דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל

הודעהדורך שמן למאור » מאנטאג יאנואר 23, 2023 1:27 pm

עס איז ראטזאם צו קוקן די פילם 'טיטאניק' פארן ליינען:

איך האב שוין געלאזט הערן מיין מיינונג אפאר מאל אין די קאמערלעך פונעם שטיבל אז לדעתי איז די בעסטע מאווי פונעם יאר הונדרעט דעם וועלט בארימטן מאווי 'טיטאניק'.
קיין הסברים האב איך נישט געהאט אנגעגעבן, און געוויסע האבן מיט אנגעפרעגט פשט פארוואס איך האב אזוי שטארק ליב דעם ספעציפישן מאווי. אוודאי איז די יצירה מורא'דיג פיין, די גאנצע אראפלייגן ווי די טיטאניק שיף זינגט, מיט די בהלה וואס האט זיך דארטן אפגעטון, גיבט א שטארקע בליק אויף וואס עס האט זיך אפגעטון אין יענע מינוטן. אבער כמובן איז די בעסטע און עיקר חלק פון די מאווי די (פיקטיווע) רומאנטישע און ליבע חלק פון די מעשה.

אויפגעוואקסן בין איך אין איינע פון די גרויסע היימישע שטעט אין די טרי-סטעיט ראיאן. אזוי ווי אלע מיינע חברים און שכנים האב איך געלעבט מיין טאג אין די חרדישן באבל, טאקע אין אמעריקע אבער פאקטיש אויף גאר אן אנדערע פלאנעט. מיר האבן טאקע געטרויטן אויף אמעריקאנע ערד, אבער אונזערע קעפעלעך זענען געווען ווייט ווייט אוועק פון די אמעריקאנע גאס און קולטור.

זאכן וואס זענען שוין צענדליגע יארן דברים פשוטים פאר יעדע נאר אין מארק, זענען נאך געווען גאר פרעמד אין אונזערע ראיאנען. טייל מאל זענען מיר געווען מיט אזא פיפציג זעכציג יאר אונטערשטעליג פון זיי. אין די גרויסע וועלט האלטן שוין געוויסע ביים מעטעוואורס, און ביי אונז האט מען זיך קוים ערלויבט א פעקס מאשינקע.

איינע פון די זאכן וואס איז ביי אונז געווען א מאדנע אומדערהערטע זאך, איז געווען דאס געדאנק פון ליבע, און ווען איך רעד דא פון ליבע מיין איך בעיקר אהבה שבין איש לאשתו. עפעס פלעגן מיר צומאל הערן ווי דער מברך פון ברכה אחריתא זאגט עפעס זייער מאדנע ווערטער. עפעס אזא מושג פון אהבה ואחוה שלום ורעות, כאילו א חתן וכלה - מאן און ווייב דארפן זיך 'ליב האבן'. מיר האבן עס אייביג אנגעקוקט ווי עפעס אזא אלטע מושג, נאך פון די צייטן ווען עס פלעגן זיך באווייזן נגעים אויף די ווענט פון הייזער. עפעס היינטיגע צייטן איז שוין נישטא די אלע אמאליגע מאדנע ערשיינונגען.

ווען האבן מיר געזען ווי טאטי און מאמי האבן זיך ליב? האבן זיי זיך אמאל ארומגעהאלזט פארנט פון אונז? האבן אונז אמאל געזען ווי טאטי גיבט א קוש פאר מאמי? האבן מיר אפילו איין מאל בטעות געהערט ווי מאמי זאגט פאר טאטי, 'איך האב דיר ליב'? ליבע האט אטאמאטיש געמיינט תאווה, שלעכטיגקייט, השחתה. די זאכן האבן נישט קיין פלאץ אין קיין אידישע שטוב.

איינע פון די סודות פון די בריאה, איז דער ענין פון אהבה. קיינער פארשטייט נישט פון וואו עס קומט אדער פארוואס עס איז. דאך איז עס פון די וויכטיגסטע זאכן וואס עס דרייווט די גאנצע יקום. אלעס טוט מען פאר די קינדער וואס מען האט בטבע אן אריינגעבאקענע אהבה צו זיי, חיות היטן בטבע אויף זייערע קינדער און אזוי ציען זיי ווייטער זייערע דורות, און נאר מיט די טבע פון אהבה לעבן מענטשן אינאיינעם און בויען שיינע משפחות. די גאנצע המשך היקום איז אנגעוואנדן אויף די מושג פון אהבה.

אומצאליגע בחורים און אינגעלייט דרייען זיך ארום מיט טיפע סודות אין הארצן, ליבא לפומא לא גליא וואס עס רוישט זיי אין הארץ. צו זאל עס זיין א שכן, א קוזין, און צומאל א חבר אין ישיבה וואס מען האט -וואס מען רופט שוין היינט- א 'קראש' אויף יענעם. אמאל איז עס אויף עטליכע מענטשן, און אמאל איז עס ספיציפיש נאר אויף איינעם. מען הערט ממש נישט אויף צו טראכטן פון יענעם אגאנצן טאג, מען קען פארדרייען די גאנצע סדר היום נאר צו קענען שטיין אויף א פלאץ ווי יענער וועט 'מעגליך' אדורכגיין. ווען עס איז צווישן צוויי בחורים אין ישיבה וועט ער פראבירן ווען ער קען נאר צו רעדן -אויף עפעס אן אויפן, מיט יענעם. און געווענליך פאמפט די הארץ גאר שטארק ווען מען רעדט מיטן אהוב. (און אונזער סעסייעטי, אויב איז די אהבה אויף א מיידל, איז די נענטסע זאך וואס ער קען טון איז דאך נאר קוקן, כאפן א שמועס איז דאך מאן דכר שמיה)
און די זעלבע גייט פאר אין די עזרת נשים, צומאל קראשן זיי מיידלעך און צומאל מענער.

ווען די רבמ"ם האט געוואלט ארויסברענגען ווי שטארק מען דארף ליב האבן די אייבישטער מקיים צו זיין די מצוה פון ואהבת את ה' אלוקיך וגו', האט ער נישט געקענט טרעפן קיין בעסערע משל ווי דאס צוגלייכן צו אהבת אישה, וכלשונו:
וכיצד היא האהבה הראויה, הוא שיאהב את ה' אהבה גדולה יתירה עזה מאוד, עד שתהא נפשו קשורה באהבת ה' ונמצא שוגה בה תמיד, כאלו חולה חולי האהבה שאין דעתו פנויה מאהבת אותה אשה והוא שוגה בה תמיד בין בשבתו בין בקומו בין בשעה שהוא אוכל ושותה, יתר מזה תהיה אהבת ה' בלב אוהביו שוגים בה תמיד, כמו שצונו בכל לבבך ובכל נפשך והוא ששלמה אמר דרך משל כי חולת אהבה אני, וכל שיר השירים משל הוא לענין זה.


דאס איז עפעס וואס עס איז פון די יסודות הבריאה, נישטא וואס זיך צו שעמען דערמיט, און פאקטיש האט עס כמעט יעדער ביי געוויסע תקופות אין לעבן. ביי טייל וועפט עס אויס, און ביי טייל בלייבט עס שטארק פאר לאנגע יארן. קיין הסבר פארוואס 'דער' איז מושך דוקה צו 'יענעם', האט נישט אייביג קיין הסבר, נישט אלעמאל האט עס צוטון דוקה מיט שיינקייט, אויב עפעס האט עס אסאך מער צוטון מיט די קירוב הלבבות און די קירוב הדעת וואס עס איז דא אין זיין אינערליכע נפש וואס דאס ציהט אים צי צו יענעם.

טייל מאל ווערט דערפון א געראטענע פריינטשאפט, געוויסע מאל האט די חבר צוריק אן אהבה אויף אים, עס קראשט זיך פון ביידע זייטן, עס ווערט א מורא'דיגע גוטע חברותא'שאפט וואס קען אנהאלטן פאר לאנגע יארן. עס איז ממש איבריג אויסצושמועסן די תועלת פון אזא פריינטשאפט ווי מען האט זיך באמת ליב, און מען האט אייביג א גוטע חבר צו דער זייט.
אבער גאר אסאך מאל מאכט זיך אז מען האט ליב איינעם, אבער יענער איז נישט אינטערסירט אין דיר, אדער אמאל שעמט מען זיך צו נעמען די געפילן צום נעקסטן שטאפל און עס עפענען צו א געהעריגע קירוב הלבבות, מען האט נישט די דרייסטקייט זיך אויפצושטעלן פאר די געפילן, מען וועט ענדערש פראבירן צו דערשטיקן די געפילן און פטור ווערן דערפון. דאס קען גורם זיין צו אן עפענונג פון א גענצליך נייע פארבארגענע אפטיילונג אין די הארץ, א נייע שטיבל פון אהבה הנסתרת וואס וועט אים מעגליך באגלייטן און נאכלויפן זיין גאנצע לעבן. אפגערעדט ווען מען רעדט פון אהבת נשים, וואס איז ביי אונז סאנאנים מיט תאווה און שלעכטס, איז אויב כאפט זיך אריין אזא אהבה, קען עס בלייבן קלעבן אסאך יארן נאך די חתונה, און עס איז נישט פון די גרינגסטע זאכן פטור צו ווערן דערפון.

איך האב אלס בחור כסדר געהאט כלערליי קראשעס מכל מינים שונים, איך האב פארשטייט זיך נישט גערעדט צו קיינעם דערוועגן און איך האב עס אנגעקוקט אלס פשוטע שמיציגע תאוות, מען דארף פשוט ארבעטן אויף זיך און וויינען שובבים אויף תשובה ותיקון המעשים. עס איז אלעס א נסיון וואס מען דארף זיך שטארקן און עס ארובערגיין.

ווען איך האב געקוקט די באקאנטע 'שטיסל סעריע'
צום ערשטן מאל, האט מיר די גאדאנק אויפגעבליצט אין קאפ. די גאנצע סעריע איז דאך בעיקר געבויט אויף דעם ווי דער בחור 'עקיבא' זיכט זיין ליבע, און ער גייט נאך דעם אן קיין אפהאלט. ער נעמט אראפ אלע פארמאלע געזעלשאפטליכע נארמעס, און היות ער איז אביסל אינטערסאנט, שעמט ער זיך נישט צו טון דאס אומדערהערטע, און ער גייט זוכן 'א מיידל וואס ער האט ליב'!!! אמאל איז עס אן עלטערע גרושה, אמאל איז עס א פרוי מיט גייסטישע פראבלעמען און אמאל איז עס זיין אייגענע קוזינע. זיין אייגענע טאטע פארשטייט נישט וואס גייט פאר מיט אים, אסאך מאל פארשטייט מען נישט ווי קומט דעם קאץ איבערן וואסער, פארוואס האט ער זיך פונקט פארליבט אין אזא סארט מיידל? די שדכן האט דאך מציע געווען אסאך 'בעסערע' אפציעס..? אבער ווי מאדנע די גאנצע וועלט וועט עס אנקוקן, לאזט ער זיך נישט פון די קולטור, ער טוט זיך אויס די מאסקע, און גייט נאך דעם אהבה וואס ציעט אים. יעצט איך ווייס אז טיווי שויס זענען פרי דמיונם פון גוטע שרייבערס, און די מעשה האט נישט קיין אחיזה אין די מציאות, אבער דאך איז די עצם סיפור גאר ריכטיג, עס ברענגט ארויס די באהאלטענע עקיבא'לע וואס ליגט אונז אלע טיף אין הארצן.

ווען מיר האלטן ביי פרק 'האיש מקדש', ברענגט די שדכן א 'גוטע' שידוך וואס 'קלאפט' פון אלע זייטן, די מחותנים זאלן ביידע זיין די זעלבע סארט, די נעמען זאלן שטימען וכדומה וכדומה, אבער די וויכטיגסע זאך קענען זיי ניטאמאל געהעריג מסדר זיין, זיי האבן נישט קיין שום וועג צוזאמצושטעלט א בחור און א מיידל וואס גייען זיך ליב האבן. ס'איז פשוט נישט מעגליך פאר קיין מענטש אויפן וועלט צו זאגן מבינות אויף א צווייטנס ליבע. און טאקע ביי אונז איז עס נישט אזוי ווייט קיין פראבלעם, ווייל ווער האט דען אמאל געזאגט אז א מאן אין ווייב דארפן זיך ליבן? סך הכל לעבט מען צוזאמען 60 יאר, מען מאכט די בעסטע דערפון, און דער עיקר איז אז מען געבוירט ווי מער בעיביס און מען פארגרעסערט כלל ישראל.

וואס זאל אבער טון דער בחור אדער אינגערמאן וואס זיינע נאטורליכע חושים האבן אריינגעבויטע נאטירליכע אהבה אין זיך? און צומאל האט ער גאר פריערדיגע אריינגעבויעטע אהבות צו געוויסע פארהוילענע פערזוינען? ער מוז זיך ארומטראגן מיט זיין סוד אגאנצן לעבן, ער וועט שוין אריינגיין אין קבר מיטן סוד פון די בריאה, קיינער אויפן כדור העולם וועט קיינמאל נישט וויסן וואס עס האט געפייניגט פאר אומצאליגע טעג אדער יארן דער הארץ אין מוח פון דעם אומשילדיגן נפש'ל, א סוד וואס וועט שוין אראפגיין אין די טיפענישן פון די אפגרינדן אינאיינעם מיט די אומצאליגע מיליאנען געשיכטעס וואס זענען שוין לאנג פארגעסן געווארן אדער האבן קיינמאל נישט געהאט די זכיה דערציילט צו ווערן.

די מאווי 'טיטאניק' שפילט זיך אפ אונעם ווייטן אמאל, מען באגלייט א מיידל ראוז וואס איז אויפגעוואוקסן ביי א רייכע פאמיליע, זי מוז זיך אויפירן מיט כלערליי נימוסים וואס מאכן שווער די לעבן, אלעס כדי צו קענען האבן די 'זכיה' צו זיין פון די עליטע. אין די צייט וואס קינדער און איר עלטער האקן א לעבן אן קיין פרעשור, מוז זי זיך אנטון פארמאל און לעבן צו די אלע 'העכערע' קאודס וואס איר געזעלשאפט פארלאנגט פון איר. מען איז איר 'משדך' קעגן איר רצון צו א צווייטע עושר... אלעס זעט אפשר אויס גלאנציג פון אינדרויסן, אבער דאס אומגליקליכע מיידל איז גאר צובראכן, עד כדי כך אז זי וויל זיך פשוט נעמען דאס לעבן. ביז דשזעק קומט אריין אונעם בילד און זיי פאלן אריין און עכטע ליבע, עס גייט זיי אונגאנצן נישט אן די סטייל פון לעבנס פון וואו זיי ביידע קומען איז כרחוק מזרח ממערב, מען קוקט נישט אויף ארומיגע נערישקייטן ווען עס קומט צו עכטע אהבה. זי איז גרייט זיך מוסר נפש צו זיין אים צו ראטעווען, און שפרינג ארויס פונען רעטונג שיפל, אבי צו זיין מיט איר לאווער. ענדערש שטארבן מיט אים, ווי
איידער לעבן אן אים.

איך האב זייער שטארק רילעיטעט צו ראוז. אין די צייט וואס די גויאשע וועלט האט זיך היבש געריקט אויף פאראויס, און אפילו רייכע קינדער קענען שוין היינט טון וואס זיי ווילן, זענען מיר אבער געבליבן סטאק דארטן ווי זיי האבן געהאלטן פאר 100 יאר צוריק. אין די אלגעמיינע וועלט האלט מען זיך נישט היינט צוריק פון ארויסצוגעבן די געפילן, אז מען האט איינעם ליב לאזט מען יענעם וויסן. אז מען וויל לעבן א געוויסע וועג פרעגט מען נישט קיין רשות פון קיינעם, מען טוט וואס מען האט צו טון, און אז עס געפעלט נישט פאר די ארומיגע איז עס זייער פראבלעם; גאר אנדערש איז עס אבער ביי אונזער געזעלשאפט, מען מוז זיך ארומדרייען מיט סודות אנגעפילט אינעם בויך, אויב וועסטו זאגן וואס דו טראכסט וועט עס מעגליך האבן שווערע געזעלשאפטליכע קאנסוקווענסן. דעריבער וועלן רוב מענשטן אויס צו מאכן א שווייג, מען בויט זיך אויף א קאמערל און עס ווערט פולער און פולער ביז עס ווערט פארגעסן לנצח.

טייל האבן נישט ליב די סוף פונעם מאווי ווי דזשעק גייט למעשה אויס פאר קעלט, זיי האלטן אז עס וואלט געדארפט האבן א פרייליכע ענדע ווי זיי לעבן זיך פרייליך זייער גאנצע לעבן. אבער איך האלט אז דוקה דאס איז וואס מאכט די מעשה אזוי גוט. געדענקט, די גאנצע סיפור ווערט דאך דערציילט דורך א ניינציג יעריגע באבע וואס פארטרויעט די עולם מיט איר באהאלטענע איבערלעבעניש וואס ליגט איר שוין אין די קישקעס פאר איבער א יובל יארן. זי האט שוין געטראפן א פרישע מאן, אויפגעשטעלט דורות, און כמעט וואס זי גייט שוין אריין אין קבר מיט איר אייביגע פארבארגענע סוד, ווען נישט עס מאכט זיך פינקט די מעשה אז מען אנדעקט איר מאלעריי, וואלט די מעשה ווארשיינליך אראפ אין די טיפע אפגרינדן צוזאמען מיט די טיטאניק שיף, און וואלט געטראפן איר פלאץ נעבן די אומצאליגע געשיכטעס וואס זענען קיינמאל פארציילט געווארן.

די מעשה ברענגט ארויס די ווארהייט. נישט אלעמאל קומט מען אן צו זיין צוזאמען מיטן באליבטער, צומאל מחמת איזה סיבה שלא תהיה מוז מען בלייבן מיט די סודות אין הארצן, און בלויז ביינאכט ווען קיינער זעט נישט, קען מען חלומען און דמיונ'ן פון די מחשבות וואס פייניגען און באפרידיגן דיר אונאיינעם אויף איינמאל.

די מאווי קוק איך אן אזוי ווי א געדענקמאל פאר די אלע פארגעסענע משחבות, מענטשן, הערצער, נפשות, און אהבות וואס האבן קיינמאל נישט געהאט די זכיה ארויסצוקומען לאור עולם. עס דינט ווי א גרויסע קבר אחים, א ריזיגע מאניומענט וואס פארציילט די שטילע באהאלטענע סיפור פון אונזערע ברודערלעך, מענטשן, אחינו בני ישראל, וואס זייערע סודות זענען זיי געבליבן שטעקן אין בויך ביז זייער לעצטע אטעם, און די פילם איז ווי די שיך ביי די ברעג פונעם דונא טייך, וואס ווייסט צו אנדייטן אז עפעס גאר טיף, מיסטריעז, און ווייטאגליך ליגט דא באהאלטן ווייט פארהוילן פון די מענטשליכן אויג.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

א וויכטיגע מעסעדזש פאר די מענטשהייט!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1798
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 1846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3888 מאל

הודעהדורך Tachlis » מאנטאג יאנואר 23, 2023 10:59 pm

די ענדע פון די מעשה אז דזשעק איז אויסגעגאנגען פאר קעלט אין וואסער האט מיר אזוי געבאדערט אז איך האב חרטה געהאט פארן קוקן דעם מאווי, טאקע ווייל זיי האבן אזוי גוט ארויסגעברענגט דאס וואס זיי האבן זיך באמת ליב געהאט האט מיר געמאכט וויינען א גאנצע נאכט, איך האב נישט אויסגעהאלטן דעיס ווערן אזוי טראגיש אפגעטיילט פון איינעם וואס מען האט אזוי ליב איך האלט אז איינער וואס האט שוין עקספעריענסט עכטע ליבע וועט אים דעיס ממש צורייסן.

איך לעב גראדע גאנץ אפן מיט די "ליבע" פאקט, נישט אזוי ווייט פאר מיר נאר ווייל איך האב אזוי ליב מיין ווייב וויל איך איר מאכן צופרידן און ווען איך קען איר מאכן צופרידן מאכט מיר עס צופרידן,
די אפנקייט זעט אנפאנג אויס מאדנע פאר אונז וואס ביי אונז איז עס נישט אנגענומען אבער נאך א וויילע געוואוינט מען זיך צו און מהאט זיך עכט ליב אז עס איז שוין נישט דא קיין פלאץ ליב צו האבן קיינעם אנדערש.
דער וואָס איז גרייט אויפצוגעבן זיין לעבנסוויכטיגע פרייהייט צו באַקומען אַ ביסל צייטווייליגע סעיפטי, פאַרדינט נישט קיין פרייהייט און נישט קיין סעיפטי. - בנימין פרענקלין
באניצער אוואטאר
Tachlis
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2020 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 82 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך צקון לחש » דינסטאג יאנואר 24, 2023 12:42 am

@שמן למאור ביסט א רוח שאינה מצויה!
צקון לחש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 166
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 1:09 am
האט שוין געלייקט: 272 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 168 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג יאנואר 24, 2023 1:32 am

סארי, כ'האב נישט געזען דעם פילם. אבער איך דינג זיך מיט כמעט יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט.
כ'האב נישט קיין כח און צייט זיך צו מתווכח זיין, אבער לדעתי איז די ראמאנטישע ליבע וואס דו באשרייבסט די גרעסטע טראגעדיע פון די מענטשהייט. עס פארבלענדט די מח און מחשבה און מאכט פארקריכן פון אלטס וואס איז באמת וויכטיג. און - פארשטיינער מיר נישט אבער - לדעתי איז די שידוכים סוגיא ביי אונז דווקא א מעלה אז מען לאזט נישט די יוגנט זיך אליין קלויבן כאוות נפשם ממש, ווייל די ראמאנטיקע וואקסט מען אויס און מיטן לעבנס-שותף בלייבט מען. יאפ, שלום שטיסל איז גערעכט און קיווע גייט טאקע אין באד אריין מיט זיינע חלומות.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2524
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2145 מאל

הודעהדורך שמן למאור » דינסטאג יאנואר 24, 2023 2:01 am

ריכטיג האט געשריבן:סארי, כ'האב נישט געזען דעם פילם. אבער איך דינג זיך מיט כמעט יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט.
כ'האב נישט קיין כח און צייט זיך צו מתווכח זיין, אבער לדעתי איז די ראמאנטישע ליבע וואס דו באשרייבסט די גרעסטע טראגעדיע פון די מענטשהייט. עס פארבלענדט די מח און מחשבה און מאכט פארקריכן פון אלטס וואס איז באמת וויכטיג. און - פארשטיינער מיר נישט אבער - לדעתי איז די שידוכים סוגיא ביי אונז דווקא א מעלה אז מען לאזט נישט די יוגנט זיך אליין קלויבן כאוות נפשם ממש, ווייל די ראמאנטיקע וואקסט מען אויס און מיטן לעבנס-שותף בלייבט מען. יאפ, שלום שטיסל איז גערעכט און קיווע גייט טאקע אין באד אריין מיט זיינע חלומות.

די ציל פון די אשכול איז לאו דוקה געווען צו שטיפן אז דער ריכטיגער מהלך איז אייביג נאכצוגיין די אהבה עד הסוף. עס איז מער אזעלכע דברי זכרון און אנערקענונג, איך האב פשוט געוואלט ארויפברענגען און לייגן די טאפיק אינטערן ספאטלייט אז ס'דא אזא מציאות, און מען קען עס נישט איגנארירן כאילו עס עגזעסטירט נישט. עס שרייט און ווייטאגט אסאך נפשות, און אפילו עס קומט אזוי, ברויך עס נאכאלטס האבן די ריכטיגע אנערקענונג.

בנוגע צו קיווע איז גערעכט צו שלום איז טאקע א לענגערע טיפערע נושא, און ביי יעדע פאל איז דא עקסטער וואס דן צו זיין דערין, עס איז לאו דוקה דא א כלליות'דיגער מהלך דערביי. אוודאי א בחור וואס דערזעט זיך ווי ער לויפט נאך אהבות ביי די דרייסיג און עס ווערט גארנישט פון אים, דארף טון צו דער זאך און נעמען א געהעריגע שידוך. איך האב נישט אהערגעברענגט עקיבא'ן אים צו צייגן אלץ אונזער ראול מאדעל.. שיין וועלן מיר אויסקוקן..., איך האב אים צוגעברענגט צו צייגן די עצם מושג פון אהבה וואס ווערט גאר שטארק און שארף אויסגעשפילט דורך אים. אבער פון די אנדערע זייט צו זאגן אז מען דארף גענצליך פארקוקן אויף די אהבה איז אויך גענצליך אומריכטיג. פארשטייט זיך אז מיט די צייט וועפט עס אויס, אבער אפילו נאכן אויסוועפן שטייט מען אסאך בעסער ווי די אלגעמיינע מהלך ביי אונז ווי עס וועפט שוין פון די ערשטע מינוט.

אונזער שידוכים סיסטעם האלט זיך נאר וויבאלט די סטראקטור איז געבויט אז מען גט זיך נישט נאר ווען עס איז עק וועלט. ווען נישט דעם פאקטאר, ווען גיטין וואלט געווען אזא אנגענומענע זאך ווי אין די אלגעמיינע וועלט, ווען עס וואלט נישט געווען קיין פראבלעם צו זיין א גרוש, וואלטן די נומערן פון גיטין געווען ביזן דאך. עס איז לאו דוקה א סתירה צו לאזן די יוגנט זיך וועלן כאוות נפשם, און דערנאך ווייטער האבן די סיסטעם ווי אויפשטעלן א שטוב איז א מוז. מען קען אן קיין פראבלעם זוכה זיין צו שתי שלחנות...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

א וויכטיגע מעסעדזש פאר די מענטשהייט!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1798
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 1846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3888 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג יאנואר 24, 2023 3:22 am

שמן למאור האט געשריבן:פארשטייט זיך אז מיט די צייט וועפט עס אויס, אבער אפילו נאכן אויסוועפן שטייט מען אסאך בעסער ווי די אלגעמיינע מהלך ביי אונז ווי עס וועפט שוין פון די ערשטע מינוט.

אונזער שידוכים סיסטעם האלט זיך נאר וויבאלט די סטראקטור איז געבויט אז מען גט זיך נישט נאר ווען עס איז עק וועלט. ווען נישט דעם פאקטאר, ווען גיטין וואלט געווען אזא אנגענומענע זאך ווי אין די אלגעמיינע וועלט, ווען עס וואלט נישט געווען קיין פראבלעם צו זיין א גרוש, וואלטן די נומערן פון גיטין געווען ביזן דאך. .

מיט וואס איז די אלגעמיינע מהלך בעסער נאכן וועפן? די גיטין ביי די אלגעמיינע וועלט איז אויך ביזן דאך (און אין די היינטיקע פאסט-מערידזש-פעיליער תקופה איז די נומער פון די וואס האבן בכלל נישט חתונה אויך ביזן דאך).

דאס אז מען גט זיך נישט נאר אויב ס'איז כלו כל הקיצין (אגב: ס'איז שוין דא א ערנסטע שינוי דערין, לכה"פ ביי די אינגע דור), איז אפשר אויך א מעלה. הער וואס איך זאג דיר שטילערהייט: רוב גיטין זענען נישט דורכגעפאלענע פארלעך (א מאן און א פרוי זענען בעצם בכלל נישט קיין פאר, ס'איז כמעט נישטא קיין געלונגענע פאר בכלל.... ששש....), נאר ענדערש אומצופרידענע מענטשן בעצם.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2524
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2145 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 24, 2023 8:40 am

ריכטיג האט געשריבן:א מאן און א פרוי זענען בעצם בכלל נישט קיין פאר, ס'איז כמעט נישטא קיין געלונגענע פאר בכלל.... ששש....

האסט זייער גוט געזאגט, ששש... אזעלכע שטותים צו רעדן. מיט וויפיל פרויען האסטו שוין פרובירט זיך צאמצופארן און ס'נישט געלונגען? מיט מענער קומסטו זיך יא אויס? איך קען איבערגענוג זיסע, צופרידענע, געלונגענע קאפלס, און יא, "אפילו" ביי חסידים.
If it doesn't bring you income, inspiration, or orgasms, it doesn't belong in your life. (Even if it's true!)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 5253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5806 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » דינסטאג יאנואר 24, 2023 8:43 am

ריכטיג האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:פארשטייט זיך אז מיט די צייט וועפט עס אויס, אבער אפילו נאכן אויסוועפן שטייט מען אסאך בעסער ווי די אלגעמיינע מהלך ביי אונז ווי עס וועפט שוין פון די ערשטע מינוט.

אונזער שידוכים סיסטעם האלט זיך נאר וויבאלט די סטראקטור איז געבויט אז מען גט זיך נישט נאר ווען עס איז עק וועלט. ווען נישט דעם פאקטאר, ווען גיטין וואלט געווען אזא אנגענומענע זאך ווי אין די אלגעמיינע וועלט, ווען עס וואלט נישט געווען קיין פראבלעם צו זיין א גרוש, וואלטן די נומערן פון גיטין געווען ביזן דאך. .

מיט וואס איז די אלגעמיינע מהלך בעסער נאכן וועפן? די גיטין ביי די אלגעמיינע וועלט איז אויך ביזן דאך (און אין די היינטיקע פאסט-מערידזש-פעיליער תקופה איז די נומער פון די וואס האבן בכלל נישט חתונה אויך ביזן דאך).

דאס אז מען גט זיך נישט נאר אויב ס'איז כלו כל הקיצין (אגב: ס'איז שוין דא א ערנסטע שינוי דערין, לכה"פ ביי די אינגע דור), איז אפשר אויך א מעלה. הער וואס איך זאג דיר שטילערהייט: רוב גיטין זענען נישט דורכגעפאלענע פארלעך (א מאן און א פרוי זענען בעצם בכלל נישט קיין פאר, ס'איז כמעט נישטא קיין געלונגענע פאר בכלל.... ששש....), נאר ענדערש אומצופרידענע מענטשן בעצם.


רוב דורכגעפאלנע גיטין איז ווייל מען נעם א זכר און א נקבה און מען שפארט זיי איין אין א צימער אין מע איז זיי מודיע אז זיי זענען חתונה געהאט, זיי האבן קיינמאל נישט באמת חתונה געהאט, חוץ פון א צערעמאניע ווי מען שפענדעט קרוב למאה אלף, זענען זיי נישט געווארען מער פארעל ווי עני אנדערע יונגעל אדער מיידל בשוק, מען הייבט אויף א גארטל מען לייגט א רינגל און מזל טוב א קאפל, אה ליבע? Who cares? איך פארשטיי נישט בכלל פארוואס מען וואונדערט זיך פארוואס סדא אזויפיל גיטין, איך ווינדער מיך וויאזוי קען זיין אז סאיז נישטא מער גיטין.
Ironically, there is no scientific proof that the scientific method of proof is the most valid method of proof.
@זאל_זיין
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 4413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3074 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג יאנואר 24, 2023 9:59 am

רביה"ק, ביטע לייען איבער וואס איך האב געשריבן. א געלונגענע קאפל זענען צוויי צופרידענע מענטשן וואס קומען זיך דורך, נישטא קיין שום חילוק צווישן אידן גויים פרייע פרומע מאדערן חרדים ליטאים חסידים. אויב עפעס איז בעסער אין די פלעצער וואו עבודת המידות איז א נושא אין די חינוך.

דאס וואס איך האב געשריבן אז ס'איז נישט דא די געלונגענע פאר, באציה איך זיך צו די ראמאנטישע דמיונות'דיגע פאר, פון וואס די פותח האשכול רעדט.

קהל'ס נער, דו מאכסט א הנחה אז רוב גיטין קומען פון אבי צוזאמענגעשטעלט, און נאכדעם פרעגסטו פארוואס ס'איז נישט דא מער. נעם אוועק די הנחה, רוב שידוכים ביי אונז זענען נישט אבי, עלטערן זוכן באמת זייער קינדס טובה און רוב מאל טרעפן זיי גוט צו. איך האלט זיך ביי מיין הנחה אז רוב גיטין זענען אומצופרידענע מענטשן, און די סיבה פארוואס עס איז נישט דא מער איז טאקע ווייל רוב מענטשן זענען צופרידענע מענטשן.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2524
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2145 מאל

הודעהדורך שמן למאור » דינסטאג יאנואר 24, 2023 10:14 am

ריכטיג האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:פארשטייט זיך אז מיט די צייט וועפט עס אויס, אבער אפילו נאכן אויסוועפן שטייט מען אסאך בעסער ווי די אלגעמיינע מהלך ביי אונז ווי עס וועפט שוין פון די ערשטע מינוט.

אונזער שידוכים סיסטעם האלט זיך נאר וויבאלט די סטראקטור איז געבויט אז מען גט זיך נישט נאר ווען עס איז עק וועלט. ווען נישט דעם פאקטאר, ווען גיטין וואלט געווען אזא אנגענומענע זאך ווי אין די אלגעמיינע וועלט, ווען עס וואלט נישט געווען קיין פראבלעם צו זיין א גרוש, וואלטן די נומערן פון גיטין געווען ביזן דאך. .

מיט וואס איז די אלגעמיינע מהלך בעסער נאכן וועפן? די גיטין ביי די אלגעמיינע וועלט איז אויך ביזן דאך (און אין די היינטיקע פאסט-מערידזש-פעיליער תקופה איז די נומער פון די וואס האבן בכלל נישט חתונה אויך ביזן דאך).

קודם כל האבן זיי די פאר טעג, וואכן, חדשים, צו גאר יארן וואס מען האט א מעין עולם הבא, נאך פאר עס וועפט אויס, פארוואס מאכסטו דאס אוועק כאילו דאס איז גארנישט? אין די אלגעמיינע וועלט ווי זיך שיידן איז קיין פראבלעם נישט, איז פארשטייט זיך דא גאר א הויעכע ראטא פון גיטין, מען הייבט זיך אויף פון איינס און מען גייט צו א צווייטן, דאס מיינט נישט אז די ערשטע צען יאר איז געווען שלעכט, מען ריקט זיך פשוט ווייטער. רוב גויאישע קאפלס וואס שיידן זיך בלייבן זייער גוט מיט זייערע עקס, זיי האבן נישט קיין שווער הארץ, און רוב מאל האבן זיי זיך נאכאלס ליב, ס'נאר פשוט אז מען גייט ווייטער אין לעבן, מען מוז נישט בלייבן סטאק וועגן פאר אפאר יאר האט זיך געלוינט צו האבן דעם פארטנער. ביי אונז, אויב גט מען זיך, וויל מען מער נישט אנקוקן די עקס, עס קומט געווענליך נאך יארן פון אנעסעניש.

זאת ועוד, אוודאי וועפן גוטע זאכן אויס, גארנישט אויפן וועלט בלייבט נישט מיט די זעלבע גלאנץ ווי ביים אנפאנג, אבער דאס מיינט נישט אז נאכן וועפן בלייבן די צוויי באליבטע פונקט אזוי ווי אסאך היימישע קאפלס ווי מען האט זיך בכלל נישט ליב, סך הכל איז אביסל אראפ פון די גלאנץ, נו, מען האט זיך נאכאלטס ליב, און מען קען ווייטער בויען א אמת'ע גוטע קשר, דאס איז אסאך בעסער ווי סתם צאמפארן יענקל מיט גיטי, וואס ווען זיי לערנען ווען צוזאמען אין פאבליק סקול וואלטן זיי זיך ניטאמאל אנגעקוקט, זיי האבן ניטאמאל די שאנס זיך ליב צו האבן געהעריג, און שפעטער וועלן זיי נאך טענה'ן אז אינ'אמת'ן אריין איז א מאן מיט א ווייב בכלל נישט קיין פאר...

ריכטיג האט געשריבן:דאס אז מען גט זיך נישט נאר אויב ס'איז כלו כל הקיצין (אגב: ס'איז שוין דא א ערנסטע שינוי דערין, לכה"פ ביי די אינגע דור), איז אפשר אויך א מעלה. הער וואס איך זאג דיר שטילערהייט: רוב גיטין זענען נישט דורכגעפאלענע פארלעך (א מאן און א פרוי זענען בעצם בכלל נישט קיין פאר, ס'איז כמעט נישטא קיין געלונגענע פאר בכלל.... ששש....), נאר ענדערש אומצופרידענע מענטשן בעצם.

דאס קען מעגליך זיין אמת, פאר די לאנג ראן סטרוקטור פון פאמיליע לעבן איז עס זיכער ריכטיג, דאס האט אבער גארנישט ציטון מיט די נושא דא פון וויאזוי די קאפלס ווערן מתחילה צאמגעפארט. עס זענען דא אין יעדע סעסייעטי בערך 5 פראצענט שווערע מענטשן וואס וואלטן זיך גע'גט ריגארדלעס, די שאלה איז נאר איבער די איבריגע 95 פראצענט. אנשטאט צאמשמעלצן רעכל מיט מעכל, און שפרינצע מיט זעליג, און אלע פיר זענען אומצעפרידן, וואלט מען געקענט לאזן מעכל פאלן אין ליבע מיט שפרינצע, און זעליג וועט פאלן אין ליבע מיט רעכל, און אלע פיר וועלן זיין צופרידן. יא אפילו נאך עס וועפט אויס שטייט זייער רילעישנשיפ אויף אסאך א העכערע ניווא. וואס זאל מען אבער טון אז די שדכן האט צאמגעפארט רעכל צו מעכל ווייל זייערע נעמען גראמט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמן למאור אום דינסטאג יאנואר 24, 2023 10:16 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

א וויכטיגע מעסעדזש פאר די מענטשהייט!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1798
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 1846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3888 מאל

Re: דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יאנואר 24, 2023 10:16 am

ריכטיג האט געשריבן:רביה"ק, ביטע לייען איבער וואס איך האב געשריבן. א געלונגענע קאפל זענען צוויי צופרידענע מענטשן וואס קומען זיך דורך, נישטא קיין שום חילוק צווישן אידן גויים פרייע פרומע מאדערן חרדים ליטאים חסידים. אויב עפעס איז בעסער אין די פלעצער וואו עבודת המידות איז א נושא אין די חינוך.

דאס וואס איך האב געשריבן אז ס'איז נישט דא די געלונגענע פאר, באציה איך זיך צו די ראמאנטישע דמיונות'דיגע פאר, פון וואס די פותח האשכול רעדט.

קהל'ס נער, דו מאכסט א הנחה אז רוב גיטין קומען פון אבי צוזאמענגעשטעלט, און נאכדעם פרעגסטו פארוואס ס'איז נישט דא מער. נעם אוועק די הנחה, רוב שידוכים ביי אונז זענען נישט אבי, עלטערן זוכן באמת זייער קינדס טובה און רוב מאל טרעפן זיי גוט צו. איך האלט זיך ביי מיין הנחה אז רוב גיטין זענען אומצופרידענע מענטשן, און די סיבה פארוואס עס איז נישט דא מער איז טאקע ווייל רוב מענטשן זענען צופרידענע מענטשן.
אילאן מאסק גייט נישט זיין דער ערשטער וואס גייט קאלאניזירן מארס @ריכטיג האט עם שוין אויסגעכאפט! זעהט אויס רוב מענטשן זענען טאקע צופרידן דארט

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1329
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 5:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 5891 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2656 מאל

הודעהדורך קרן זוית » דינסטאג יאנואר 24, 2023 10:17 am

ריכטיג האט געשריבן:רביה"ק, ביטע לייען איבער וואס איך האב געשריבן. א געלונגענע קאפל זענען צוויי צופרידענע מענטשן וואס קומען זיך דורך, נישטא קיין שום חילוק צווישן אידן גויים פרייע פרומע מאדערן חרדים ליטאים חסידים. אויב עפעס איז בעסער אין די פלעצער וואו עבודת המידות איז א נושא אין די חינוך.

דאס וואס איך האב געשריבן אז ס'איז נישט דא די געלונגענע פאר, באציה איך זיך צו די ראמאנטישע דמיונות'דיגע פאר, פון וואס די פותח האשכול רעדט.

קהל'ס נער, דו מאכסט א הנחה אז רוב גיטין קומען פון אבי צוזאמענגעשטעלט, און נאכדעם פרעגסטו פארוואס ס'איז נישט דא מער. נעם אוועק די הנחה, רוב שידוכים ביי אונז זענען נישט אבי, עלטערן זוכן באמת זייער קינדס טובה און רוב מאל טרעפן זיי גוט צו. איך האלט זיך ביי מיין הנחה אז רוב גיטין זענען אומצופרידענע מענטשן, און די סיבה פארוואס עס איז נישט דא מער איז טאקע ווייל רוב מענטשן זענען צופרידענע מענטשן.

ס'איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן, פון וואנעט ווייסטו אז רוב מענטשן זענען צופרידען... ווייל דיינע ברודער און חברים האבן דיר געזאגט אז זיי זענען צופרידען ?

אויב דו קוקסט אויף די פאקטן קען איך צולייגן נאך צוויי זאכען וואס רוב מענטשן זענען צופרידען...
רוב מענטשען זענען צופרידען אז ס'איז דא טרעפיק אויפען BQE
רוב מענטשן זענען צופרידען פון אלע מלמדים

לשיטתך, זעהט אויס אז דו האלט'ס אז 100% שידוכים ווערט גוט געפירט, איי עס איז דא א מיעוט גיטין דאס איז ווייל די מיעוט קינדער זענען "אומצופרידענע מענטשן" ??
קרן זוית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 9:53 pm
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 556 מאל

הודעהדורך שמן למאור » דינסטאג יאנואר 24, 2023 10:44 am

ריכטיג האט געשריבן:רביה"ק, ביטע לייען איבער וואס איך האב געשריבן. א געלונגענע קאפל זענען צוויי צופרידענע מענטשן וואס קומען זיך דורך, נישטא קיין שום חילוק צווישן אידן גויים פרייע פרומע מאדערן חרדים ליטאים חסידים. אויב עפעס איז בעסער אין די פלעצער וואו עבודת המידות איז א נושא אין די חינוך.

דאס וואס איך האב געשריבן אז ס'איז נישט דא די געלונגענע פאר, באציה איך זיך צו די ראמאנטישע דמיונות'דיגע פאר, פון וואס די פותח האשכול רעדט.

קהל'ס נער, דו מאכסט א הנחה אז רוב גיטין קומען פון אבי צוזאמענגעשטעלט, און נאכדעם פרעגסטו פארוואס ס'איז נישט דא מער. נעם אוועק די הנחה, רוב שידוכים ביי אונז זענען נישט אבי, עלטערן זוכן באמת זייער קינדס טובה און רוב מאל טרעפן זיי גוט צו. איך האלט זיך ביי מיין הנחה אז רוב גיטין זענען אומצופרידענע מענטשן, און די סיבה פארוואס עס איז נישט דא מער איז טאקע ווייל רוב מענטשן זענען צופרידענע מענטשן.

א געלונגענע קאפל איז צוויי צופרידענע מענטשן וואס קומען זיך דורך, "און האבן זיך ליב". סתם וואוינען צוזאמען אין איין הויז און זיך 'דורכקומען' איז א דורכפאל פון א מערידזש. אהבה איז טאקע עפעס וואס מען קען אויפבויען, מען קען כמעט אייביג ארבייטן מיט וואס מען האט, אבער עס איז א חילוק פון הימל ביז ערד פון וואו מען הייבט אן. כ'האב שוין מאריך געווען דערין אין מיין אשכול איבער שידוכים, קענסט עס גיין איבערליינען..

איך האלט נישט אז רוב גיטין קומען פון אבי צאמגעשטעלטע קאפלס, אויב וואלט מען זיך גע'גט ביי אונז ווען מען איז נישט צופרידן, ווען מען האט זיך נישט ליב, און ווען מען לעבט נישט גוט אינאיינעם, וואלט דאס טאקע געווען א גרויסע פאקטאר, אבער ווי געשמועסט איז דאס זייער נישט אנגענומען ביי אונז. גיטין געשען ביי די 5 פראצענט (כאפ מיך נישט ביים נומער) וואס זענען טאקע שווערע מענטשן און זיי וואלטן זיך מילא גע'גט, עס איז מסתמה דא נאך א פראצענט וואס די צאמשטעל איז אזוי רענדאם און שלעכט אז מען קען אפילו נישט ארבעטן דערמיט און עס ענדיגט זיך מיט א גט.

אודאי זיכן עלטערן די בעסטע פאר זייערע קינדער, אבער ס'דא זאכן וואס די עלטערן קענען נישט וויסן, זיי קענען בשום אויפן נישט פארשטיין פארוואס דו חבר'סט זיך דוקא מיט דער און יענער, און נישט מיט א צווייטן. דער אמת איז אז דו אליינס ווייסט אויך נישט די סיבה, די טבע העולם איז אז געוויסע מענטשן פארשטייען זיך בעסער מיט געוויסע מענטשן און ווייניגער מיט אנדערע מענטשן. נאר די מענטש אליין קען וויסן אויב די זאך איז גוט פאר אים, אויב עס איז א גוטע פאר, אויב עס איז דא א משיכת הלב, אויב מען פארשטייט זיך גוט איינע מיט די אנדערע, און צי דאס איז א געראטענע שידוך. די עלטערן קענען טאקע זען אז די הייעך איז גוט, די געלט איז דא, די יוחס איז דא, וכ' וכ' אבער זיי קענען קיינמאל נישט זען די וויכטיגסטע זאך, און דאס איז.., צי האבן זיי זיך ליב? (איך ווייס אז ביי געוויסע פרעגט מען שוין היינט די חתן פארן שידוך שליסן.. נו? האסט איר ליב? און די חתן ענטפערט יא. אבער רוב מאל ווייסט ער ניטאמאל וואס ליבע מיינט. ער מיינט אז מען פרעגט אים מבינות אויף עפעס א שיינע מאלעריי צו ער האט עס ליב. מהיכא תיתי, פארוואס נישט... יא, ער האט עס ליב..., און די אמת איז, פון וואו זאל ער וויסן צי ער האט איר ליב? ער האט איר סך הכל געזען צוויי מאל און גערעדט מיט איר פאר קוים צוויי דריי שעה)

אויב עפעס, איז די תוצאה פון אבי צאמגעשטעלטע שידוכים אז קאפלס לעבן זיך צאם א לעבן אן קיין ליבע, מען פראבירט צו זיין צופרידן און מאכן די בעסטע דערפון, אבער מען האט אסאך א שווערערע לעבן ווי מען וואלט געקענט האבן. טייל ליידן מער, טייל ווייניגער, אבער הצד השוה שבהן אז מען האט נישט די בעסטע עקספיריענס. די 60/70 יאר פון מערידזש לייף איז אסאך שווערער ווי עס וואלט געקענט זיין ווען ער נעמט זיך א געהעריגע גוטע צוגאפאסטע פארל. און אויף דעם איז שוין איינמאל דא א גרויסע חילוק צווישן אידן, גויים, פרייע, פרומע, מאדערן חרדים, ליטאים, און חסידים.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

א וויכטיגע מעסעדזש פאר די מענטשהייט!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1798
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 1846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3888 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג יאנואר 24, 2023 11:45 am

קרן זוית, "צופרידן" מיינט נישט דווקא צופרידן מיט די פאר. איך רעד פון אלגעמיין, ס'זענען דא מענטשן וואס זענען נאטורליך צופרידענע מענטשן, מיט זייער דזשאב סטאטוס וכו' וכו', די סארט מענטשן לעבן מיט די הנחה אז אפילו ווען עפעס קלאפט נישט הונדערט פראצענט מאכט מען עס ארבעטן כמות שהוא און מען רעדט זיך נישט איין אז ביי יענעם איז די גראז גרינער. רוב מענטשן זענען אזוי און דערפאר וועלן זיך רוב מענטשן ביי אונז נישט גט'ן.

שמן למאור, איך פארשטיי פונקטליך וואס דו זאגסט, אבער טאקע דערויף דינג איך זיך. איך האלט נאכאלץ אז עס איז ענדערש כדאי אוועקצוווארפן די ראמאנטישע ליבע דמיונות און אויסוואקסן שנעל, לטובת לעבן א געהעריגע פאמיליע סטרוקטורירע לעבן. לדעתי איז נישט ווערט די פאר זאטע ליבע יארן אויפן חשבון פון א צופראסקעטע פאמיליע לעבן אין די לאנג ראן. צוויי צופרידענע מענטשן וואס זענען דיטערמענד ביי זיך צו מאכן די מערידזש ארבעטן פאר יעדן פרייז זענען א סך מער מקושר צווישן זיך ווי א ראמאנטישע ליבע וואס קומט און גייט.

די אלגעמיינע וועלט האט געמאכט דעם טעות און מקריב געווען די געזונטע פאמיליע סטרוקטור לטובת ראמאנטיציזם. איך פארשטיי אז דו ביסט טאקע שטארק אנטציקט דערפון, אבער לדעתי איז דאס נישט קיין עכטע טובה פאר די מענטשהייט, נאר להיפוך.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2524
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2145 מאל

הודעהדורך שמן למאור » דינסטאג יאנואר 24, 2023 12:20 pm

@ריכטיג, דיין טעות איז אז דו קוקסט עס אן ווי א סתירה, אדער רומאנס אדער סטרוקטור לעבן. עס איז בכלל נישט אזוי, פשוט במציאות איז עס נישט אזוי. עס זענען דא גענוג און נאך קאפלס וואס האבן ביידע.

די אלגעמיינע וועלט האט פארמיאוסט סטרוקטור לעבן בכלל, עס איז אין סטייל נישט צו האבן קיין קינדער און נישט צו ציען קיין דורות. דאס האט מיט דעם אז זיי האבן (בטעות) געמיינט אזוי ווי דיר אז כדי צוציקומען צו דעם רומאנס דארף מען אויפגעבן אויף די פאמיליע לעבן. זיי האבן אויסגעוועלט רומאנס, דו וועלסט אויס סטרוקטור, און ענק פארקוקן ביידע אויף די שלימות פון ביידע אונאיינעם. אין פאקט איז עס אבער נישט ריכטי"ג. די באשעפער האט באשאפן א מאן און ווייב, און זיי געהייסן אויף דער זעלבער צייט צו פירן א פאמיליע לעבן, פרו ורבו ומלאו את הארץ, אבער צו דער זעלבער צייט דארף אויך צו זיין דעם ודבק באשתו און דעם אהבה ואחוה ושלום ורעות.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

א וויכטיגע מעסעדזש פאר די מענטשהייט!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1798
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 1846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3888 מאל

Re: דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל

הודעהדורך כרם זית » דינסטאג יאנואר 24, 2023 3:24 pm

וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 5:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 1556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 758 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג יאנואר 24, 2023 4:25 pm

ס'איז נישט קיין סתירה צו עררייכן ביידע, ס'איז אבער א סתירה צו זוכן ראמאנס און צו געפונען סטרוקטור. איינער וואס וועט צוגיין צו טרעפן א שידוך אויפן וועג וואס דו באשרייבסט אין דיין ערשטע תגובה, וועט ווערן פארבלענדט און בלינד צו דאס וויכטיגסטע.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2524
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2145 מאל

הודעהדורך שמן למאור » דינסטאג יאנואר 24, 2023 5:34 pm

ריכטיג האט געשריבן:ס'איז נישט קיין סתירה צו עררייכן ביידע, ס'איז אבער א סתירה צו זוכן ראמאנס און צו געפונען סטרוקטור. איינער וואס וועט צוגיין צו טרעפן א שידוך אויפן וועג וואס דו באשרייבסט אין דיין ערשטע תגובה, וועט ווערן פארבלענדט און בלינד צו דאס וויכטיגסטע.

דארף מען טאקע זוכן ביידע...

עס איז דא א באקאנטע ווערטל. א טיטשער האט אמאל געפרעגט א סטודענט, אויב מען גיבט דיר אן אויסווייל פון מזל אדער שכל, וואס וואלסטו גענומען?
האט די סטודענט געענטפערט, מזל!
האט דער טיטשער געזאגט " איך וואלט אויסגעקליבן שכל" האט די סטודענט געענטפערט, "יא יא, יעדער נעמט וואס עס פעלט אים"...

לענינינו, איך דארף דא נישט קומען באשרייבן סטרוקטור לעבן, מיר זענען שוין סייווי אין א שטארקע געזעלשאפט מיט א פעסטע משפחה לעבן סטרוקטור. מיר דארפן נישט זוכן סטרוקטור, מיר זענען אריינגעבוירן דערין. איך האב נישט געזאגט אז מען זאל אויפגעבן דאס וואס מען האט, איך האב בלויז באשריבן דאס וואס עס פעלט אונז...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

א וויכטיגע מעסעדזש פאר די מענטשהייט!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1798
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 1846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3888 מאל

Re: דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל

הודעהדורך צוזאמגעדרייט » דינסטאג יאנואר 24, 2023 5:40 pm

צום פונקט!

@שמן למאור
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 269
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 24, 2023 6:22 pm

@שמן למאור: ס'געפעלט מיר ווי דו האסט געלאזט ריכטיג פארדרייען דעם שמועס, כאילו די גאנצע מדובר איז ראמאנס קעגן סטרוקטור. חסידים זענען פאר סטרוקטור, די סעקולארע וועלט איז פאר ראמאנס, און די ליטוואקעס און מאדערנע האבן נאכנישט גענומען קיין צד, קאט די קרעפ. מיין שוועסטער (וואס איז טיעף אין די וויזויהייסטעס) איז לעצטנס ענגעידשד געווארן מיט א בחור וואס מ'האט שוין אנגעטראגן מיט א יאר צוריק, די נארישע סיבה פארוואס ס'איז דעמאלטס אראפ פון טיש געדענק איך שוין נישט, אבער די סיבה פארוואס יעצט איז עס יא געווארן איז ווייל דאס מיידל חלומ'ט שוין נעבעך אזוי לאנג פון די ווייסע קלייד... זי גייט פשוט אויס פאר לעכצעניש פאר'ן ווייסן קלייד און זי קען שוין מער נישט ווארטן... (שמעקט עפעס פון ראמאנס?) אפשר מיט סטרוקטור מיינט מען די סטרוקטור פונעם ווייסן קלייד? אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט...
If it doesn't bring you income, inspiration, or orgasms, it doesn't belong in your life. (Even if it's true!)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 5253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5806 מאל

הודעהדורך תרמב » מיטוואך יאנואר 25, 2023 12:29 am

שמן למאור דו זאגסט זייער גוט, אבער איך האב איין נקודה צו אנמערקן, די פראבלעם מיט די אלע מאוויס איז אז ס'איז צו גוט אז ס'זאל זיין אמת, די מעשיות געשעהן קיינמאל נישט די לעבן איז נישט אזוי גלאנציג אדער אזוי שלעכט ווי מ'זעהט עס אויפן סקרין, מ'קען מיינען אז די גויים האבן מוראדיגע לאוו סטאריס ווי זיי זענען נאכגעגאנגען בחירת ליבם און אלעס איז געווען גלאנציג, זעי ליווד העפילי עווער עפטער, ווען אין פאקט מאכט זיך אלס פול מיט שווערעקייטן ביי יעדן, מ'האט א קראש אויף איינעם און די הארץ ווערט צובראכן ווייל יענער גייט מיט א צווייטן, ס'איז דא ביי זיי אויך אסאך הארץ וויי, איך פארשטיי אז דו מיינסט נישט דווקא די מעשה פון טיטאניק און קיווע שטיסל, דו מיינסט נאר די פוינט, אבער ס'איז דאך ווערט ארויסצוברענגען די נקודה אז די זאכן וואס געשעהן אין די מאווי'ס געשעהן נישט אין ריעל לייף.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1100
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 8:28 am
האט שוין געלייקט: 6651 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1647 מאל

Re: דער 'טיטאניק מאווי' ליבע געדענקמאל

הודעהדורך צוזאמגעדרייט » מיטוואך יאנואר 25, 2023 12:40 am

תרמב האט געשריבן: מ'קען מיינען אז די גויים האבן מוראדיגע לאוו סטאריס .


זיי האבן מער שאנסן ווי סתם א שיעור ג' בחור.


תרמב האט געשריבן: מ'האט א קראש אויף איינעם און די הארץ ווערט צובראכן ווייל יענער גייט מיט א צווייטן, ס'איז דא ביי זיי אויך אסאך הארץ וויי


מ'קען עס אנקוקן ווי א חלק פון די שיינע בילד. פאשטייצעך בשעת מעשה איז עס פיינפול, אבער אויב צום סוף ארבעט זיך עס אויס, איז דאס א חלק פון די מעשה.

און אויב נישט, זאגט מען -לייף איז נאַט עי פיקניק- (און מען זוכט זיך א פרישע קראש)
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 269
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

הודעהדורך דוד שריפטליך » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 12:32 am

זייער א באלערנדע ארטיקל איך אפילו איך בין אויפגעוואקסן ביי די חרדים וואו אהבה איז עפעס א זאך וואס דער עולם איז נישט גורס על כל פנים איך פון מיר אויס האב קיינמאל נישט מסכים געווען מיט די אידילאגיע איך וויל נאר צולייגן פון א מוזיקאלישע שטאנדפונקט אז די ליבע פיקציה פון די טיטאניק מאווי ענדיגט זיך מיט א ניגון וואס הייסט מיין הארץ גייט מיט..... און די ניגון האט אויך א ווערסיע פון גד אלבז מיט עברית גראמען וואס איז אויף זיין אלבוים רמזים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמן למאור אום דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 1:07 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דוד שריפטליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2022 11:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

הודעהדורך דוד שריפטליך » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 12:38 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:@שמן למאור: ס'געפעלט מיר ווי דו האסט געלאזט ריכטיג פארדרייען דעם שמועס, כאילו די גאנצע מדובר איז ראמאנס קעגן סטרוקטור. חסידים זענען פאר סטרוקטור, די סעקולארע וועלט איז פאר ראמאנס, און די ליטוואקעס און מאדערנע האבן נאכנישט גענומען קיין צד, קאט די קרעפ. מיין שוועסטער (וואס איז טיעף אין די וויזויהייסטעס) איז לעצטנס ענגעידשד געווארן מיט א בחור וואס מ'האט שוין אנגעטראגן מיט א יאר צוריק, די נארישע סיבה פארוואס ס'איז דעמאלטס אראפ פון טיש געדענק איך שוין נישט, אבער די סיבה פארוואס יעצט איז עס יא געווארן איז ווייל דאס מיידל חלומ'ט שוין נעבעך אזוי לאנג פון די ווייסע קלייד... זי גייט פשוט אויס פאר לעכצעניש פאר'ן ווייסן קלייד און זי קען שוין מער נישט ווארטן... (שמעקט עפעס פון ראמאנס?) אפשר מיט סטרוקטור מיינט מען די סטרוקטור פונעם ווייסן קלייד? אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט...

איך האב געוואלט צולייגן אז עפעס א רעדנער ביי קרבתנו גאלד האט פרובירט צו מסביר זיין פאר עלטערן אז זיי זאלן פארשטיין אז אפילו א גוטע ערליכע בחור קען אויך אפזאגן א שידוך ווייל ער וויל א שיינע מיידל.....
און עס מאכט אים נישט אויס ערליך
דוד שריפטליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2022 11:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

הודעהדורך דוד שריפטליך » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 12:42 am

ריכטיג האט געשריבן:קרן זוית, "צופרידן" מיינט נישט דווקא צופרידן מיט די פאר. איך רעד פון אלגעמיין, ס'זענען דא מענטשן וואס זענען נאטורליך צופרידענע מענטשן, מיט זייער דזשאב סטאטוס וכו' וכו', די סארט מענטשן לעבן מיט די הנחה אז אפילו ווען עפעס קלאפט נישט הונדערט פראצענט מאכט מען עס ארבעטן כמות שהוא און מען רעדט זיך נישט איין אז ביי יענעם איז די גראז גרינער. רוב מענטשן זענען אזוי און דערפאר וועלן זיך רוב מענטשן ביי אונז נישט גט'ן.

שמן למאור, איך פארשטיי פונקטליך וואס דו זאגסט, אבער טאקע דערויף דינג איך זיך. איך האלט נאכאלץ אז עס איז ענדערש כדאי אוועקצוווארפן די ראמאנטישע ליבע דמיונות און אויסוואקסן שנעל, לטובת לעבן א געהעריגע פאמיליע סטרוקטורירע לעבן. לדעתי איז נישט ווערט די פאר זאטע ליבע יארן אויפן חשבון פון א צופראסקעטע פאמיליע לעבן אין די לאנג ראן. צוויי צופרידענע מענטשן וואס זענען דיטערמענד ביי זיך צו מאכן די מערידזש ארבעטן פאר יעדן פרייז זענען א סך מער מקושר צווישן זיך ווי א ראמאנטישע ליבע וואס קומט און גייט.

די אלגעמיינע וועלט האט געמאכט דעם טעות און מקריב געווען די געזונטע פאמיליע סטרוקטור לטובת ראמאנטיציזם. איך פארשטיי אז דו ביסט טאקע שטארק אנטציקט דערפון, אבער לדעתי איז דאס נישט קיין עכטע טובה פאר די מענטשהייט, נאר להיפוך.

איך ווייס פון פארפעלקער וואס האבן געוואלט ראמאנסירן אנדערש ווי די שוויגער קולטור און עס האט זיך געענדיגט מיט א גט.....
דוד שריפטליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2022 11:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron