אויפגעפארענע און אפגעפארענע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

אויפגעפארענע און אפגעפארענע

שליחה דורך קלינג »

מיר פארמאגן א לייטישן ווערטער אוצר פאר היימישע יונגעלייט וואס טוישן עפעס א חלק אדער גאר דאס גאנצע לעבן: אפגעפארן, שוואכער געווארן, אפגעשייגעצט, אראפ פון וועג און נאך. די ווערטער זענען נאכנישט אריינגענומען געווארן אין קיין אפיציעלן ווערטער בוך, און מענטשן זענען זיך דערפאר מורה היתר צו נוצן די ווערטער סיי ווען און אויף סיי וועמען. וואלט אפשר געווען א פלאן צו מאכן אביסל ארדענונג אין דעם נושא, כדי זיכער צו מאכן אז מיר ווענדן אן דעם ריכטיגן ווארט אויפן ריכטיגן מצב.

איך בין נישט דער ריכטיגער בר הכי און קען זיך נישט אונטערנעמען דורכצופירן דעם פראיעקט, אבער איך וואלט זייער געוואלט צולייגן א פלייצע און העלפן מיט דאס ביסל וואס איך קען יא טאן: אויסצושמועסן א פאר היכי תמצא'ס פון מעגליכע סוגים אפגעפארענע און שוואך געווארענע יונגעלייט, ויתבררו ויתלבנו הדברים מיטן כח הרבים.

ווען א יונגערמאן איז מחלל שבת, האקט שטיקער אין די תעניתים, לאזט אויס יעדן צווייטן מנחה און יעדן דריטן שחרית, אבער גייט מיטן גאנצן לבוש, מיטן הוט און רעקל, און ווען נויטיג אויך מיטן גארטל, און באטייליגט זיך אין אלע גרעסערע געשעענישן בחצרות קדשינו: וואס איז די הלכה מיט אים? איז ער א חרדי'שער יונגערמאן, מאנשי שלומינו?

דער יונגערמאן האט קינדער, גרעסערע און קלענערע יונגלעך און מיידלעך, און ער איז א "נארמאלער מענטש", א גוטער טאטע און מאן. ער זוכט נישט צו מאכן קיינעם קיין פראבלעמען און קאפ ווייטאג. ער שפילט דעם געים אויף גאנצע 110 פראצענט. שבת גייט ער אין שול אינאיינעם מיט די קינדער. ער נעמט א סידור און מישט עס בלעטערט מיט אינאיינעם מיטן געלויף פונעם בעל תפילה. פאר א צוגאב נעמט ער נאך מיט א ספר, וואס ער שטעלט אוועק נעבן זיין סידור, און אפילו ביים ליינען בלייבט ער אויפן פלאץ און קלאצט אויף אן אפענעם חומש.

ער טוט אלעס ממש וויאזוי מען דארף, אבער איך און דו ווייסן אז שטילערהייט, ווען קיינער זעט נישט, פייפט ער זיך בגדול אריין אינעם שלחן ערוך. וויאזוי קוקן מיר אים אן? וואס איז דער סטאטוס פון אזא איינעם?

לאמיר נעמען צוויי אזעלכע יונגעלייט, וואס פירן בערך אזא ווירטשאפט. איינער איז סתם דאס וואס דער פסוק רופט א "העפי גאו לאקי": ער טוט וואס ער האט צו טאן אן צופיל טראכטן און אן זיך אפגעבן א חשבון אויף גארנישט. ער איז נישט ברוגז אויף קיינעם, דער מלמד האט אים נישט צופיל געשלאגן, דער טאטע איז נישט געווען געפערליך שטרענג, און קיינער האט אים נישט מאלעסטעד. סתם - ער האלט זיך נישט ביים אנשטרענגען, נישט במחשבה, נישט בדיבור און נישט במעשה. ער טראכט נישט פון שפעטער פון שידוכים מיט די קינדער, פון יענע וועלט, פון גהנום און פון גן עדן. ער איז א לעב יונג און טוט וואס עס קומט אים אונטער, און אזוי לאנג ווי עס דרייט נישט איבער די וועלט און בארירט נישט זיין סביבה, טוט ער וואס עס שמעקט אים.

מה דינו של האי גברא? און וואס איז די הלכה פון א יונגערמאן וואס איז נישט מחלל שבת, אבער טרעט יא אויף די "קלענערע" זאכן, ווי תפילה בציבור, פאסטן דורכאויס די קלענערע תעניתים, שטיצט דאס בערדל, עסט די שבת סעודה נאקעט, אן קיין שטריימל און בעקיטשע, עסט זומער קאלטע פרוכט זופ אנשטאט הייסע טשיקען זופ, לאזט אריין OU אינדערהיים, און נעמט די קינדער קיין פלארידע אויף וואקאציע?

דער יונגערמאן איז לכאורה אסאך בעסער ווי דעם ערשטן, וואס טרעט בשאט נפש אויף די וויכטיגסטע און הארבסטע ענינים. אבער ווי וועט זיין די הלכה אויב דער צווייטער, דער פרומערער, וואס טרעט אויף די גרינגע זאכן, די קלייניגקייטן, טוט עס נישט צוליב לייכטזינינגקייט נאר בשיטה, מכח אויפגעקלערטקייט? איך ווייס? ער האט אריינגעבליקט אין פרעמדע קובצים תורניים און געטראפן אויפן אינטערנעט פוסקים און בעלי דרשנים וואס האבן אים קאליע געמאכט דעם קאפ און געפירט נאכצולאזן פון די אויבנדערמאנטע ענינים. ווער פון די צוויי איז ערגער: דער איז פייפט אן אלעס וואס איז נאר שייך צעפיפן צו ווערן, אבער ער טוט עס סתם אלץ לייכטזיניגקייט, אדער דער וואס קנייטשט און דרייט מיט קלייניגקייטן, מיט מסורה זאכן און מנהגים, אבער טוט עס נוסח אויבער-חכם, ווייל ער פארשטייט בעסער און טראכט אנדערש?

ווער פון די צוויי איז א גרעסערער פראבלעם? וועמענס קינדער דארפן פריער ארויספליען פון די מוסדות? ווער איז א גרעסערע שגץ און ווער פון די צוויי איז מער "אפגעפרעמדט"?

וואס איז מיט עמיצן וואס פארלאזט דעם חסידישן לעבנסשטייגער און באזעצט זיך אין א פרומע, ארטאדאקסישע געגנט? ער טוט אויס דעם שטריימל און בעקיטשע אבער איז מקפיד אויף יעדן סעיף פונעם שלחן ערוך. וואס איז דער דין מיט אזא איינעם? וויאזוי קוקן מיר אים אן אויב פארמאגט ער א פרוי און קינדער און נעמט זיי מיט? און וואס געשעט אויב ער לאזט זיי איבער און הייבט אן דאס לעבן פון אל"ף?

וואס טוט זיך מכח א פארקערטע מעשה, א מאדערן ארטאדאקס וואס ווערט חסידיש, אבער זיינע ארומיגע, עלטערן און אנדערע משפחה מיטגלידער זענען נישט מסכים? עס שאדט פאר שידוכים און פארשעמט די פאמיליע? און וואס טוט זיך אויב דער געווארענער חסיד האט איבערגעלאזט א ווייב מיט קינדער ביי די מאדערנע? איך ווייס? ער האט איינגעזען אז די מאדערנע אידישקייט איז פאלש און אפילו ערגער, און האט באשלאסן עס איבערצולאזן און ווערן אן עכטער, אויטענטישער איד, אבער זיין ווייב האט נישט מסכים געווען מיטצוגיין. איז דער יונגערמאן א צדיק א בעל מסירת נפש, אדער א חיה רעה, א פרא אדם, א משוגענער אומסטאבילער פארשוין וואס איז גרייט מקריב צו זיין אלעס אויף די וועלט צוליב זיינע שגעונות?

לאמיר זאגן אז אלס מאדערן ארטאדאקס האט דער געווארענער חסיד איינגעהאלטן יעדע הלכה מיט גרויס זהירות, אבער אלס חסיד הייבט ער אן נאכצולאזן מיט פארשידענע הלכות ווי זמן תפילה און עניני בין אדם לחבירו, זאכן אויף וואס ער האט פריער יא מקפיד געווען: איז ער געווארן בעסער און פרומער אדער "שוואכער געווארן"?

איך ווייס נישט וויאזוי מען האנדלט אין די אלע פעלער. איך ווייס וואס מען וואלט געזאגט אויף כמעט יעדן פון די אויסגערעכנטע מצבים, אבער איך ווייס נישט אויף זיכער צי איך וואלט טאקע געווען גערעכט. אבער ב"ה אז לא אלמן ישראל, און ס'איז פאראן צווישן אונז גענוג וואס זענען גענוג אומזיכער אין דעם אתה בחרתנו מענטאליטעט וואס מיר זינגען צו זיך כסדר, און דערפאר פילן זיי א דראנג אפצולעבלען יעדן משנה פון דא אויף ארויס מיט אלע מיני צונעמענישן, כדי זיכער צו מאכן אז אונזער, און נאר אונזער וועג, איז דער איינציגער אמת'ער און אויסגעהאלטענער.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר