » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:37 pm

אישתישבי האט געשריבן:ווער האט דיר געזאגט אז עס רופט זיךpeople pleasing ?

איך וואלט עס מער געשטיפט אין דער ריכטונג פין נישט האבן גענוג קאנפידענץ.

די צוויי זענען זייער שווער צי פונאנדערשיידן איינס קען ברענגען די צווייטע, אבער אין מיין קעס מיין איך אז איך האב נישט קיין low self esteem

@ר'יעקב מעקסוועל יא יא זיי ווערן אנגערופן נארכסיסטין וואס איז אן אמתן מחלה.....
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

הודעהדורך פערינא » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 11:14 pm

מרס סיסטעם, די ווייב
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 2:10 am

גראדע בין איך אויך א people pleaser און דערפאר ארבעט איך זייער שווער צו פליעזן מיר אליינס ווייל איך בין אויך א people, זיין א pleaser פאר זיך איז נישט קיין פראבלעם, די פראבלעם איז נאר ווען דער pleaser ווייסט נישט וואס ער אליינס וויל ממילא ווייסט נישט וויאזוי זיך צו פליעזן דערפאר גייט ער פליעזן אנדערע מענטשן וואס ווייסן יא וואס זיי ווילן. די עצה דערפאר איז אז ער זאל ארבעטן אויסצוגעפינען וואס ער וויל אזוי וועט ער קענען זיך פליעזן און אפלאזן אלע אנדערע מענטשן.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4668
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4254 מאל

Re: פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?

הודעהדורך מיין אמת » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 2:32 am

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ווייל די סיסטעם מיט אלע פראבלעמען איז נאך אלץ בעסער ווי א לעבן פיל מיט נסיונות... ואפילו אם תמצא לומר אז איך בין גענוג שטארק זיך צו האלטן ערליך, וואס וועט זיין מיט די קינדער און אייניקלעך וכו׳
בתוך עמי אתה תושב?

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
מיין אמת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 09, 2021 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: פארוואס ביסטו נאך אין די סיסטעם?

הודעהדורך מיין אמת » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 2:36 am

קינדער און אייניקלעך וכו׳[/quote]
אין א וועג מיינט עס אז דו האלסט פון אונזער סאסייעטי, וויל סוכ"ס קוקסט עס אן א ערליכע פלאץ,...ליידער איז דא אסאך אידן וואס זענען זייער אנטוישט פון די סיסטעם, און האלטן אז ס'איז ממילא נישט די ערליכסטע פלאץ...[/quote]

וועגען ערליכקייט ווייסט איך נישט אבער א געזונטע פלאץ איז עס זיכער נישט

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
מיין אמת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 09, 2021 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 6:18 am

מיין אמת: דער פאקט איז אז כאטש ס'איז דא וואס צו פארריכטן אין אונזער סיסטעם איז עס נאך די בעסטע וואס איז פארהאן...!

אפילו די או.טי.די.'ס קומען נאך א פאר יאר צוריק. ווייל מיט דעם זענען זיי אויפגעוואקסן און דאס קענען זיי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9901 מאל

הודעהדורך פערינא » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 6:46 am

בערל, ווייסט וואס די ווארט oxymoron מיינט?

אז איינער קומט צוריק ווייל נאר דאס קען ער, דאס איז שרעקלעך. דאס איז נישט די בעסטע וואס איז פארהאן. דאס איז יסירי נפש.
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 9:48 am

הלוואי אזא צוריקקומאכטס אויף אלע גוים געזאגט. קיין איין אט״ד איז נאכנישט צוריקגעקומען און זיך אנגעטוהן א געהלע טלית קטן, אוועקגעווארפן דעם סמארטפאון, אנגעפאנגען גיין אין מקוה יעדן טאג, און טרינקען שליוואוויץ אין ראדני יעדן טאג. קיינער איז נאכנישט צוריקגעקומען צו אונזער סיסטעם, וואס יא, זיי קומען צוריק צו אידישקייט און זיי ברענגען מיט די אמעריקאנע מנהגים צו אונז אין סיסטעם אריין, און דאס איז איינס פון די גורמים פאר׳ן אונטערהינקען פונעם סיסטעם.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4668
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4254 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:58 am

יעקב מענטש האט געשריבן:איך גלויב אז ווייניג האבן אפגעלאזט דעם סיסטעם בלויז פארן איינזעהן אז ס'איז בלאף וכו', רוב מאל קען מען אנצייגן עפעס א לעבנסדורכגאנג וכו' וואס האט יענעם 'ארויסגעשטופט' פונעם סיסטעם ("סיסטעם" איז א היבש אומריכטיגע אויסדרוק. רוב זאכן וואס שטערן פאר די אומצופרידענע, קומט נישט ביי דיזיין, דאס זענען געזעלשאפטליכע נארמען וואס שאפן זיך אין יעדע פלאץ וואס רופט זיך 'סאסייעטי').

מענטשען מאכן נישט אזוי שנעל א דראסטישע כמעט-אומצוריקדרייבארע טויש אזוי שנעל, ספעציעל ווען מ'איז תלוי בדעת אחרים ווייב, קינדער.

בכלל דארף מען דא אויסקלארן וואס אלץ מען פאקט אריין דא אין דעם ווארט 'סיסטעם' איז עס די סטאנדארד אידישקייט? איז עס די חינוך?

בכל אופן, דארף מען פארגלייכן סאסייעטיס וואס זענען אינעם סיסטעם מיט די וואס לעבן אנגעבליך 'אינדרויסן' פונעם סיסטעם, און זעהן ווי מ'איז מער מצליח (הייבט זיך אן א וויכוח וואס הייסט הצלחה...)

איך מיין בדרך כלל אין קולטס זענען דא דו מערסטע ציפרידענע מענטשן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3829
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4858 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1928 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 9:19 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:הלוואי אזא צוריקקומאכטס אויף אלע גוים געזאגט. קיין איין אט״ד איז נאכנישט צוריקגעקומען און זיך אנגעטוהן א געהלע טלית קטן, אוועקגעווארפן דעם סמארטפאון, אנגעפאנגען גיין אין מקוה יעדן טאג, און טרינקען שליוואוויץ אין ראדני יעדן טאג. קיינער איז נאכנישט צוריקגעקומען צו אונזער סיסטעם, וואס יא, זיי קומען צוריק צו אידישקייט און זיי ברענגען מיט די אמעריקאנע מנהגים צו אונז אין סיסטעם אריין, און דאס איז איינס פון די גורמים פאר׳ן אונטערהינקען פונעם סיסטעם.

דאס איז איינע פון די מעלות פון הוּמען קעפּיטעל פלייט; די באקאנטע ״בּרעין דרעין״ פענאמענאן. דאס איז ווען חכמים אנטלויפן פון א לאנד, צי ווייל עס איז רעפּרעסיוו צי מחמת סיבות אחרות. דאס קען האבן מעלות פאר׳ן לאנד פון וואו זיי האבן עמיגרירט פון ווייל ווען/אויב זיי קומען צוריק ברענגען זיי מיט פּראגרעסיווע און מאדערנע ווירדן וכו׳, וואס דאס העלפט יענע מדינה זיך רוקן פאראויס און זיך פארבעסערן; זיך דעמאקרעטיזירן וכדומה.

מ׳קען אפשר ציען א פּאראלעל צו אונזער געזעלשאפט. והיינו, ווי איך האב אמאל געזעהן אין א פּעמפלעט פון שמואל שלמה טעלער אין סאטמארע ביהמ״ד ווי ער שרייבט לגבי די ״נסיונות הדור פון אוועקפאלן״ וכו׳ ״אז מ׳דארף בעיקר אפבאכט געבן אויף די קלוגערע״ (אוי לה לעיסה שהנחתום מעיד עליה שהיא רעה…), זענען די וואס זענען אינטעליגענט מער עלול צו אפלאזען אט דעם ״סיסטעם״ (עכ״פ לכולו למחצה לשליש ולרביע), וכידוע זענען דא שטודיעס וואס צייגן א נעגאטיווע קארעלעישאן צווישן אינטעליגענץ און פרומקייט (ווי אויך צווישן עדוקעישאן און פרומקייט). און דאס איז אחוץ די סתם אזוי סאציאלע פראבלעמען וואס ״די סיסטעם״ האט מיט זיך. וממילא, איז יתכן אז ביי אונז איז אויך דא אט די בּרעין דרעין פענאמענאן. קומט אויס אז ווען/אויב זיי קומען צוריק, צו עני דעגרי, ברענגען זיי טאקע מיט פאזיטיווע ענדערונגען.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2517
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 9123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1958 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און איין גאסט