"ולבכּותה" מיט א גרויסן כּ'

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

"ולבכּותה" מיט א גרויסן כּ'

הודעהדורך העניך » מאנטאג פעברואר 15, 2016 12:25 pm

"ולבכּותה" מיט א גרויסן כּ'

דאס הארץ איז צעטרייסלט פון דער שרעקליכער טראגעדיע אין ארץ ישראל, וואו עטליכע היימישע אידן זענען אומגעקומען אין א באס-עקסידענט. אבער ס'שפירט זיך א דערשטיקעניש ווען די חרדישע צדקתך-פרעסע פאנגט ווידער אן איר מיסיע צו פארקלאפן מענטשליכע געפילן.

"דער מאן האט אויסגעשריגן מיט גבורה 'ה' נתן וה' לקח'!" שרייט א העדליין. "די עסקנים זענען געקומען צום טאטן מבשר זיין די ביטערע בשורה, אבער אנשטאט זיי זאלן אים מחזק זיין, האט דער טאטע תיכף מקבל געווען די גזירת ה', און האט גאר מחזק געווען די עסקנים" – דערציילט א באריכט.

אפשר זענען פאראן מענטשן וועלכע זענען כל כולם תורה, אינגאנצן עבודת ה' במהותם, אז ביי זיי איז בכלל נישט דא קיין עקזיסטענץ פון פשוט'ע מענטשליכע געפילן. אפשר הגרי"ש אלישיב ז"ל וועלכער האט קוים געקענט די נעמען פון זיינע אייגענע קינדער איז געווען א מענטש אויף אזא מדריגה. אבער 99% פון דער מענטשהייט – אפילו פון דער גאר פרומער און תורה'דיגער פאפולאציע, באשטייט פון מענטשן מיט פשוט'ע פונדאמענטאלע מענטשליכע געפילן! ניין, עס איז נישט נארמאל אז א מאן זאל זיין א "גיבור" ווען זיין שוואנגערדיגע אשת נעורים ווערט אזוי פלוצים און טראגיש אומגעברענגט. ניין, עס איז נישט נארמאל ווען א טאטע ווערט נישט עמאציאנעל צעפיצלט ווען זיין קינד ווערט אזוי טראגיש אוועקגעריסן.

די היימישע פרעסע מיט איר "אבא איך מעשרין מלח" מאנטאליטעט גראבט אונטער די פשוט'ע מענטשליכע געפילן, רייסט ארויס די ערווארטונג פון א נארמאלע, געזונטע פאר'אבל'טע רעאקציע נאך אזא ביטערע געשעעניש.

רבותי, לאזט טרויערן! לאזט די אבלים צעפלאצט ווערן, משוגע ווערן מיט טיפן ווייטאג. לאזט זיי קייכן פאר צער ווי מענטשן. א מענטש וועמענ'ס רעאקציע איז מיט ווייניג געפילן איז גארנישט חשוב'ער ווי א מענטש וואס נעמט זיך רייסן די האר פון קאפ און ווערט צערודערט פאר צער.

דער קליינער כ' אין אברהם אבינו'ס "ולבכותה" ווייזט אז אברהם האט נישט קיין סך געוויינט אויף שרה, ווייל זי איז שוין געווען אלט – און עס איז מענטשליך נישט צו זיין אזוי איבערגענומען ביי דער פטירה פון אן עלטערן מענטש. עס איז פאר חז"ל נישט בייגעפאלן צו זאגן אז אברהם האט נישט געוויינט א סך ווייל ער איז געווען א "גיבור" און האט גאר "מחזק" געווען די עסקנים.

דאס איז אין קיין שום וועג נישט קיין קריטיק ח"ו אויף די צעבראכענע אבלים וואס פראווען "גבורה" – יעדער איז בארעכטיגט צו טרויען און צו ספראווען מיט טראגעדיע אויף זיין אופן – און האפנטליך איז דאס טאקע "זיין" אופן, און נישט נאר א וועג פון אריינשפילן אין די נארישע ערווארטונגען פון דער חרדישער פראפאגאנדע-מאשין. נאר די חרדישע פרעסע דארף אויפהערן פראפאגאנדירן ווי כאילו דאס איז עפעס וואס מיר דארפן ארויפקוקן און נאכמאכן, און פרובירן צו באאיינפלוסן דעם הונטערן באוואוסטזיין צו רעאגירן ווי געטליכע ראבאטן אין פנים פון ביטערער טראגעדיע.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 398 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2051 מאל

הודעהדורך outspoken » מאנטאג פעברואר 15, 2016 12:32 pm

ס'איז א שקר ווי אלע שקרים, ווען די תורה זאגט ווען נישט ווי מ'וויינט און מ'זיצט שבעה וואלט מען נאך געדינגען שירה און יואלי לעבאוויטש צום לווי'.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 797 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 15, 2016 12:51 pm

אוטספאוקען: פון ליפא (ניין. נישט דעם געוועזענעם בעל ההתאחדות) האסטו פארגעסן...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12907
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג פעברואר 15, 2016 9:38 pm

@העניך, דברים כדרבונות!

איך געדענק ביים לייבי קלעצקי פרשה, ווען דער טאטע האט מספיד געווען און גערעדט פון אמונה בלא בלא בלא, האב איך דעמאלס ממליץ געווען אז ס'איז 'רבי בנימין אייזנבערגער מדברת מתוך גרונו'.

דאס איז אן עקל אז מ'דארף איבעראל אריינשטופן אן אגענדע פון צידוק הדין, אפילו אויפן חשבון פון נאטורליכע ווייטאג און עת לבכות. איך האב מיך גערעגט אז אויב עפעס וואלט דער טאטע געדארפט שרייען זיין ווייטאג און צער. געב ארויס דיינע מענטשליכע געפילן. זיי זענען מענטשליכע געפילו פאר א סיבה! דריק עס נישט אונטער, נוץ עס!

ווען חז"ל וואלטן נישט געמאכט א חיוב פון 'שבעה' מיט גאנצעטע הלכות ווען, ווילאנג, און ווי שטארק מ'דארף טרויערן, וואלט אין די היינטיגע אכשר דרא עפאכע ארויסגעקומען אן איסור אנטקעגן די געפערליכע פרצה פון ארויסווייזן אזוי לאנג טרויער [א גאנצע יאר!!! רחמנא לשיזבן], וואס 'ווייזט קלאר' אז מ'איז נישט מקבל די יסורים באהבה.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15415 מאל

Re: "ולבכּותה" מיט א גרויסן כּ'

הודעהדורך טמיר » מאנטאג פעברואר 15, 2016 10:13 pm

נאכדעם זאגט מען ווי שוואך היינטיגע דורות זענען! אזאלכע מדריגות האט מען אמאליגע צייטן נאר געזען ביי די גרעסטע צדיקים
העניך איז אייזן
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 519 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט