רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15261 מאל

רבותי, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker

שליחה דורך אדנירם »

אין סאטמאר איז דאך דא די גרעסטע מנין צענטער, לכל דורש ומבקש. נו, גיי איך מיך אריין אין סאטמארע ביהמ"ד, און עס אנטוויקלט זיך א שמועס [מיט מענטשן וואס קענען כאטש פארדייען אזא שמועס] איבער די 'שיטה הקדושה' פונעם ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה, לעומת דעת רוב גדולי ישראל. מיינע טענות זענען נישט איבער די מספר רבנים וואס האבן געהאלטן בעד אדער נגד די שיטה, מיינע טענות זענען ענדערש איבער די הלכה'דיגע אספעקטן וואס סאטמארער רב שמועסט אויס אין ספר ויואל משה.

איינער ווייזט היבשע בקיאות אין זיין רבי זי"ע'ס ספר, און טענה'ט זיך פרובירנדיג צו פארטיידיגן די סברות וואס שטייען אין ספר. איך לאז זיך נישט, און א העפטיגע ויכוח באשטייט פון סברות אהין און צוריק. צום סוף, לאז איך אים איבער מיט גאר א שווערע קשיא וואס ער ווייסט נישט וויאזוי צו פארענטפערן. וירא כי כלתה אליו הרעה, זאגט ער מיר: סאטמארער רב איז דער איינציגסטער וואס האט אפגעשריבן א ספר מבאר צו זיין זיין שיטה (אגב, א ליגנט), קיינער פון די רבנים וואס האבן געהאלטן אנדערש האבן אים אפגעפרעגט (נאך א ליגנט), און פון די בקיאות וואס די רבי זי"ע ווארפט צאם אין זיין ספר זעען מיר קלאר אז 'כל רז לא אניס ליה', און ער האט אודאי געוואוסט פון דיין קשיא און ס'האט זיכער א תירוץ.

יעצט בין איך חוזק. איך האב שוין נישט וואס צו ענטפערן. איך דריי זיך אויס בייזערהייט, און טראכט צו מיר:
רבי איד, הער אויף צו נוצן דעם Joker!

[center]***[/center]

א טאג שפעטער גיי איך אין א צווייטע ביהמ"ד כאפן א מעריב. איך שמועס מיט אפאר חברים פון יענע חסידות איבערן צדקות און מידות פון זייער רבי'ן זצ"ל. עווענטועל פארט די שמועס אריין אין אומבאקוועמען ריכטונג, אויב ער איז געווען א גרויסע ת"ח אדער לאו דוקא. יענער שווערט אז ער איז געווען א גאון עצום, א באהאלטענער מתמיד, א רב בעפארן קריג, און א וועלטס מתיר עגונות נאכן קריג. איך וואג זיך מפקפק צו זיין אין דעם אלעם. איבערהויפט באדערט מיר, אז אין יענע חצר למעלה בקודש האט מען זיך נישט געשעמט און מ'האט גאר געזוכט צו ווייזן אז מ'קען לערנען, ארויסגעבנדיג ספרים אין גמרא, הלכה, ושו"ת. אין יענע הויף ווידער, איז דא אפאר בענדער ספרים עה"ת פון וואו מ'זעט אלעס חוץ גאונות.

יענער האט הגדות עדות פון פילע חסידים וואס האבן גערעדט מיט אים אין לערנען, 'געכאפט' לערנען, געזען ווי ער לערנט כסדר, וכו'. יענער ווייזט מיר אויף יאנקל פאדראטשיק און זכריה שטיגליץ וואס האבן מעיד געווען אז זיי האבן גערעדט מיט אים בכל מקצועות התורה, און זיי זענען ערשטוינט געווארן ווי ער איז ארומגעשווימען אין אלע סוגיות ווי א פיש אין וואסער. איך ווער נישט צו אנטציקט פון די מעשה'לעך. פארוואס איז נישט פארבליבן פון אים אפאר חידושים עהש"ס? ער איז געווען אן אדמו"ר פאר 55 יאר [!!!], חסידים האבן אראפגעשריבן כל מוצא פיו, און קיין שום גאונות איז נישט פארבליבן? אבער מיין בר-פלוגתא ווערט שוין נערוועז: על פי שנים עדים יקום דבר, צוויי אידן זענען מעיד אז ער איז געווען א גאון אדיר, זיי וואלטן געווען באגלייבט אין בי"ד, נו אויב אזוי איז ער דאך אוודאי געווען א גאון אדיר.

איך דריי זיך אויס אפגעשמיסן. איך בין חוזק, מיינע טענות זענען פארענטפערט געווארן, און איך זע שוין בענדער חידושים בכל התורה כולה. איך קלער ווידער ביני לבין קוני:
רבי איד, הער אויף צו נוצן דעם Joker!

[center]***[/center]

איבער א גלעזל קאווע, אין פאליש פון מיין שכינות'דיגן ביהמ"ד, שאפט זיך א שמועס איבער שיטת הרמב"ם ודעימיה איבער שדים ורוחות און מיסטיזם בכלל. ווי פארשטענדליך, ע"פ תורת הקבלה זענען די אלע זאכן פשוט'ע פאקטן, און תורת הקבלה איז געווארן אן אינטעגראלן חלק פון אידישן לעבנסשטייגער און גלויבן. איך ווארף אריין אז אפילו לאנג נאכן רמב"ם, זענען זיינע שיטות געווען אנגענומען ביי א גרויס חלק כלל ישראל, און דאס איז געווען אין די זעלבע צייט וואס ספר הזוהר ובעלי מקובלים זענען שוין לאנג געווען מפורסם און פארשפרייט בקרב ישראל, ענטפערט ער מיר אז נאכן הייליגן אריז"ל וואס האט געמאכט די גילויים מן השמים, טאר מען נישט מפקפק זיין אין גארנישט וכו'.

ווען איך ווייז אים אז רבי יעקב עמדין האט מפקפק געווען אין רוב זוהר [כאטש ער איז זעלבסט געווען א בקי בתורת הקבלה], און דער חת"ס [תלמיד המקובל רבי נתן אדלער] האט געהאלטן ווי אים, און דער נודע ביהודה ותלמידו בעל שו"ת תשובה מאהבה (-הגאון רבי אליעזר פלעקלס ראב"ד פראג) האבן געזאגט ענליך, און דער ארי נוהם האט אויך געלייקנט אין זוהר, און זיי אלע זענען געווען נאכן אריז"ל, דרייט ער זיך ארויס מיטן זאגן אז די ירושלימ'ע בי"ד האט שוין ארויסגעגעבן א חרם אין דער וואס לייקנט אין תורת הקבלה וכו'.

איך שפיר א שטאך אין הארץ. פארוואס קען מען נישט דן זיין איבער די נושאים? פארוואס ווען מ'בלייבט חוזק דרייט מען זיך ארויס? און איך זיד ארויס צווישן די ציין, שטילערהייט:
רבי איד, הער אויף צו נוצן דעם Joker!

[center]***[/center]

איך זיץ ביי א שמחה מיט אפאר גוטע פריינט, חלקם ידענים וחלקם היסטאריקער, אבער אויסגעוואקסן אין היימישן שמעלץ טאפ. מיר טוען אדורך די השתלשלות פון השכלה די לעצטע דריי הונדערט יאר, ווען איך שטעל די פראגע צו זיי זענען געווען אינגאנצן אומגערעכט. א העפטיגע דיסקוסיע גייט אהין און צוריק מיט ראיות לכאן ולכאן. איך ציטיר טענות וואס זיי האבן געהאט, וואס וואונדערליך זאגן מיר היינט אזוי טיילווייז בנוגע אונזער סיסטעם ודרך החיים, און איך ברענג אפיר דעם באהאלטענעם אפיקומן - דעם רמב"ם, ראב"ע, רד"ק, רלב"ג, רבי יהודה הלוי, רבי חסדאי אבן שפרוט, דער רס"ג, רבי שמואל הנגיד, וכו' וכו' וכו', וואס האבן עמטליך געפירט א לעבן מיט תורה ומדע, אנדערש ווי דער היינטיגער אורחות החיים.

דא ווערט יענער פארלוירן, און ער זאגט 'אפיקורס'. ווען ער בארואיגט זיך, מסביר'ט ער: קוק אן וואס איז געבליבן פון די משכילים, זיי זענען אלע אראפ פון וועג. יעצט בין איך רואיג, דער רמב"ם און רס"ג זענען ווארשיינליך אויך געווען אפיקורסים, ווייל אז נישט זוך איך נאכאלס אן ענטפער אויף מיין טענה. נישט אז די טענה איז אפגעפרעגט, אבער מיט וואס איז דאס אן ענטפער אויף מיינס?

אינגאנצן פאר'יאוש'ט טראכט איך ווידער און ווידער: "פארוואס?! פארוואס צום סוף ענטפערט מען נישט לגופו של ענין?!"
רבי איד, הער אויף צו נוצן דעם Joker!

[center]***[/center]

מיין טאטע האט מיר געזאגט ווען איך בין געווען א קינד, אז ווען מ'שפילט די געים Rummikub איז דא א Joker קארטל, דאס קען מען נוצן סיי ווען, אבער בעיקר נוצט מען דאס ווען מ'איז 'סטאק'. מ'האלט ביים פארלירן דעם געים צום חבר, און דאן שלעפט מען ארויס דעם 'וואונדער-וואפן': די Joker. יעצט האסטו געווינען די געים.

ער האט אויסגעפירט: ווען מענטשן פירן א דיאלאג, וועט זיך דער שמועס אסאך מאל ענדיגן ווען יענער שרייט: 'אפיקורס'! אדער ענליכעס. וויסן זאלסטו, דאס מיינט אז דו האסט באמת געווינען די שפיל, נאר יענער שלעפט ארויס דעם Joker קארטל, ווען ער שפירט זיך חוזק און ליידיג פון עפעס א גוטע טענה. ער מיינט אז אזוי האט ער דיך אפגעענטפערט, אבער באמת ווייזט דאס אז יענער האט פארלוירן די שפיל - - -

[center]***[/center]

עס איז באקאנט די מעשה מיטן קאצקער, וואס זיין שווער האט ביים סעודה - וואו ער האט אריינגעריקט בשר ודגים וכל מטעמים - געזאגט אויף יעדן מאכל 'אינני אוכל להנאת גופי, אלא לכבוד שבת קודש'. און זיין איידעם האט געשוויגן. ווען דער שווער האט עס באמערקט, האט ער אים אויפגעמערקט אז מ'דארף זאגן דעם נוסח. האט דער איידעם געזאגט: 'אינני אוכל לכבוד שבת קודש, אלא להנאת גופי'... דער שווער האט נישט געכאפט, און האט אים געזאגט 'נו, טעות'! אויף וואס דער איידעם האט געענטפערט: 'טעות, אבל אמת'!

מיין פעטער האט מיר אמאל געזאגט אן אייגן פאבריצירטע שטיקל זוהר [מיט מיינע הוספות], וז"ל: כד יתבין ישראל ואכלין סעודתא דשבתא, ושתיין חמרא חריפא אוכמתא ותכלתא (פי', יי"ש בלעק לעיבל און בלוי לעיבל), ואכלין תרנגלותא פטימא, פשטידא, פרגולתא, ומיני דתרגימא, ואמרין 'לכבוד שבת קודש'. קוב"ה מאי קא עביד בההוא שעתא? קוב"ה אומר לפמליא דיליה: 'נצחוני בני, נצחוני'...

גאט קרעכצט אונטער: קינדערלעך טייערע, איר האקט אריין מכל הבא ביד מנחה, און נאכהער שלעפט איר ארויס דעם Joker 'לכבוד שבת קודש', און יעצט בין איך חוזק. 'נצחוני בני, נצחוני'.
מיין טייער קינד, הער אויף צו נוצן דעם Joker!

[center]***[/center]

איר קענט די ערנסטע כולל יונגעלייט, וואס מאכן זיכער איינצופאקן א פעטע פרישטאג פון א סעודת ברית, 'ווייל ס'איז א גרויסע ענין צו עסן פון א סעודת ברית'?! איר קענט די צדיקים וואס פארפאסן נישט קיין סעודת פדיון הבן, ווייל ווער ס'עסט פון א סעודת פדיון הבן איז 'כאילו' התענה פ"ד תעניתים?! איר וועט זיי נישט טרעפן פאסטן עשי"ת ווייל ס'שטייט גרויסע ענינים אויף פאסטן אין די געהויבענע זמנים, טאקע אין שולחן ערוך זעלבסט. כ'גלייב שווער אז ער איז מקפיד אויפן כל הכועס 'כאילו' עובד ע"ז. אבער פארפאלן, ער האט דעם Magic קארטל און גאט האט מיט אים קיין צוויי ברירות.

ער איז נאך פון די גוטע זייט. עס זענען דא אנדערע וואס האבן שלעכטע נייגונגען, איינער האט ליב צו שלאגן אנדערע מענטשן, ס'ברענגט אים א תענוג צו זען בלוט. ער קען עס נישט ארויסווייזן סתם אזוי. א צווייטער באלעקט זיך די פינגער ווען ער בא'שגצ'ט א צווייטן, דערנידערט אים, הייבט זיך דורכן צוקלאפן א צווייטן. אבער הייב אן צו שרייען סתם אזוי אויף א איד. א דריטער וואלט ווען באווארפן מענטשן מיט שטיינער ווען ער קען, בזמן הבית וואלט ער אייביג הנאה געהאט פונעם ספעקטאקל וואס רופט זיך 'סקילה'. אבער ער הייסט אן ערנסטער מענטש, וויאזוי נעמט מען זיך ווארפן שטיינער אויף מענטשן אין א גרינעם דינסטאג? א פערטער וויל יורד זיין לחיי האחר, דיקטירן יענעמ'ס לעבן, זיין מאכטפול. אבער סתם אזוי קען ער נישט ווייזן זיין אמת'ער פרצוף, ווען ער שפילט גאר עניו אין ביהמ"ד.

דא קומט אריין דער Joker: דער וואס ליבט געשלעגן און בלוט פארגיסונגען, וועט זיך אננעמען פאר זיין רבי און שלאגן דעם צד שכנגד [געווענליך, זיין רבי'ס ברודער]. ער שלאגט דאך לש"ש.

דער וואס האט ליב צו בא'שגצ'ן אנדערע, דערנידערן און צוקלאפן א צווייטן, גייט ארומגיין מיט א פארזויערטע מינע אויפן געזיכט ביי הויכע שמו"ע, זוכן א קרבן וואס רעדט אינמיטן שמו"ע וואס דאן האט ער מצוה פון 'וגוערין בו'.

דער וואס וויל ווארפן שטיינער, וועט שטיין און ווארטן אויף א קאר אום שבת, צו קען מקנא זיין קנאת ה' דורך צו'מזיק'ן יענעמ'ס קאר מיט זיין שטיינער ווארפעריי. בשעת הדחק וועט ער זוכן א סאלדאט, שרייען 'נאצי', און דאן איז ער פולשטענדיג בארעכטיגט מיט זיין פארשטיינערן א צווייטן.

דער וואס לעבט פון דערדריקן א צווייטן, דער וואס אטעמט 'מתכבד בקלון חבירו', דער טרעפט שוין באמישקייט אין א צווייטן, א אינטש וואס פעלט אין יענעמ'ס ווייב'ס קלייד, א סעלפאן וואס האט נישט א ספעציפישער קהילה זיגל, אדער באשאפט מען א נייע תקנה, מיט וואס ער איז הייליגער פון יענעם, און מיט וואס ער קען יענעם צוקוועטשן. ער איז דאך א פרומער, א מתחסד עם קונו, א מקנא קנאת ה', א לוחם מלחמת חרמה מיט מחבלים בכרמים.

און גאט וויינט, ובת קול מנהמת כיונה ואומרת:
מיין טייער קינד, הער אויף צו נוצן דעם Joker!

[center]***[/center]

'שמוני נוטרה את הכרמים, כרמי שלי לא נטרתי'. שלמה המלך, דער חכם מכל אדם, דער וואס האט ארויס מענטשליכע נייגונגען, פרומקייטן ווי געמיינהייט, און ספעציעל ווען זיי מישן זיך צאם, דער וואס שארפט אויס מוחות אין 'משלי' און באוויינט זיי אין 'קהלת', דער צייכנט זיך אויס אין באשרייבן מענטשליכע נטיות אין זיין 'שיר השירים'.

"כל הכתובים קודש, ושיר השירים קודש קדשים" - זאגט דער גרעסטער רבן של ישראל זינט משה רבינו, רבי עקיבא [מסכת ידים פ"ג מ"ה]. ער דריקט זיך אפילו אויס: "אין כל העולם כולו כדאי – כיום שניתן בו שיר השירים לישראל". דארט אין שיר השירים, דרייט זיך ארום דער ענדלאזער מבקש, צומאל ער - צומאל איר, און באוויינען זייער אויסגעשלאסנקייט: 'אבקשה את שאהבה נפשי, בקשתיו ולא מצאתיו'. 'קומי לך רעייתי יפתי, ולכי לך'. 'מצאוני השומרים הסובבים בעיר, הכוני פצעוני'.

אמאל דרייט זיך ארום א זעקל אטאמען, א שטיקל בשר ודם, און זוכט. 'אני לדודי ודודי לי'. ער וויל זיך דערגרינטעווען צו עפעס טיפער'ס, טרעפט ער אן שומרים 'הכוני פצעוני'. זיי האבן גאט אין קעשענע, 'אפיקורס' שרייט ער, ווישט אפ די וואנצעס, און ער האט געווינען. זיין Joker איז שטערקער פון מיין 'מתרפקת על דודה', שטערקער פון מיין 'אני לדודי ועלי תשוקתו'.

צומאל דרייט זיך ארום גאט אליינס, עלנד און פארווייטאגט, זיין שענסטע יצירה - די וועלט, נוצט אים ווידערצושפעניגן אין אים:
[center]אין זיין באשאפענע וועלט, גאט איז געפאנגען.
זיינע קינדער שפעטן, מיט ווידערשפעניגע געזאנגען.
באצווינגען שמאלקעפיגקייט, מיט אייזערנע צוואנגען.
וויפיל מער רשעות, אלס העכערע ראנגען.
און גאט קלאגט, א בת קול טוט אפקלאנגען:
[/center]
קינדערלעך טייערע, הייבטס מיך אן צו זוכן! און ווען איר ווילט מיר זוכן, ביטע, הערטס אויף צו נוצן דעם Joker - - -
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אדנירם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 71 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר