קשר פון זיידע של אדמו"ר מפאלטיטשן צו גדולי ישראל בוומסב"ג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

קשר פון זיידע של אדמו"ר מפאלטיטשן צו גדולי ישראל בוומסב"ג

הודעהדורך שיח ושיג » זונטאג יאנואר 10, 2016 2:52 pm

די שבת פר' וארא איז אויסגעשפרייט געווארן אין אלע בתי מדרשים א גליון מסביר צו זיין די גרויסע קשר און הערצה וואס די גדולי ישראל אין וומסב"ג האבן געהאט צו הרה"ק ר' אלעזר טווערסקי זי"ע מפאלטיטשאן בעל פקודת אלעזר. בעיקר רעדט מען ארום פון דעם פאפא רב בעל ויחי יוסף און דעם סאטמאר רב בעל דברי יואל.
איי וועסטו פרעגן וואס איז דאס אינטערעסאנט צו וויסן? עס איז דאך א זייער א מאדנע טעמע צו מאכן דערפון א גליון און עס פארשפרייטן? די תי' איז געשטאנען אויפן צעטל, דאס איז אין בעפארברייטונג צו די שבת פר' יתרו שבת קבלת התורה, וואס זיין אייניקעל כ"ק אדמו"ר מפאלטיטשאן שליט"א (דאס איז דאס גאנצע וואס ס'שטייט, אן א נאמען, נאר די קאמפאני נאמען), וועט וויילן אין וומסב"ג.
נו, זיין PR קאמפיין האט געטראכט, מ'וועט אים ברענגן קיין וומסב"ג, קיינער ווייסט דאך נישט ווער דאס איז אין וומסב"ג, ער איז דאך נישט א "היימישער" (בלשון הסאטמורים), וועט דאך קיינער נישט קומען מיטהאלטען און געבן געלט. ממילא מוז מען שוין 4 וואכן פריער אנהייבן מיט א קאמפיין מסביר צו זיין פאר'ן עולם אז עכט איז ער א היימישע זאך, והא ראי' אז די 2 גדולי ישראל, סאטמאר רב און פאפא רב האבן דאך געהאט צו זיין זיידע א גרויס הערצה און א נאנטען קשר.
אין די גליון איז דא א נאמבער ווי מען קען אריינרופען אויב איינער ווייסט פון נאך מעשות פון די גדולי ישראל מיטן זיידן פונעם חתן דינן הרה"ק ר' אלעזר טווערסקי זי"ע. מ'דארף דאך ביז שבת יתרו ארויסגעבן יעדע וואך א גליון מיט פרישע סחורה.(אגב דעם זעלבן נאמבער קען מען אויך אריינרופן פאר אש"ל מלא פאר דעם געהויבענעם שבת, זעט אויס אז איין מענטש קען פארנעמען ביידע אויפגאבעס).
אבער איך מיין אז די וועג וואס זיי ניצן גלייבט זיך שווער אז זיי וועלן מצליח זיין איינצורעדן דעם עולם אז זיי מוזן קומען און געבן געלט, איך וואלט זיי געראטן אז מיט די וומסב"גער עולם איז דא סאך א גרינגערע וועג, זיי זאלן זאגן אז ער פלעגט נעמען געלט פון די מדינה און ער האט אויפגעהערט צו נעמען ווייל ער זעט אויך איין אז די רבי זי"ע איז גערעכט געווען. דאס וועט ארבעטען, די עולם וועט אודאי קומען. פאלטיטשאנער רבי זעט אויך איין אז אונזער רבי איז גערעכט? נו ברויך מען דאך אים מחזק זיין. ואדמו"ר מבוהוש יוכיח. מען וועט אים מכבד זיין מיט דרשות איבעראל, ר' מנשה פיליף וועם ארום גיין נאך געלט פאר אים, איך מיין אז דאס איז א בעסערע עצה.
און אויב דאס קען מען נישט טון ווייל ער וואוינט נישט אין ארץ ישראל דעמאלס זאל מען זאגן ווי א גרויסע שגץ ער האלט ר' אהרן לייב שטיינמאן איז, אדער אז ער איז קעגן גראבן קברים אין בית שמש, אא"וו.
שיח ושיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 11:07 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » זונטאג יאנואר 10, 2016 3:10 pm

איך מיין אז יענע נאמבער קען מען אויך רופן געבן עצות, רוף גלייך יענע נאמבער און זאג אים דיינע הוצעות.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: קשר פון זיידע של אדמו"ר מפאלטיטשן צו גדולי ישראל בוומסב"

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 10, 2016 3:34 pm

דאס איז די אייניקעל פון בענסאנהורסט? אדער דער באקאנטע ר' מרדכי שטיין?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8963
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8401 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » זונטאג יאנואר 10, 2016 3:37 pm

פארוואס פרעגסטו נישט אפשר די דריטע ברודער ר' אפרים שטיין?
איך וואלט אבער געזאגט אז עס מיינט טווערסקי נישט שטיין דער וואס האט די שוהל אויף 49 צווין 14 און 15
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

הודעהדורך אוהב ספרים » זונטאג יאנואר 10, 2016 4:17 pm

עס מיינט טווערסקי, די שטיינס רופן זעך רב
ער רופט זעך רבי
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 426
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

Re: קשר פון זיידע של אדמו"ר מפאלטיטשן צו גדולי ישראל בוומסב"

הודעהדורך mevakesh » זונטאג יאנואר 24, 2016 2:59 am

מיט גרויס התרגשות נעמט וויליאמסבורג אויף די נייע ניגון וואס איז ספעציעל פארפאסט לכבוד די געהויבענעם שבת במחיצת רבינו
http://www.jdn.co.il/news/628356
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 808 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 24, 2016 7:30 am

שיח ושיג: אמת אז דער זכות פון שעלטן הרב שטיינמאן און זאגן אויף איהם ימח שמו וועט מגין זיין אויף דעם רעבי'ן שליט"ע אז מ'זאלל נישט רופן קיין פייערלעשערס און טריפה'נע פיצא סטארס. אבער ווען דער היימישער עולם, וועלכע האבן זיך נאך געווייקט ביי'ם רעבין זכותע יאגן אליינע וועללן אויסגעפונען אז די זיידא איז געווען א בעלזא חסיד, וועט איהם שוין גארנישט העלפן. און די עולם 'עט נישט קומען צו זיינע טישן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13304
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8508 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג יאנואר 25, 2016 12:43 am

קענסט ארויפלייגן דעם גליון ביטע שכוח
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1552
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 804 מאל

Re: קשר פון זיידע של אדמו"ר מפאלטיטשן צו גדולי ישראל בוומסב"

הודעהדורך דורכגעטראכטער » מאנטאג יאנואר 25, 2016 1:39 pm

איך קען שוין קוים ווארטן אז דער רעבעלע זאל שוין קומען.

Sent from my SAMSUNG-SM-G920AZ using Tapatalk
דורכגעטראכטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 24, 2015 8:33 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: קשר פון זיידע של אדמו"ר מפאלטיטשן צו גדולי ישראל בוומסב"

הודעהדורך דורכגעטראכטער » מאנטאג יאנואר 25, 2016 1:41 pm

mevakesh האט געשריבן:מיט גרויס התרגשות נעמט וויליאמסבורג אויף די נייע ניגון וואס איז ספעציעל פארפאסט לכבוד די געהויבענעם שבת במחיצת רבינו
http://www.jdn.co.il/news/628356

איך האב הנאה אז די רעבע שעמט זיך נישט אליין צי זיין ביי אינז אין שטיבל!
דורכגעטראכטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 24, 2015 8:33 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: קשר פון זיידע של אדמו"ר מפאלטיטשן צו גדולי ישראל בוומסב"

הודעהדורך mevakesh » מאנטאג יאנואר 25, 2016 3:54 pm

דורכגעטראכטער האט געשריבן:איך קען שוין קוים ווארטן אז דער רעבעלע זאל שוין קומען.

Sent from my SAMSUNG-SM-G920AZ using Tapatalk

סארא חוצפה ער איז דיין חבר אז דו רופסט איהם רעבעלע?
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 808 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט