פאראייביגט אייער לעגענדע אין קאווע שטיבל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

פאראייביגט אייער לעגענדע אין קאווע שטיבל

שליחה דורך כוכב »

אין דעם אשכול בעט מען יעדן איינעם אז ער זאל פערזענליך פאראייביגן זיין לעגענדע ארום קאווע שטיבל, און וואס קאווע שטיבל האט געמיינט פאר אים און איבערלאזן קאנטאקט אינפארמאציע וואו מ'זאל זיך מיט אים קענען פארבינדן.דער אשכול וועט פארבלייבן א לעבעדיגע מציבה למען יעמדו למשמרת לימים רבים.
אט שטעל איך מיך די ערשטע אין דער רייע און איר קענט נאכפאלגן מיין סעמפל. (לייגט ביטע א נומער # ביי אייער נאמען.)
1#
מיין נאמען איז כוכב, איך בין פאר א לאנגע תקופה געווען א געטרייער חבר אין ק"ש, קאווע שטיבל איז געווען פון די גרעסטע איינפלוסן אויף מיין לעבן און האט געעפנט פאר מיר די זיבן הימלען פון חכמה, עס האט מיך געשאנקען אזויפיל לאגיק, וויסנשאפט, הנאה, חברים, טאלעראנץ און פארשטאנד, אז איך קען מיך נישט אויסמאלן א וועלט אן ק"ש.
איך וויל פאראייביגן אז איך האב געהאט די זכי' אנצופירן מיט פארשידנארטיגע פראיעקטן, וואס טייל דערפון ווערן דערמאנט אין מיין אינטערשריפט.
איך האב אייך אלע ליב, עס שטעכט מיך אז איך דארף מיך פון אייך שיידן, האפנטליך פאר נישט צולאנג, מיין אימעיל אדרעס איז shternks עט גמעיל.קאם
איך וועל מיך פרייען צו הערן פון אייך.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר