Rabbi YY Jacobson Live Sessions

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

Rabbi YY Jacobson Live Sessions

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]רבי יוסף יצחק יאקאבסאן באקאנט אלס (Rabbi YY Jacobson) איז א פראמינענטער רעדנער. און איז וועלט בארימט מיט זיינע אויסטערלישע טיפע שיעורים פון השקפה און אמונה. יעדער וואס האט אים נאר אמאל געהערט קען מעיד זיין אז ער איז פארגאפט געווארן פון זיינע בריליאנטענע רייכע השקפות. ער רעדט מיט א אויסנאמע מתיקות. און יעדער וואס פארשטייט ענגליש וועט זיך דערקוויקען דאס הארץ פון זיין זאפטיגער שפראך און הומאר. סא די וואס ווייסן ווער דאס איז, איז איבריג צו מאריך זיין בשבחו, אז מען הערט אים נאר איינמאל קען מען אים נישט אויפהערן צו הערן. ראביי יאקאבסאן פירט אן די ישיבה דאט נעט וואס האט שוין אינספערירט צאללאזע מענטשן. די לעצטער צוויי וואכן איז דא א פראגרעם יעדן ליל שישי וואו מען מיטהאלטן לייוו א סעריע שיעורים איבער אמונה. מען האלט יעצט ביי סעריע #5 אבער מען קען איבערהערן די פריערדיגע שיעורים אויף זיין וועבסייט, אדער אויף Torah anytime.

אויב זוכט איר א גייסטרייכע אויסליפטערונג, דאן זעצט אייך ארויף אויפן גאניק מיט א קאלט גלעזל ביר אין איין האנט און א ציגאר אין דער אנדערע האנט, און צינד אן הרב יאקאבסאן, עס וועט אייך אריינפירן אין זעלטענע ספירטואלע מאמענעטן.[/justify]

בילד

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר