גוט זאגערס זאגען אז היינט גייט זיין דער סיום הש"ס מיט די מעמד פון מיליאנער מענטשען!!!והמבין יבין
ש"ס איז פארטיג
לדעתי,
הרה"ג המאור הגדול ר' שלמה משה עמאר שליט"א געוועזענער רב הראשי לספרדים וועט זיין "דער גרעסטער" ממלא מקומו על אפם פון מנהיגי ש"ס, דער איד איז אויסער זיין א גרויסער גאון בתורה איז ער זייער א קלוגער מענטש, זייער סיפאטיש, ער האט זייער א פיינע כאריזמע, ער איז א געבוירענע מנהיג, און היימישע רבנים גלייכען אים זייער צוליב זיין היימישער סטייל, ער איז ווייט פון א פחדן, ווער עס געדענקט ווען ער איז געווען דער איינציגסטער רב וועלכע האט מקבל פנים געווען דעם פויבסט מיט "לוחות" אויף זיין גאלדענע בעקישע, אלץ ענפער פון דער פויבסט שתי וערב,
http://www.inn.co.il/News/News.aspx/189189ער איז א זאפטיגער רעדנער, און ער קען שפילען "האלי" אויך, ער האט איין מעלה מער פון הרב עובדיה מיט דעם וואס ער גיבט מער אכטונג "וואס ער רעדט", פארשטייט זיך אז אין תורה איז ער נישט אזא ריז ווי הרב עובדיה, ווייל הרב עובדיה'ס גרויסקייט אין תורה איז נישט מעגלעך צו רעפלעיסען!
הגאון הרב אלבז שליט"א דער צווייטער ממלא מקומו
זיין זון הרב יצחק יוסף וועט זיין ממלא מקומו נאר מיטען דינען דער פופאט דאלי פאר אריה דרעי אבער דאס איז עס
יצחק יוסף האט נישט דעם טאטע'נס כשרונות, ווייט פון אים כרחוק "הרב עובדיה" מ"יצחק"...
איך גלייב אז ער וועט בלייבען מיטען נאמען "ש"ס" אבער ש"ס וועט בלייבען אן קיין מענטשען
ש"ס האט אין מיינע אויגן געטוען 2 גאר גרויסע טעותים די לעצטע 12 חדשים, די ערשטע מיטען רודפ'ן הרב אמנון יצחק, כאטש זיי האבען געהאלטען אז הרב אמנון איז שוואכער פון זיי (ס'איז אמת געווען "דאן") אבער די "שאדען" וואס די פרשה האט אנגעמאכט פאר ש"ס איז אומגעהויער גרויס, ש"ס האט דאן אנגעהויבען צו ראלען בארג אראפ ביים דעת הקהל, די צווייטע טעות איז געווען מיטען מדחה זיין הרב שלמה משה עמאר,
זייער טעות איז זיך צו ארומקלאמערען ארום די "קינדער" פון הרב עובדיה, מיינענדיג אז "נאר" אויב דער ממשיך איז א "זון" קען עס ווייטער אנגיין, וואס לדעתי איז דאס א שרעקליכער טעות, און ווען זיי זאלען מאכן א יד אחת מיט הרב אמנון בשעתו און געבליבען אין גוטען מיט הרב עמאר, וואלטען זיי יעצט געקענט מכתיר זיין הרב עמאר אלץ ממשיך און ש"ס וואלט געבליבען לעבען און וואקסען,
אבער ס'איז נישט די ערשטע היזק וואס די "אייניקלעך" האבען אנגמעכאט פאר כלל ישראל
און לכאורה אויך נישט די "לעצטע"
ליידער וועלט מען מנהיגים וואס אויסער "קינדער" זענען זיי גארניקס
ווען כלל ישראל וואלט דאס משוגעת אויסגעמעקט וואלטען מיר אשכנזים אויך אויסגעזען בעסער