אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6612
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4114 מאל

אלבערט איינשטיינ'ס אנדערע פראדיקשאן!

שליחה דורך שבת אחים »

סייענטיסטן פייערן א גרויסע זיג! וואס איז געשעהן? ענדליך נאך הונדערט יאהר איז געפראווט געווארן די טעאריע פון איינשטיין פון גרעיוועיטאושאנעל וועיוועס אין ספעיסטיים! פיזיקער און אסטראנאמענאר זענען אויף מיט די נייעס אז ענדליך ענדליך האט מען עס דיטעקטעט!

אלעס פיין און וואויל, אבער פאר מענטשן וואס זענען נישט פארנומען מיט פיזיקס און אסטראנאמיע און ס'גייט זיי נישט אן וועגן קיין בלעיק האולס און געקראכטע סטארס אין די יוניווערס איז דא מעהר א רעלעוואנטע פראדיקשאן פון איינשטיין אסאך נענטער צו אונז, וואס מ'קען זאגן אז ס'איז אויך מעהר ווייניגער לעצטענס געפראווט געווארן וואס קיינער רעדט נישט פון דעם...

דער חכם מכל אדם אלבערט איינשטיין איז געוועהן א שטארקע סאושעליסט און איז געוועהן אקעגן די היינטיגע אמעריקאנע קאפיטאליזם וואס מעהר ווייניגער האט אלעס צוטוהן מיט "וועם מ'קען", און נישט מיט "וואס מ'קען". מ'זאגט אז איינשטיין האט פרידיקטעט אז אויב קעאפיטאליזם וועט אנגיין פאר נאך 2 הונדערט יאר וועלן רוב מענטשן אין אמעריקא הונגערן. למעשה נאכן זוכן אביסל אויף די נעט האב איך נישט געטראפן קיין שום פארלעסליכע מקור וואס זאל האבן דאקומענטירט פונקטליך די quote פון איינשטיין, און ס'קען טאקע זיין אז ער האט זיך נישט פונקטליך אזוי אויסגעדרוקט און ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט, אבער וואס איז זיכער אז ער איז געוועהן א סאושעליסט און געוועהן שטארק קעגן שטייפע אמעריקאנע קאפיטאליזם!

דעס איז פון אלבערט איינשטיינס וויקעפידיע בלאט וואס קוואט איינשטיין:
"I am convinced there is only one way to eliminate these grave evils, namely through the establishment of a socialist economy, accompanied by an educational system which would be oriented toward social goals. In such an economy, the means of production are owned by society itself and are utilized in a planned fashion. A planned economy, which adjusts production to the needs of the community, would distribute the work to be done among all those able to work and would guarantee a livelihood to every man, woman, and child. The education of the individual, in addition to promoting his own innate abilities, would attempt to develop in him a sense of responsibility for his fellow-men in place of the glorification of power and success in our present society."
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר