מנחת אלעזר: "מענטשן פלייש איז דען יא גלאט כשר?"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ממרום שלח אש האט געשריבן:איך וויל נישט רעגענען אויף הוגהס פאראדע, אבער יאקאבסאןס חלב סתם מעשה איז לא היה ולא עתיד להיות נאר דרוש ושתה דם האסאטמורים

אבער דאס איז יא א מעשה שהיה. א אינגערמאן אין כולל פלעגט יעדן טאג ברענגגען א פעקל ברויט פאר זיך, פרישטאג פארן וואך. וכתב עליו "פרטי" אסור ליטול" וכדו'. אין יעדן טאג איז נאר איבערגעבליבן די עק...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך אשכולות אויפוועקער »

אויפגעוועקט
צוליב דעם קעפל
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: מנחת אלעזר: "מענטשן פלייש איז דען יא גלאט כשר?"

שליחה דורך החוקר »

איש עברי האט געשריבן:@הוגה געוואלדיגע ווערטער ס'ציפט ס'ברענט ס'מאנט און ס'פאדערט, און געוואלדיג קלאהר ארויסגעברענגט און גלייכצייטיג אריינגעלייגט די ווייטאג און פארדרוס. די ווערטער זענען ווי קאלטע וואסער אויף מידע זעלער און סלעכערט און נידערט ביז די קעמערליך פון בויך.

אבער די שילוב מיט ירידת הדורות איז קונצליך און מקען טראכטען צו סאיז טאקע א נייע פראבלעם, ס'איז געווען אלע דורות אנגענומען אז פרומאקעס זענען רשעים וואס מ'דארף שטיין ווייט פון זיי, נאר אמאל איז נישט געווען אזוי אין סטייל צו זיין פרום, נעם למשל די ווארט פון ראפשיצע רב איבער די ראשי תיבות פון פרום, אדער די מימרא'ס פון צאנזע רב און די ליובאוויטשע רבי'ס, מען זעהט אז אלעמאל איז דאס געווען די כאראקטער פון א פרומער, שאקעלט זיך ווי א לולב, גלייזט מיט די אויגן ווי א כישוף מאכער, און טונקט זיך אין מקוה ווי א פיש, אבער דורך און אדורך א רשע מרושע [קרעדיט הרב ראזנבלום פון שערי יושר]

חסידישע רבי'ס האבן אלץ גענוצט די סטיריאוטיפ פון א פינסטערע מתנגד וואס דרייט זיך ארום זויער און אויפגערעגט און זוכן ווי מען קען טרעפן נאך א חומרא אדער דקדוק הלכה, און גלייצייטיג זענען זיי מזניח אהבת השם און אהבת ישראל.
נאר די פראבלעם אז היינט איז מען געווארן מיקסד אפ און פונקט ווי יעדער איינער טראגט זיך ארום אין בויך מיט א פעקל שיטות און דרכים אין עבודת השם, מען עסט זיך אהן מיט ברסלבע תורה'ס, און מען איז א שטיקל חבד'סקער און א אנהענגער פון זילבערבערג און מ'נאשט פון ר' טודרוס און פאר קינוח סעודה דרייט מען זיך אין ראחמעסטארעריווקא, און איבער אלעם געהערט ער נאך צו די א סאטמערע פארטיי, אזוי אויך איז אוועקגעגאנגען די אמאליגע הבחנה צווישן עהרליך און פרום, אז איינער איז עובד'ל מוז ער אויטאמאטיש האלטן יעדע חומרא וואס פאלט ביי פאר א פלוני און מאנרא אדער א אלמוני אין בני ברק.

היינט קען זיין איינער וואס איז א חסידישע רבי וואס זיין גאנצע גדלות איז אז ער קומט אויף מיט הידורים און חומרות יעדע מאנטאג און דאנערשטאג, דאס ווייזט ווי ס'איז נטשטש געווארן די גבולים פון חסידיש און פרום וכו'.

איך וויל נאר צולייגן א זיסע מעשה וואס כ'האב געהערט פון א זוהן פון ר' שלמה זלמן אוירבאך: איינמאל קום איך אריין צו מיין טאט'ן פרייטאג צונאכטס און איך זעה אז ער איז ממש צוקאכט און אויפגערעגט אינגאנצן נישט כהרגלו, פרעג איך אים וואס איז געשעהן זאגט ער מיר אז אויפ'ן וועג אהיים פון דאווענען זעהט ער א עלטערע איד גייט און שלעפט א שווערע באנק, און אונטער אים גייט זיין איידעם א יונגערמאן און לייגט נישט צו קיין פינגער, איך בין צוגעגאנען פרעגן דעם יונגערמאן היתכן ער העלפט נישט זיין שווער שלעפן, זאגט די יונגערמאן אז ער מאכט א שלום זכר און מען דארף האבן בענק אבער ער איז מחמיר און טראגט נישט מיט'ן עירוב דעריבער טראגט זיין שווער די בענק, פון די מחזה איז ר' שלמה זלמן צושטורעמט געווארן און כעדותו פון זיין זוהן האט ער אים קיינמאהל נישט געזעהן אזוי אויפגערעגט.
We can 2nd
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

נוח האט געשריבן:יעצט געלייענט די הייליגע דרשה פון הרב יאקאבסאהן, ווי איבערגעגעבן מיט די גאלדענע ווערטער פון @הוגה. יישר כוח, און דאס איז א ריכטיגע הכנה פאר שב"ק.
א גרויסן יש"כ @נוח פארן ארויפברענגען אזא וויכטיגע אשכול.

איך וויל בעטן פון דיר, און אזוי אויך פון אלע חשובע חברים, אז ווען מען טרעפט א שיינע אשכול זאל מען עס נישט נאר סתם אויפרישן, נאר אויך לינקן אין די אשכול וואס איך האב במיוחד געעפנט פאר דעם צוועק. אזוי ווערט עס נישט פארשווינדן נאך א טאג צוויי, נאר עס בלייבט אויפן אויבן אן און מען קען שנעל און גרינג אנקומען דערצו.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט